- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי מיר ווייסן, גייט דעם 22סטן פֿעברואַר אויס דער אולטימאַטום־טערמין, ווען די איראַנישע רעגירונג דאַרף געבן איר ענטפֿער דעם זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען", מכּוח איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז דער דאָזיקער אולטימאַטום, געשטעלט מיט אַ חודש צוריק, פֿאָדערט בײַ איראַן אויפֿצוהערן באַרײַכערן אוראַניום, וואָס קאָן ברענגען צום שאַפֿן נוקלעאַר־געווער. אויב איראַן פֿאָלגט נישט דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָדערונג, וועלן געלאָזט ווערן אין גאַנג שטרענגע עקאָנאָמישע סאַנקציעס; עס איז אויך נישט אויסגעשלאָסן, אַז דער זיכערהייט־ראַט וועט אָננעמען צוגאָב־מיטלען, וואָס דערמעגלעכן אַ מיליטערישע אַרײַנמישונג. דער באַריכט פֿון דער "האַלבער שפּיצן-קאָנפֿערענץ", וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם מאָנטיק אין ירושלים און וואָס אין אַנדערע טעג וואָלט ער דערשינען אונטער אַ שרײַענדיקן הויפּט-קאָפּ אויף די פֿראָנט-זײַטן פֿון אַלע צײַטונגען, איז אויף צו מאָרגנס אַראָפּגערוקט געוואָרן אונטן אויף אַ דריטן אָדער פֿערטן אָרט פֿון די צײַטונגס-קעפּ, און בײַ אייניקע אַפֿילו אויף אַן אינערלעכער זײַט. דאָנערשטיק, דעם 15טן פֿעברואַר איז נאָך אַ לאַנגער קרענק געשטאָרבן דער ייִדישער פֿילאָלאָג, פּראָפֿעסאָר, רעדאַקטאָר און כּלל־טוער, ד"ר מרדכי שעכטער אין עלטער פֿון 79 יאָר. בײַ דער לוויה, פֿרײַטיק, האָט פּראָפֿ' טבֿיה בירד, ריכטיק געזאָגט, אַז אין צענדליקער יאָרן אַרום וועט מען פֿרעגן, צי איז נישט געווען מער ווי איין מרדכי שעכטער, וועלכער וואָלט געהאַט אויפֿגעטאָן אַזוי פֿיל זאַכן, ווײַל פֿאַר איין מענטש איז עס אַוודאי געווען אוממעגלעך. אין די חרדישע קרײַזן נעמט מען ערנסט אויף דעם ענין "קול אישה" — אַז אַ מאַנסביל טאָר נישט הערן ווי אַ פֿרוי זינגט. בײַ די מאָדערנע פּוסקים איז דאָ אַ חילוקי־דעות, צי דער פֿאַרווער איז אויך חל אויף אַ רעקאָרדירט קול, וווּ מע קען נישט זען די זינגערין, אָדער אויף סיטואַציעס ווען פֿרויען זינגען צוזאַמען מיט מענער ווי, למשל, בײַ די שבתדיקע זמירות אָדער בײַם דאַווענען אין שיל. פֿונדעסטוועגן, שאַפֿט "קול אישה" אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַר די פֿרויען, וועלכע האָבן שטאַרק ליב צו זינגען און האָבן אַ טאַלאַנט דערצו. (אָנהייב אין פֿריִערדיקן נומער) 4 אָט, זאָגט מען: זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרץ... די חנעוודיקע פֿרוי עדיטע האָט איר דערציילט, אַז אַזוי פֿאָרן זיי כּמעט יעדן טאָג אַרום איבער ישׂראל און מענטשן, אַזעלכע ווי שׂרוניע, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם שוידער, דערציילן זייערע נישט־פֿאַרשניטענע געשיכטעס. און אַזוי קומט פֿאָר אויך מיט אַלע ניצול געוואָרענע, וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן — סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ איבער דער גאָרער וועלט. די חז״ל לערנען אַרויס פֿון די פּסוקים אין דער פּרשה, אַז אייגנטלעך ריידן די פּסוקים וועגן דרײַ תּרומות, וואָס ייִדן האָבן געגעבן בײַם בויען דעם משכּן, ווי רש״י זאָגט (כה, ב): "אמרו רבותינו, ג׳ תּרומות אמורות כּאַן, אַחת תּרומת בקע לגולגולת שנעשׂו מהם האַדנים כו׳, ואַחת תּרומת המזבח בקע לגולגולת לקופּות לקנות מהן קרבנות ציבור, ואַחת תּרומת המשכּן נדבֿת כל א׳ וא׳ כּפֿי שהתנדבֿו" — רבותינו האָבן געזאָגט, אַז דרײַ תּרומות זײַנען דאָ געזאָגט געוואָרן: איינס איז די תּרומה פֿון אַ האַלבן שקל פֿאַר יעדן ייִד, וואָס די תּרומה (׳תּרומת