ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דוד אַלבאַהאַרי
דוד אַלבאַהאַרי

דוד אַלבאַהאַרי איז אַ ייִד, וואָס וווינט אין קאַנאַדע און שרײַבט אויף דער סערבישער שפּראַך. דאָס איז אַ קאָמבינאַציע, וועלכע פֿאַרזיכערט אים אַ מאַרגינאַלע פּאָזיציע אין יעדן פּרט. אַלבאַהאַרי איז גאַנץ צופֿרידן מיט זײַן מצבֿ. ער פּראַוועט זײַן גלות אין דער קאַלטער קאַנאַדע, וווּ ער וווינט שוין מער ווי צען יאָר אין דער שטאָט קאַלגאַרי. אָבער זײַנע ווערק, סײַ די אָריגינעלע, און סײַ איבערזעצונגען פֿון ענגליש, ווערן רעגולער פֿאַרעפֿנטלעכט אין סערבישע פֿאַרלאַגן. אַלבאַהאַרי האָט זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטערס פֿון דער הײַנטיקער סערבישער ליטעראַטור.

ווען מען פּרוּווט צו באַשטימען אַלבאַהאַריס נאַציאָנאַלע אָנגעהעריקייט, שטויסט מען זיך אָן אויף גרויסע שוועריקייטן: צי איז ער אַ סערבישער שרײַבער? אָדער אַ ייִדישער? אפֿשר אַ קאַנאַדער? אָדער גאָר אַ "יוגאָסלאַווישער", הגם קיין נאַציע מיט אַזאַ נאָמען איז שוין אַ יאָר פֿופֿצן ניטאָ? אין דעם זין האָט אַלבאַהאַרי עפּעס בשותּפֿותדיקס מיט יענע דײַטשיש־ייִדישע שרײַבער פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע, וועלכע האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר די "האַבסבורגער" לאַנג נאָך דעם, ווי די אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן. עפּעס ענלעכס קומט פֿאָר מיט אייניקע סאָוועטישע ייִדן פֿונעם עלטערן דור, וועלכע קאָנען ביז הײַנט ניט גובֿר זײַן זייער נאָסטאַלגיע נאָכן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די עמיגראַציע האָט דערמעגלעכט אַלבאַהאַרי צו פֿאַרבלײַבן, כּלומרשט, אין דער "אַלטער היים", אין דער יוגאָסלאַווישער מיני־אימפּעריע מיט אַ מילדן קאָמוניסטיש־אויטאָקראַטישן רעזשים, וואָס זעט הײַנט אויס ווי אַ גן-עדן. דוד אַלבאַהאַרי זאָגט, אַז ער האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין אינטערעס צו פּאָליטיק, און דאָס מאַכט אים אַוודאי אַנדערש פֿון דער מערהייט סערבישע שרײַבער. די פּאָליטישע צרות פֿון דער סערבישער מלוכה גייען אים ניט אָן, ווײַל ווי אַ שרײַבער, קוקט ער אויף דער וועלט דורך דעם שמאָלן שפּאַקטיוו פֿון משפּחה־לעבן.

געבוירן אין 1948 אין דער שטאָט פּעטש אין סערביע, האָט אַלבאַהאַרי פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ערשט בוך אין 1973. דער נאָמען פֿון יענעם ראָמאַן, "די משפּחה־צײַט", האָט באַשטימט די צוויי וויכטיקסטע טעמאַטישע ליניעס פֿון זײַן ווײַטערדיקער שאַפֿונג, די צײַט און די משפּחה. אין 1982 האָט דער מחבר באַקומען אַ חשובֿע ליטעראַרישע פּרעמיע און געוואָרן באַקאַנט אין דער יוגאָסלאַווישער ליטעראַטור. בעת דער מלחמח, וועלכע האָט אויסגעבראָכן נאָכן צעפֿאַל פֿון דער פֿעדעראַטיווער יוגאָסלאַווישער רעפּובליק, איז אַלבאַהאַרי געשטאַנען בראָש דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות פֿון יוגאָסלאַוויע און האָט אָרגאַניזירט די עוואַקואַציע פֿון ייִדן פֿון סאַראַיעוואָ. אין 1994 האָט ער אויסגעוואַנדערט מיט זײַן משפּחה קיין קאַנאַדע.

אַלבאַהאַרי איז, קודם־כּל, אַ וואָרט־קינסט-לער. זײַן השׂגה פֿון דער עכטער קונסט איז אַנטי־היסטאָריש. דער ציל פֿון דער צײַט איז צו צעשטערן דעם וועלט־אחדות, דאָס הייסט, דאָס איינהייטלעכע וועלטבילד, וואָס מיר פֿאַרמאָגן אין איצטיקן מאָמענט. אַלבאַהאַריס שרײַבן איז אַ פּרוּוו זיך אַנטקעגנשטעלן דעם לויף פֿון צײַט און פֿון דאָס נײַ, דורך זײַן כּוח־המדמה, צו שאַפֿן די אַמאָליקייט אין איר גאַנצקייט. דערפֿאַר האָט ער אַ קנאַפּן אינטערעס צו די "גרויסע נאַראַטיוון", צי זיי זײַנען נאַציאָנאַליסטישע, אָדער קאָמוניסטישע. זײַן וועלט איז באַגרענעצט דורך די ד׳ אַמות פֿון משפּחה־באַציִונגען, און זײַן דאגה איז מחיה־מתים צו זײַן דעם חיות פֿון דער פֿאַרגאַנגענער צײַט.

