פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לאַזאַר פֿאָגעלמאַן
לאַזאַר פֿאָגעלמאַן
FORWARD ASSOCIATION

ווען אין 1943 זײַנען שלמה מיכאָעלס, דער אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, און איציק פֿעפֿער, דער דיכטער, געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען וועגן זיי געשריבן ווי וועגן פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטישע ייִדן. מיכאָעלס איז דאָך געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, און פֿעפֿער איז געווען אַ פֿירנדיקער מיטגליד אינעם קאָמיטעט. אין דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער, האָט מען געהאַלטן, אַז ס׳איז געווען ניט באַרעכטיקט צו קוקן אויף די צוויי קולטור-טוער ווי אויף לעגיטימע פֿאָרשטייער פֿון די סאָוועטישע ייִדן. צבֿיון האָט אין זײַן קאָלומנע "ייִדישע אינטערעסן" (דעם 17טן יולי) געשריבן: "איך באַטראַכט ניט די שליחים פֿאַר אַזעלכע נאַיִווע מענטשן, אַז זיי זאָלן אַליין גלייבן אין דער מאַכערײַקע, וואָס זיי רופֿן ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט".

דוד איינהאָרן האָט אין זײַן אַרטיקל "ווייסט דער עולם דעם אמת וועגן דער ייִדיש-סאָוועטישער דעלעגאַציע?" (דעם 17טן יולי 1943) געשריבן, אַז דער צונויפֿשטעל פֿון דער דעלעגאַציע האָט ניט געשפּילט קיין ממשותדיקע ראָלע: "עס איז ניט וויכטיק, וואָס איינער איז אַן אַקטיאָר און דער צווייטער אַ פּאָעט; עס האָט געקענט זײַן אַ קוימען-קערער און אַ בעדער, אַ רבֿ און אַ רביצין. ווײַל פֿון סאָוועט-רוסלאַנד פֿאָרן ניט קיין מענטשן מיט זייער אייגענעם פֿרײַען ווילן. דאָרט ווערט גאָרנישט געטאָן אָן דעם ווילן און גוט-הייסן פֿון דער מלוכה. יעדער מענטש פֿון דאָרט, וואָס קומט אין אויסלאַנד, איז פֿאַקטיש אַ פֿאָרשטייער, אַ שליח פֿון דער מאַכט."

דוד פּינסקי, דער אַלטער פּראָלעטאַרישער שרײַבער, וואָס מע האָט אים אין 1936 דערלויבט אַרומרײַזן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט מיט צוויי וואָכן פֿריִער, דעם 4טן יולי, געשריבן וועגן דעם אין זײַן אַרטיקל "וואָס סאָוועט-שליחים האָבן ניט דערזאָגט" אין אַן אַנדער ניו-יאָרקער צײַטונג, "דער מאָרגן-זשורנאַל":

"... מײַנע חבֿרים [פֿון דער ציוניסטישער אַרבעטער-באַוועגונג] האָבן געפֿרעגט: פֿאַר וואָס זאָלן זיי [מיכאָעלס און פֿעפֿער] עס זײַן די שליחים פֿון דעם סאָוועטישן ייִדנטום, דער דיכטער און דער שוישפּילער? פֿאַר וואָס נישט דער בײַ אונדז אַלעמען אַזוי חשובֿער און אָנגעזעענער ד״ר ישׂראל צינבערג? [וואָס איז שוין עטלעכע יאָר ווי אַרײַנגעשלונגען געוואָרן אין "גולאַג".] פֿאַר וואָס טאַקע נישט דער פּרעזידענט פֿון דער אויטאָנאָמער ייִדישער רעפּובליק ביראָבידזשאַן? און זיי האָבן געזאָגט: פֿעפֿער און מיכאָעלס קומען אַלס קאָמוניסטן צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, זיי זײַנען נישט די שליחים פֿון דעם סאָוועטישן ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט אויף זיך קיין דעה נישט און קאָן אַליין קיין שליחים נישט שיקן, נאָר זײַנען שליחים פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, אָן וועלכער קיינער קאָן נישט אַ ריר טאָן זיך פֿון אָרט. מיר אָבער טאָרן נישט שפּילן קיין פֿאַלש שפּיל און העלפֿן די אינטערעסן פֿון אַ פּאַרטיי, וועלכע מיר באַקעמפֿן און פֿון וועלכער מיר ווערן באַקעמפֿט."