האַדנים׳) איז פֿאַרנוצט געוואָרן פֿאַר די זילבערנע "אַדנים", אַלץ איינס — "אַ חלום אין אַ זומער־נאַכט", צי אַ "זומער־נאַכט־חלום", די קאָמעדיע פֿון וויליאַם שעקספּיר ווערט נאָך אַ מאָל אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז אין ישׂראל, דאָס מאָל אונטער דער רעזשי פֿון רינה ירושלמי. "אַ זומער־נאַכט־חלום", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט העכער 400 יאָר צוריק, איז נישט ווי אַלע קאָמעדיעס, אויב מען באַציט זיך צו דעם אָן חכמות, און מען טראַכט זיך נישט צו פֿיל אַרײַן אין אירע פֿאַרבאָרגענע מיינען. אין אַזאַ פֿאַל איז דער "חלום..." אַזאַ שפּיל, וואָס קומט פֿאָר אין צוויי באַזונדערע רוימען — דער פּאַלאַץ, ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן׃ די געשיכטע פֿונעם "אוצר פֿון דער ייִדישער דערציילונג" אין 1952 האָט דער ייִדישער דיכטער אליעזר גרינבערג אײַנגעלאַדן דעם אַמעריקאַנער קריטיקער אירווינג האַו מיטצואַרבעטן איבער אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון ייִדישע דערציילונגען אויף ענגליש. פֿון אָט דער באַגעגאַניש איז אַרויסגעוואַקסן די וואָגיקע אַנטאלאָגיע "אַן אוצר פֿון דער ייִדישע דערציילונג" (1954), וואָס איז כּולל די ווערק פֿון 23 מחברים, צייכענונגען פֿונעם באַקאַנטן קינסלטער בען שאַן, און אַ גלאָסאַר. אין זײַן אַרײַנפֿיר האָט אירווינג האַו געגעבן אַ פּרטימדיקן פּאָרטרעט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער און גרינבערג האָבן געהאַט אין זינען אַן עולם, וואָס האָט ניט געקענט קיין ייִדיש, סײַדן עטלעכע ווערטלעך, און איז געווען קוים באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. אליעזר גרינבערג (1896—1992) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ליפּקאַן, בעסאַראַביע. ער האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע און אַ וועלטלעכע דערציִונג. צווישן זײַנע לערער און חבֿרים זײַנען געווען זײַנע באַרימטע בני־עיר — אַליעזר שטיינבאַרג, יעקבֿ שטערנבערג און משה אַלטמאַן. אין 1913 האָט ער אימיגרירט קיין אַמעריקע, געאַרבעט אין לעדער־אינדוסטריע. אין 1921 איז גרינבערג אַרײַן אין דעם מישיגען־אוניווערסיטעט אין ען־אַרבאָר, שפּעטער געאַרבעט ווי אַ לערער אין ייִדישע שולן. אין 1927 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. זײַנע ערשטע לידער האָבן זיך באַוויזן אין דרוק אין 1919. מיט עפּעס אַ צײַט צוריק האָב איך זיך געכאַפּט, אַז קיין איין פּרטימדיקע פֿאָרשונג איז ניט געמאַכט געוואָרן מכּוח דער אַמעריקאַנער נסיעה פֿון שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער. דערמאָנט האָט מען עס אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן, און אין אַ צאָל ביכער וועגן דעם גורל פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף כּלערליי וויכטיקע פּרטים פֿון דער שליחות קיין אַמעריקע אין 1943. אָבער ביז עד-היום איז ניט געשאַפֿן קיין בילד פֿון דעם ווי אַזוי די ייִדישע פּרעסע און די כּוחות הינטער דער פּרעסע, האָבן רעאַגירט אויף דעם וויזיט. דער ענגלישער לייענער האָט, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט איינעם פֿון די מײַסטערווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, דעם ראָמאַן פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי "די פֿינף". דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ שווערן ליטעראַרישן גורל. די ערשטע אויסגאַבע איז דערשינען אינעם רוסישן עמיגראַנטישן פֿאַרלאַג אין פּאַריז אין 1936, און ביז דער לעצטער צײַט איז עס געווען די איינציקע פּובליקאַציע פֿונעם טעקסט. |