װעלט פֿון ייִדיש

אליעזר גרינבערג (1896—1992) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ליפּקאַן, בעסאַראַביע. ער האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע און אַ וועלטלעכע דערציִונג. צווישן זײַנע לערער און חבֿרים זײַנען געווען זײַנע באַרימטע בני־עיר — אַליעזר שטיינבאַרג, יעקבֿ שטערנבערג און משה אַלטמאַן. אין 1913 האָט ער אימיגרירט קיין אַמעריקע, געאַרבעט אין לעדער־אינדוסטריע. אין 1921 איז גרינבערג אַרײַן אין דעם מישיגען־אוניווערסיטעט אין ען־אַרבאָר, שפּעטער געאַרבעט ווי אַ לערער אין ייִדישע שולן. אין 1927 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. זײַנע ערשטע לידער האָבן זיך באַוויזן אין דרוק אין 1919. אין סך־הכּל, האָט אליעזר גרינבערג פֿאַרעפֿנטלעכט פֿינף ביכער לידער און דרײַ קריטישע ווערק, צוגעגרייט צום דרוק די געקליבענע ווערק פֿון משה־לייב האַלפּערן (1934). פֿון 1951 ביז 1954 איז ער געווען וויצע־פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן פּ.ע.נ.-קלוב.


אַ רעדע פֿון אליעזר גרינבערג אויף דעם 25סטן קאָנגרעס פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פּ.ע.נ.-קלוב, דובלין, 8טן־13טן יוני 1953

מײַנע טײַערע קאָלעגן פֿון פּ.ע.נ.:

עס איז פֿאַר מיר אַ כּבֿוד פֿאָרצושטעלן דאָ דעם וועלט־צענטער פֿון דעם ייִדישן פּ.ע.נ. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכער איז אין אַ גרויסער מאָס פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער צענטראַלער טעמע פֿונעם הײַאָריקן קאָנגרעס׃ "די ליטעראַטורן פֿון פֿעלקער, וואָס זייער שפּראַך האָט אַ באַגרענעצטע אָנערקענונג". דאָס מיינט, דער עיקר, די ליטעראַטורן פֿון קליינע פֿעלקער. אויף דעם לעצטן קאָנגרעס פֿונעם פּ.ע.נ. האָט אונדזער פֿאָרשטייער, זכריה שוסטער, פֿאָרגעלייגט די טעמע, וועלכע מיר באַהאַנדלען הײַנט. איר פֿאַרשטייט אַוודאי, אַז מען איז ניט בכּוח אַרומצוכאַפּן דעם דאָזיקן ענין ווי עס געהערט צו זײַן אין משך פֿון דער קורצער צײַט, וואָס איז אויסגעטיילט געוואָרן פֿאַר יעדן רעדנער. חוץ זייערע אייגענע ספּעציעלע פּראָבלעמען טראָגן אויף זיך די דאָזיקע ליטעראַטורן די זעלביקע אַלגעמיינע לאַסט, ווי אַלע קונסטן הײַנט־צו־טאָג. אַ קורצער איבערזיכט איז דאָס בעסטע, וואָס מען קאָן דערוואַרטן אין די דאָזיקע אומשטאַנדן.

מיר זײַנען אַלע אײַנשטימיק — איך בין זיכער — אַז די כראָנישע גײַסטלעכע חלאת, וואָס איז געקומען נאָך דער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע, איז הײַנט געוואָרן אַן אָנשיקעניש פֿון דער גאַנצער וועלט. בײַם אָנהייב פֿון דער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע האָט מען נאָך געקאָנט גלייבן, אַז אַלע פּראָבלעמען לאָזן זיך לייזן אויף אַ לײַטישן אופֿן. דער קינסטלער איז דעמאָלט נאָך געווען אײַנגעוואָרצלט אין דער געזעלשאַפֿט, כאָטש זײַן אָפּפֿרעמדונג פֿון דער געזעלשאַפֿט איז שוין געוואָרן אַלץ קלאָרער. אָבער דער הײַנטיקער קינסטלער איז שוין גאָר פֿרעמד דער געזעלשאַפֿט, דעריבער איז זײַן פּראָטעסט איבעריק, נאַריש, און בלײַבט ניט־דערהערט. אפֿשר דווקא הײַנט איז עס ריכטיק צו זאָגן, אַז ווען די האַרמאַטן רעדן, הערט מען ניט די מוזעס.