און וועגן נאָך איין זאַך האָט מען געשריבן אין "פֿאָרווערטס", דהײַנו: אַז די סאָוועטישע ייִדן האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ באַזונדערע פּאָראָדע מענטשן, מיט וועלכע ס׳איז געווען שווער האָבן צו טאָן. אויף דער פֿראַגע האָט זיך אָפּגעשטעלט לאַזאַר פֿאָגעלמאַן (אין 1962—1968 וועט ער זײַן דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס"). אין זײַן אַרטיקל "די סאָוועטישע ייִדן און די אַמעריקאַנער ייִדן" (דעם 12טן יולי 1943) האָט ער זיך געטיילט מיט זײַנע געדאַנקען מכּוח דעם תּהום, וואָס איז אויסגעוואַקסן צווישן די צוויי עדות:

"איך האָב מורא, אַז מיר און זיי רעדן שוין גאָר אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אַפֿילו אויב מיר רעדן דעם זעלבן ייִדיש (אַגבֿ, דער ייִדיש איז שוין אויך ניט דער זעלבער). מ׳קען ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט 25 יאָר געשיכטע; און נאָך 25 יאָר סאָוועטישע געשיכטע, וואָס איז פֿול מיט אויסערלעכע און אינערלעכע שטורעמס. און מ׳קען ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט 25 יאָר לעבן אונטער אַ רעזשים, וואָס איז אין גאַנצן אַנדערש, ווי אונדזער אַמעריקאַנער רעזשים.

"מיר דאַרפֿן איצט באַגרײַפֿן, אַז די סאָוועטישע ייִדן זײַנען אַנדערש ווי מיר; זיי זײַנען אַנדערש אין זייערע געוווינהייטן, זיטן און מאַנירן; זיי זײַנען אַנדערש אין זייער בליק אויפֿן לעבן; זיי זײַנען אַנדערש אין זייער באַציִונג צו מענטשן, צו דער וועלט און צו אַלע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און מאָראַלישע פֿראַגן פֿון דער וועלט.

"און איך וויל דאָ איצט ניט אַרײַנגיין אין דעם ענין ווער איז בעסער, ווער איז העכער און געזינטער, — מיר צי זיי. [...]

"פֿאַר די לעצטע 25 יאָר איז אין סאָוועט-רוסלאַנד אויסגעוואַקסן אַ נײַער ייִדישער דוד, וואָס האָט דורכגעמאַכט גאָר אַן אַנדער סאָרט לעבן ווי מיר.

"און אַפֿילו דער עלטערער ייִדישער דור אין סאָוועט-רוסלאַנד האָט אויך פֿאַר די לעצטע 25 יאָר דורכגעלעבט אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע שטורעמדיקע איבערלעבונגען, אַז ער האָט זיך געוויס שטאַרק פֿאַרענדערט, און שטייט איצט גײַסטיק און מאָראַליש נעענטער צו דעם דאָרטיקן יונגן דור ווי צו אונדז."

פֿאָגעלמאַן, ווי אויך אייניקע אַנדערע מחברים פֿון "פֿאָרווערטס", זײַנען געווען זייער סקעפּטיש מכּוח אַן אַחדות מיט די סאָוועטישע ייִדן, געבויט בלויז אויפֿן יסוד פֿון אַנטי-היטלעריזם. אַזאַ אַחדות האָט דאָך, קודם-כּל, געהאַט צו טאָן מיט פּאָליטישע באַציִונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד. סײַ אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי און סײַ אין דער רויטער אַרמיי האָבן טויזנטער ייִדן געוויזן אַ מוסטער פֿון העלדישקייט; אָבער די ספּעציפֿיש ייִדישע אייניקייט האָבן די "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן געוואָלט זען אויף ספּעציפֿיש ייִדישע יסודות. מיט אַנדערע ווערטער, זיי האָבן געוואָלט הערן פֿון די סאָוועטישע פֿאָרשטייער ניט נאָר די אַנטי-נאַציסטישע לאָזונגען, אָבער אויך קאָנקרעטע ווערטער וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדישן לעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

"אָבער די צוויי חשובֿע געסט פֿון מאָסקווע האָבן אויף דעם ניט געענטפֿערט; זיי האָבן זיך אויסגעדרייט פֿון אַן ענטפֿער מיטן תּירוץ, אַז איצטער דאַרף מען גאָר וועגן קיין אַנדער זאַך ניט טראַכטן, ווי נאָר וועגן געווינען די מלחמה. און איציק פֿעפֿער האָט דאָס דערקלערט גאָר ׳בילדעריש׳, אויף אַ פּאָעטישן שטייגער, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ פּאָעט, וואָס איז פֿאַרטאָן אין פּאָליטיק: ׳ווען דאָס הויז ברענט׳, האָט ער געזאָגט, ׳דאַרף מען, קודם-כּל, לעשן דאָס פֿײַער. וועגן אַרײַנשטעלן טיר און פֿענצטער, וועט מען טראַכטן שפּעטער׳." (מענדל אָשעראָוויטש, "אַן אינטערוויו מיט דער סאָוועטיש-ייִדישער דעלעגאַציע", דעם 8טן יולי 1943)

דער "פֿאָרווערטס"-עולם איז ניט געווען גרייט אַראָפּצושלינגען אַזאַ סאָוועטיש-פּאָעטישע דעמאַגאָגיע.