אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט אַזאַ ווערטל: אַן אומגעבעטענער גאַסט איז ערגער פֿון אַ טאָטער. האָבן די טאָטערן זיך באַליידיקט און דערלאַנגט אַן אָנקלאָג אין דער "יו־ען". אין דער "יו־ען" האָט מען, ווי עס פֿירט זיך, לאַנג אַרומגערעדט די פּראָבלעם און באַשלאָסן, אַז זינט איצט זאָל דאָס ווערטל קלינגען אַזוי: אַן אומדערוואַרטער גאַסט איז בעסער פֿון אַ טאָטער.
אַנטקעגן וואָס האָבן מיר דערמאָנט דעם וויץ? טאַקע אַנטקעגן די אומפֿאַרבעטענע געסט; און נישט, חלילה, די טאָטערן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווי באַוווּסט, האָט קיין מאָסקווע זיך אַרײַנגעכאַפֿט אַ דעלעגאַציע פֿון "כאַמאַס", בראָש מיט איר פֿירער כאַלעד מאַשאַל. עס איז שוין דאָס צווייטע מאָל אין משך פֿון איין יאָר, וואָס רוסלאנד נעמט אויף אַזעלכע חשובֿע געסט. אמת, דאָס מאָל האָט מאַשאַל אַליין זיך אָנגעבעטן צו קומען קיין מאָסקווע "צו באַדאַנקען די רוסישע רעגירונג פֿאַר איר שטיצן די פּאַלעסטינער רעגירונג". וועגן אַזאַ שטיצע האָט רוסלאַנד אָנגעהויבן רעדן אָפֿן און אָפֿט נאָכן אָפּמאַך אין מעקאַ צווישן "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס". דער אויסערן־מיניסטער פֿון רוסלאַנד, סערגיי לאַווראָוו, האָט לעצטנס באַטאָנט, אַז רוסלאַנד וועט זיך באַמיִען צו טאָן אַלץ, אַז די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט זאָל אַראָפּנעמען די עקאָנאָמישע בלאָקאַדע פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע.
דער ערשטער וויזיט קיין מאָסקווע, נאָך דער אײַנלאַדונג פֿון פּוטינען, האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלן סקאַנדאַל, ווײַל אַלע מיטגלידער פֿונעם "קוואַרטעט" האָבן דעמאָלט דערקלערט דער טעראָריסטישער "כאַמאַס"־רעגירונג אַ בויקאָט. רוסלאַנד האַלט נישט, אַז "כאַמאַס" איז אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע. נאָך מער, איצט פֿירט מאָסקווע אַ פּאָליטיק פֿון אַרײַנברענגען אַ שפּאַלט אין "קוואַרטעט" און נאָך מער דערווײַטערן די פּאָזיציעס פֿון אַמעריקע און ישׂראל פֿון דער פּאָזיציע פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אַגבֿ, האָט די "כאַמאַס"־אָרגאַניזאַציע און אירע פֿירער נאָך מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט וועגן זייער באַציִונג צום הויפּט־תּנאי פֿונעם "קוואַרטעט" — צו אָנערקענען די לעגיטימיטעט פֿון מדינת־ישׂראל — נישט נאָך מעקע און נישט נאָך זייער וויזיט אין מאָסקווע.
אין די טעג פֿון פּורים
אין 5טן יאָרהונדערט פֿאַר דער געוויינטלעכער צײַטרעכענונג איז עס געשען. דער פּערסישער קיניג אַחשורוש האָט דעמאָלט באַהערשט אַ סך לענדער. דער העכסטער שׂר בײַ אַחשורושן איז געווען המן, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט דעם ייִד מרדכי. דערפֿאַר האָט ער, המן, באַשלאָסן זיך נוקם צו זײַן אין אַלע ייִדן און האָט געפּועלט בײַ אַחשורושן צו באַפֿעלן מע זאָל אין איין טאָג באַפֿאַלן אַלע ייִדן און זיי דערהרגענען...
מיר האָבן דאָ דערמאָנט די אַלט־אייביקע געשיכטע נישט בלויז, ווײַל מיר האַלטן שוין בײַ די פּורים־טעג, נאָר מחמת אַ נײַער המן, טאַקע פֿון דער מאָדערנער פּערסיע, איראַן, דראָט דער וועלט און ישׂראל מיט אַ נײַער סכּנה. יענע וואָך איז אויסגעגאַנגען דער טערמין, וואָס דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" האָט געשטעלט דער רעגירונג אין טעהעראַן. הײַנט הערט נישט אויף די מאַסן־מעדיאַ צו פּובליקירן "הייסע־ידיעות" וועגן אַ מיליטערישער אַטאַק אויף די איראַנישע נוקלעאַרע אָביעקטן, וואָס ווערט כּלומרש צוגעגרייט מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל.
טעהעראַן, פֿון איר זײַט, סטראַשעט צו ענטפֿערן דעם אימפּעריאַליסטיש־ציוניסטישן שׂונא מיט אַלע סאָפֿיסטיקירטע מיטלען אירע. "די ציוניסטן און אַמעריקאַנער קאָאָרדינירן זייערע מעשׂים, — הערט זיך פֿון טעהעראַן, — און מיר פּלאַנירן אַ קלאַפּ טאָן סײַ איבער די און סײַ איבער יענע".
טעהעראַן האָט אַוודאי נישט אומזיסט אויסגעכאָוועט און שפּײַזט ווײַטער פֿאַרשידענע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, ווי "כעזבאָלאַ", "איסלאַמישער דזשיהאַד", "כאַמאַס" — די געטרײַע הינט, וואָס זײַנען גרייט אין יעדער מינוט זיך אַרויפֿצוּוואַרפֿן אויף די ישׂראל־שטעט און ייִשובֿים.
אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק איז שוין נישט איין המן געפֿאַלן אַ קרבן פֿון זײַנע אייגענע סטראַשונקעס; און דווקא אין די טעג פֿון פּורים. דער פּורים־נס איז בלי־ספֿק גרויס, אָבער ער לערנט אונדז, קודם־כּל, אַז מיר טאָרן זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף נסים. הײַנט וואַרפֿט דער מאָדערנער אַחשורוש זײַן "פּור", און די פֿראַגע איז, צי דאַרף מען טאַקע וואַרטן, וואָס דאָס גורל־דריידל וועט ווײַזן?
מיר ווינטשן אַלע אונדזערע לייענער אַ פֿריילעכן, גראַגערדיקן פּורים!