ייִדישקייט טרעט אַרויס גאַנץ בולט אין אַלבאַהאַריס שאַפֿונגען, אָבער זי האָט ווייניק צו טאָן מיט די אַבסטראַקטע באַגריפֿן פֿון נאַציאָנאַליזם און רעליגיע. ייִדישקייט באַזאָרגט דעם מחבר מיט אַן אייגנאַרטיקן קוקווינקל אויף דער וועלט. אין דער זאַמלונג דערציילונגען "ווערטער זײַנען עפּעס אַנדערש" — מאָלט ער אַ קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון זײַן משפּחה. דער לייענער הערט די באַזונדערע שטימען פֿון פֿאָטער, מוטער און שוועסטער, אָבער זייערע נעמען בלײַבן אים אומבאַקאַנט. אלבאַהאַרי פֿירט דעם לייענער אין דער סאַמע מיט פֿון דעם משפּחה־לעבן און פֿיקסירט די קלענסטע פּרטים פֿון דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין דער אַמאָליקער יוגאָסלאַוויע, אָבער ער דערקלערט גאָר ניט. ער לאָזט ניט די פּרטים זיך צונויפֿקלעפּן אין אַ באַזיניקט בילד. דער לויף פֿון דער צײַט בלײַבט מחוץ דעם וועלט־באַנעם פֿון זײַנע העלדן.

דאָס איינציקע היסטאָרישע געשעעניש וואָס איז תּמיד בנימצא אין אַלבאַהאַריס ווערק, איז די צווייטע וועלט־מלחמה. די מלחמה האָט גורם געווען דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿון דער אַמאָליקער גאַנצקייט, און עס איז מער ניט מעגלעך צונויפֿצוברענגען די רעשטלעך. דער דאָזיקער געדאַנק ווערט סימבאָליש אויסגעדריקט אינעם ראָמאַן "צושפּײַז". דער מחבר פּרוּווט צו רעקאָרדירן זײַן מאַמעס דערציילונג וועגן די מלחמה־יאָרן, אָבער פֿון דעם קומט גאָר ניט אַרויס, ווײַל זי קאָן אַפֿילו ניט אָנהייבן צו רעדן. דער מוסר־השׂכּל פֿון אַלבאַהאַריס ווערק לאָזט ניט קיין האָפֿענונג׃ מען איז ניט בכּוח גובֿר צו זײַן דעם צעשטערערישן כּוח פֿון דער צײַט.

די קריטיק שרײַבט אַלבאַהאַרי צו צו דער מיטל־אייראָפּעיִשער ליטעראַרישער טראַדיציע, וואָס ציט אירע וואָרצלען פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַס ווערק. איין סערבישער קריטיקער רופֿט דעם דאָזיקן סטיל "נעגאַטיווער רעאַליזם", ווײַל ווערטער שאַפֿן דערבײַ אַן אייגענע ווירקלעכקייט, וועלכע עקזיסטירט פּאַראַלעל מיט דער "רעאַלער" ווירקלעכקייט. די דאָזיקע טראַדיציע איז גאַנץ לעבעדיק אין דער אונגאַרישער, טשעכישער און עסטרײַכישער ליטעראַטור. אין דער יוגאָסלאַווישער טראַדיציע ציט אַלבאַהאַרי זײַן ייִחוס פֿון דאַנילאָ קיש, דעם שרײַבער פֿון אַ האַלב־ייִדישן האַלב־אונגאַרישן אָפּשטאַם, וועלכער ווערט הײַנט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿונעם יוגאָסלאַווישן פּאָסט־מאָדערניזם. אָבער אין אונטערשיד צו אַנדערע באַקאַנטע סערבישע פּאָסט־מאָדערניסטן, אַזעלכע ווי מילאָראַד פּאַוויטש און גאָראַן פּעטראָוויטש, בלײַבט אַלבאַהאַרי גלײַכגילטיק צו נאַציאָנאַלע חלומות. ער איז ניט קיין ציוניסט, אָבער ארץ־ישׂראל און ירושלים פֿאַרנעמען אַ גאַנץ באַזונדער אָרט אין זײַן וועלט. אין דעם לעצטן קאַפּיטל פֿון זײַן משפּחה־סעריע שרײַבט דוד אַלבאַהאַרי׃ "אַ מאָל פֿלעגן ייִדן קומען קיין ארץ־ישׂראל צו ענדיקן דאָרט זייער לעבן; איצט קומען זיי דאָס צו טאָן ערגעץ אַנדערש. נו, דאָס האָב איך פּשוט אויסגעטראַכט. אין דער אמתן, שטאַרבט די נשמה פֿון יעדן ייִד אין ירושלים, אַלץ איינס וווּ זײַן גוף איז."