די וואָרענונג פֿונעם דיכטער וויליאַם בלייק, אַז "אַ כּלבֿ, וואָס שטאַרבט פֿאַר הונגער בײַם טויער פֿון זײַן בעל־הבית... איז אַ נבֿואה אויף דער מפּלה פֿון דער גאַנצער מלוכה," — איז אַ פּירוש אויף דעם מצבֿ פֿונעם קינסטלער אין אונדזער געזעלשאַפֿט. אייניקע פֿון די גרעסטע ווערק פֿון אונדזער יאָרהונדערט אַנטפּלעקן דעם גײַסטיקן און געזעלשאַפֿטלעכן קריזיס, וואָס האַלט די וועלט אין זײַן קלעם. דאָס מיינט ניט, אַז די נבֿואה איז אַ באַוווּסטזיניקע אָדער פּראָפֿעסיאָנעלע אייגנקייט פֿונעם קינסטלער, נאָר אַז דער גרויסער קינסטלער, איז אין דעם קאַמף פֿאַרן סינטעזירן די לעבנס־דערפֿאַרונג, בכּוח אָפֿטמאָל פֿאָרויסצוזען דעם קער אין דער ריכטונג פֿון דעם צײַטגאַנג.

עס איז ניט נייטיק צו ברענגען פֿאַר אײַך אַ סך בײַשפּילן פֿון נבֿואות אין די גרויסע ווערק פֿון מאָדערנער קונסט; אָבער מיר דאַכט זיך, אַז דאָ, אין דובלין, איז כּדאי צו דערמאָנען אַ פּאָר שורות פֿון אַ ליד פֿון וויליאַם באַטלער יעיטס. וועלכער האָט אין 1919 געשריבן׃


"די זאַכן פֿאַלן זיך פֿאַנאַנדער, דער צענטער קאָן ניט האַלטן,
גאָלע הפֿקר צעלאָזט זיך איבער דער וועלט,
דאָס בלוט־געפֿלייץ צעלאָזט זיך, און אומעטום
די אומשולד־צערעמאָניע ווערט דערטרונקען..."


אין אונדזערע טעג זײַנען מיר עדות פֿונעם גוואַלדיקן פּאָליטישן קאַמף צווישן צוויי וועלט־מאַכטן, אָדער גיכער, צוויי פֿילאָסאָפֿיעס, צווישן דער דעמאָקראַטיע און דעם טאָטאַליטאַריזם. מיר אָנערקענען, אַז צווישן אָט די פֿילאָסאָפֿיעס ליגט אַ תּהום, אָבער מיר דאַרפֿן אײַנשטימען, אַז זיי האָבן אויך אַ שותּפֿישן טיילער. זיי ביידע ווילן געווינען אויף זייער זײַט די קליינע פֿעלקער פֿון דער וועלט. אינעם דאָזיקן קאַמף איז פֿאַראַן אַ מערקווירדיקער חילוק׃ בעת די גרויסע דעמאָקראַטיעס זײַנען כּסדר גלײַכגילטיק צו די קולטורעלע באַדערפֿענישן און פּראָבלעמען פֿון די קליינע פֿעלקער, שפּײַזן די טאָטאַליטאַריסטן גאַנץ ברחבֿותדיק די קליינע פֿעלקער מיט דעם זעלביקן מין "קונסט", אַ געמיש פֿון פּראָפּאַגאַנדע און אינדאָקטרינירונג, מיט וועלכן זיי קאָרמען אויך זייער אייגענע באַפֿעלקערונג.

דאָס רופֿט אַרויס אַלץ מער דאגות, ווען מיר נעמען אין באַטראַכט, אַז די דאָזיקע כּמו־קולטורעלע פּראָדוקציע האַלטן אין איין וואַקסן. אינצווישן, ווערט דאָס אַרויסוואַרג פֿון דער ערנסטער ליטעראַטור אַלץ קלענער, ווײַל עס איז ניט מעגלעך הײַנט צו באַקומען אַפֿילו יענע באַשיידענע שטיצע, וואָס מען פֿלעגט קריגן פֿריִער. צום גליק, פֿאַרמאָגן מיר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַ קליינע צאָל — אָבער אַ צו קליינע צאָל — פֿון ערנסטע צײַטשריפֿטן, וועלכע ווערן געשטיצט דורך פֿילאַנטראָפּישע פֿונדאַציעס און אוניווערסיטעטן. אָבער איינצײַטיק האָבן מיר געזען די ירידה פֿון אייניקע צײַטשריפֿטן, וועלכע זײַנען אַ מאָל געווען אויסגעצייכנטע אין זייער קוואַליטעט. און וויפֿל צײַטשריפֿטן פֿונעם קאַליבער פֿון דעם אויסגעגאַנגענעם "קריטעריאָן" אָדער "האָרײַזאָן" זײַנען פֿאַראַן הײַנט אין ענגלאַנד?

