ייִדיש־וועלט

דאָנערשטיק, דעם 15טן פֿעברואַר איז נאָך אַ לאַנגער קרענק געשטאָרבן דער ייִדישער פֿילאָלאָג, פּראָפֿעסאָר, רעדאַקטאָר און כּלל־טוער, ד"ר מרדכי שעכטער אין עלטער פֿון 79 יאָר. בײַ דער לוויה, פֿרײַטיק, האָט פּראָפֿ' טבֿיה בירד, ריכטיק געזאָגט, אַז אין צענדליקער יאָרן אַרום וועט מען פֿרעגן, צי איז נישט געווען מער ווי איין מרדכי שעכטער, וועלכער וואָלט געהאַט אויפֿגעטאָן אַזוי פֿיל זאַכן, ווײַל פֿאַר איין מענטש איז עס אַוודאי געווען אוממעגלעך.

אין זײַנע קלאַסן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט און בעת די זומערן אין דער ייִוואָ/קאָלומביע־שפּראַך־פּראָגראַם האָבן זיך געלערנט דורות ייִדיש־לערערס. ער איז געווען דער לערער פֿון לערערס און פֿאַרן יונגן דור ייִדיש־רעדער און ־לערער האָט ד"ר שעכטער געדינט ווי אַ מורה־דרך, אַ וועגווײַזער און מוסטער, ווי מע זאָל ליב האָבן די שפּאַרך, קעמפֿן פֿאַר דרך־ארץ צו אונדזער מאַמע־לשון, זיך באַציִען צו ייִדיש, ווי אַ גערעדטער שפּראַך אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן און נישט קיין צאַצקע, פֿון איר חוזק צו מאַכן.

מרדכי שעכטער איז געווען דער לעצטער גרויסער ייִדישער פֿילאָלאָג פֿון אייראָפּע, אַ תּלמיד פֿון חיים גינינגער, אַ קאָלעגע פֿון די פּראָפֿעסאָרן מאַקס ווײַנרײַך און זײַן זון, אוריאל ווײַנרײַך, צווישן אַנדערע. זײַן וויסן און מבֿינות פֿון ייִדיש האָט געשמט איבער דער וועלט. ווער סע האָט נאָר געהאַט אַ שפּראַך־שאלה צי וועגן ווערטער, צי סטיליסטיק אָדער טערמינאָלאָגיע איז געקומען צו אים פֿרעגן. במשך פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט ער געפֿירט דעם וויכטיקן קאַמף פֿאַר אַן איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג.

איצי־מרדכי שעכטער איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1927 און האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין דער טשערנאָוויצער געטאָ. זײַן ייִדישיזם האָט ער געירשנט, צום גרעסטן טייל, פֿון זײַן טאַטן, בנימין שעכטער, וועלכער איז געגאַנגען מײַלן צו פֿוס, "עולה־רגל געווען", זיך צו באַטייליקן אין דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908. נאָך דער מלחמה האָט מרדכי שעכטער שטודירט לינגוויסטיק און געאָגראַפֿיע אינעם בוקאַרעשטער אוניווערסיטעט, און דערנאָך באַקומען אַ דאָקטאָר־טיטל אינעם ווינער אוניווערסיטעט אין 1951, צו 23 יאָר. זײַן דיסערטאַציע האָט זיך אָפּגעגעבן מיטן ווערבאַלן אַספּעקט אין ייִדיש. נאָך אין די ווינער שארית־הפּליטה־לאַגערן האָט שעכטער אָנגעהויבן צו זאַמלען פֿאַרן ייִוואָ, וואָס האָט זיך אַריבערגעצויגן פֿון ווילנע קיין ניו־יאָרק מיט ד"ר מאַקס ווײַנרײַך בראָש. אין 1951 איז ד"ר שעכטער אָנגעקומען קיין אַמעריקע און געדינט אין דער אַמעריקאַנער מיליטערישער אויסשפּיר־אַגענטור.

סײַ אין אייראָפּע, סײַ אין אַמעריקע האָט ד״ר שעכטער אַקטיוו אָנטיילגענומען אין דער "פֿרײַלאַנד־ליגע", אַ טעריטאָריאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געשטרעבט צו באַזעצן ייִדן אין איין טעריטאָריע — אַ ייִדיש־רעדנדיקער. ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט לערנען אַגריקולטור, ער זאָל קענען ווערן אַ ייִדישער פֿאַרמער, אָבער פֿון דער פֿאַרמערײַ איז גאָרנישט געוואָרן. היות די טעריטאָריאַליסטשע באַוועגונג האָט פּראַקטיש ווייניק געטאָן זינט די 1950ער יאָרן לטובֿת אַ ייִדיש־טעריאָטריע, האָט שעכטער אין 1979 געביטן דעם נאָמען און ציל פֿון דער אָרגאַניזאַצאיע צו דער "ייִדיש־ליגע" , אַ ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע. ער איז געווען דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער "ייִדיש־ליגע" ביז ער איז קראַנק געוואָרן אין 2004.

דאָ אין לאַנד האָט ד״ר שעכטער אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אין די פֿאָלקשולן און אינעם "ייִדישן לערער־סעמינאַר". צו יענער צײַט איז די שפּראַך און דער אויסלייג אין דער ייִדישער פּרעסע געווען אויף אַ נידעריקן ניוואָ, מיט כּלערליי אַנגליציזמען, דײַטשישע ווערטער און אַלטמאָדישער אָרטאָגראַפֿיע. מרדכי שעכטער האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין דער אַרבעט צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע קולטורוועלט אין דעם פּרט און געשאַפֿן, אין ,1958, די "קאָמיסיע אײַנצופֿירן דעם איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג". למען־האמת דאַרף מען באַמערקן, אַז שעכטער האָט אין דער קאַמפּאַניע געוווּנען סײַ אַ סך פֿרײַנד, סײַ אַ סך קעגנער, ספּעציעל נאָך דעם, ווי ער האָט אָרגאַניזירט פֿאַר די בנינים פֿון די צײַטונגען אויף איסט־בראָדוויי, אַ פּיקיטיר־אַקציע אײַנצופֿירן אַ מער מאָדערנע שפּראַך. די געשיכטע פֿון אײַנפֿירן דעם איינהייטלעכן אויסלייג, וואָס הייבט זיך אָן לאַנג פֿאַר שעכטערן, קען מען לייענען אין זײַן עסיי "דער איינהייטלעכער ייִדישער אויסלייג: פֿון פֿאָלקשפּראַך צו קולטורשפּראַך" (1999).

ד"ר שעכטער איז נישט געווען פֿון די קולטור־טוערס, וואָס האָבן כּסדר געטראַכט, אַז מיט זיי גייט אונטער די שיף פֿון ייִדיש. מיט לײַב און לעבן האָט ער אָרגאַניזירט און ווערבירט, מע זאָל אַנטוויקלען יונגע דורות פֿון ייִדיש־רעדערס. מיט דעם ציל האָט ער אין 1964 געהאָלפֿן שאַפֿן די סטודענטישע אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף". נאָר אַ דאַנק שעכטערס געטרײַשאַפֿט צו דער גרופּע, האָט זי געקענט זיך האַלטן אויף די פֿיס און אָנגיין ווײַטער במשך פֿון 40 יאָר.

ווער אין אַמעריקע האָט אַפֿילו געטראַכט וועגן אַ המשך פֿאַר ייִדיש נאָך דעם שרעקלעכן חורבן? אָבער ד"ר שעכטער האָט געאַרבעט נישט בלויז געזעלשאַפֿטלעך לטובֿת דעם המשך, נאָר אויך אין זײַן אייגענער משפּחה. ווען די שעכטערס — מרדכי, זײַן פֿרוי טשאַרנע, און זייערע פֿיר קינדער — האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס, אין די 1960ער יאָרן, זענען זיי געוואָרן די שכנים פֿון די פֿישמאַנס און גאָטעסמאַנס. די דרײַ משפּחות, צוזאַמען מיט אַנדערע משפּחות, וואָס האָבן געשיקט זייערע קינדער אין דער שלום־עליכם שול 21 אויף דער אַנדערער זײַט גאַס, האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ קליין "שטעטל" —"ביינברידשיווקע", אין וועלכן די קינדער האָבן גערעדט ייִדיש צווישן זיך און אויפֿגעוואַקסן ווי כּלל־טוערס און שאַפֿערס אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. מע קען זיך אויך באַרימען, וואָס די קינדער פֿון די שעכטערס קינדער, 16 אייניקלעך, האָבן אויך אויף ייִדיש גערעדט צו זייער זיידן.

צווישן די וויכטיקסטע פּובליקאַציעס פֿון ד״ר שעכטערן קען מען אָנרופֿן: "לײַטיש־מאַמע־לשון" (1986) "ייִדיש־צוויי: אַ לערנבוך פֿאַר מיטנדיקע און ווײַטהאַלטערס" (1993) און די טערמינאָלאָגישע ביכער ""טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן" (1991), "ענליש־ייִדיש ווערטערביכל פֿון אַקאַדעמישער טערמינאָלאָגיע" (1988) און "די געוויקסן־וועלט אין ייִדיש" (2005).

די מענטשן וועלכע זענען געקומען צו גאַסט צו די שעכטערס אויף ביינברידזש־עוועניו האָבן געזען די צענדליקער טויזנטער קאַרטלעך אין שוך־קעסטלעך איבער דעם הויז. ד״ר שעכטערס פֿרייד בײַם אויספֿאָרשן אַ וואָרט, בײַם זאַמלען נײַע טערמינאָלאָגיע, בײַם רעדן מיט אַ גוטן ייִדיש־קענער פֿון אייראָפּע און בײַ אים פֿאַרצייכענען דאָס לשון, האָט נישט געהאַט איר גלײַכן און האָט אָנגעשטעקט אַנדערע ייִנגערע פֿאָרשערס, ווי ד״ר הערשל גלעזער און דוד בראַון.

עס זענען אַוודאַי געווען פּאָלעמיקעס אין דער פּרעסע וועגן שעכטערס רעקאָמענדאַציעס פֿאַר אַ "לײַטיש־מאַמע־לשון", אַ פּאָלעמיק, וואָס איז הײַנט שוין פֿאַרשוווּנדן, ווײַל "ס'איז שוין נישטאָ מיט וועמען צו גיין אין מלחמה אַרײַן". ד״ר שעכטער האָט געזוכט דאָס אויטענטישסטע, דאָס עכט ייִדישיסטישע. אַזוי ווי ער האָט גוט געקענט אַלע ייִדישע דיאַלעקטן, פֿלעגט ער אָפֿט געפֿינען ווערטער, וואָס נאָר אַ קליינער טייל ייִדיש־רעדערס האָבן געניצט, האָבן זיך אַ שיט געטאָט פּראָטעסטן, אַז "מע האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ וואָרט" — סוף פֿון דער דיסקוסיע. זײַנע קענטענישן פֿון אַלע ייִדישע דיאַלעקטישע פֿאָרמען, ווערטער, אידיאָמען זענען געווען די טיפֿסטע אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע; אין דעם פּרט איז ער נישט אָנערקענט געוואָרן ווי ס'באַדאַרף צו זײַן. שעכטער האָט נאָר פֿירגעלייגט ווערטער — נישט באַפֿוילן אָדער גענייט. ער האָט געוווּסט, אַז נישט אַלץ וועט מען אָננעמען. וואָס שײַך נעאָלאָגיזמען האָט שעכטערס פֿירלייגן פֿון נײַע ווערטער אויך ארויסגערופֿן אַ חילוקי־דעות. זײַן "ווערטערבוך פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט" (ווערט צוגעגרייט), וועט ווײַזן דעם וועג, ווי אַרויסצוקוקן צום מאָרגן פֿון ייִדיש.

פּערזענלעך גערעדט, איז ער געווען מײַן פֿעטער מרדכי, מײַן מאַמע, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס ייִנגערער ברודער. יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס פֿלעגן דער פֿעטער און די מומע טשאַרנע אַרײַנקומען צו אונדז טרינקען אַ גלעזל טיי, און איך האָב זיך צוגעהערט און אײַנגעזאַפּט אונדזער משפּחה־געשיכטע און פֿאָלקלאָר. בײַ יענע אָוונטן פֿלעג מען אַ זינג טאָן, אַ לאַך געבן און פֿאַרגעסן אין דער שווערער וואָך. מײַן שוועסטער, טײַבעלע, האָט אים אַ נאָמען געגעבן "מיסטער ייִדיש" און אים באַגריסט יעדעס מאָל מיט דעם טיטל.

שוין נישטאָ בײַ וועמען צו פֿרעגן וועגן אַ וואָרט וואָס מע האָט געלייענט אין דער ליטעראַטור, אָדער געהערט בײַ אַן אַלטן ייִד. וואָס מיר האָבן פֿאַרלוירן מיט דער פּטירה פֿון דעם ערלעכן אידעאַליסט, מומחה און פֿאָרשער, ד״ר מרדכי שעכטער, וועט די ייִדיש־וועלט פֿילן נאָך דורות לאַנג. לאָמיר אויך האָפֿן, אַז זײַן ירושה און השפּעה וועלן בלײַבן ווי אַן אינספּיראַציע פֿאַר די קומעדיקע דורות.