אַוודאי, אויב ס׳איז שווער צו שטיצן און דערמוטיקן ערנסטע וואָרט־קינסטלער אַפֿילו אין די דאָזיקע לענדער, על אחת כּמה וכמה דאַרף עס זײַן שווערער פֿאַר יענע ליטעראַטורן, וואָס זייער שפּראַך האָט אַ באַגרענעצטע פֿאַרשפּרייטונג. אינעם שווערסטן מצבֿ געפֿינט זיך, אַ פּנים, די ייִדישע ליטעראַטור, וואָס איר יוצא־דופֿנדיקייט באַשטייט אין דעם, וואָס זי איז אינטער־טעריטאָריעל.

חוץ עטלעכע ווערק פֿון אַ פּאָר שרײַבער, איז די ייִדישע ליטעראַטור קוים באַקאַנט דעם ניט־ייִדיש־רעדנדיקן עולם. איך האַלט, אַז דאָס איז אַן אַבֿדה פֿאַר אַן אינטעליגענטן און פֿײַנפֿיליקן לייענער, וועלכער וואָלט געקאָנט נהנה זײַן פֿון אַנטדעקן אַ נײַע וועלט, וועלכע ווערט אויסגעמאָלט דורך ערשט־ראַנגיקע וואָרט־קינסטלער.

די ייִדישע ליטעראַטור האָט זיך אַנטוויקלט אונטער אומגינציקע און פֿײַנטלעכע באַדינגונגען. ווי איך האָב שוין באַמערקט, איז דאָס אַן אינטער־טעריטאָריעלע ליטעראַטור, וועלכע ווערט געשאַפֿן דורך ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין פּוילן, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, דרום־אַפֿריקע, צפֿון־ און דרום־אַמעריקע און ישׂראל. בײַ דער דאָזיקער געלעגנהייט וויל איך אויסדריקן דעם גרימצאָרן פֿונעם ייִדישן פּ.ע.נ.-צענטער אין שײַכות מיט דער טאָטאַלער פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דער פֿאַרשווינדונג פֿון אַלע אירע שעפֿער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין משך פֿון מער ווי דרײַ טויזנט יאָר האָבן די ייִדן געהאַלטן אין איין שאַפֿן אַ רײַכע, פּלוראַליסטישע און אייגנאַרטיקע קולטור. לעבנדיק אין פֿאַרשידענע לענדער, זײַנען זיי אַ סך מאָל געצוווּנגען געוואָרן צו בײַטן זייער שפּראַך, אָבער צוויי פֿון די דאָזיקע שפּראַכן זײַנען פֿאַרבליבן קוראַנט׃ העברעיִש און ייִדיש. אין די דאָזיקע שפּראַכן געפֿינט דער ייִדישער גײַסט זײַן סאַמע אינטימען אויסדרוק.

ייִדיש, אַזוי ווי ענגליש און אַנדערע שפּראַכן, שטאַמט פֿון עטלעכע לשונות. עס האָט זיך אַנטוויקלט פֿונעם מיטל־הויכדײַטש, האָט געליִען פֿון די סלאַווישע און ראָמאַנישע שפּראַכן, און האָט אַרײַנגעזאַפּט אַ סך פֿון העברעיִש. תּמציתדיק און שאַרף, און דערבײַ בייגעוודיק און עלאַסטיש, איז ייִדיש געוואָרן אַ גלענצנדיקער מכשיר פֿאַר איבערגעבן אי געפֿילן, אי געדאַנקען.

אַגבֿ, איז די ייִדישע ליטעראַטור ניט קיין יונגע, להיפּוך צו דער פֿאַרשפּרייטער מיינונג. זי האָט זיך אָנגעהויבן אינעם 13טן יאָרהונדערט, און אינעם 15טן יאָרהונדערט זײַנען שוין געווען שפּילמענער אין דײַטשלאַנד און איטאַליע, וועלכע האָבן איבערגעטײַטשט מעשׂיות פֿונעם תּנ״ך, תּפֿילות און תּקנות אויף ייִדיש. די וועלטלעכע דיכטונג איז אויך געשאַפֿן געוואָרן אין איטאַליע אַרום יענער צײַט. די ליטעראַטור האָט זיך אַנטוויקלט ווי אַ מין קונסט, ערשט אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, אָבער איר קוואַליטעט אין די זשאַנערס פֿון דערציילונג, ראָמאַן, ביאָגראַפֿיע און דיכטונג, קאָן געמישפּט ווערן לויט די סאַמע הויכע אייראָפּעיִשע סטאַנדאַרטן.

איך וואָלט געוואָלט באַטאָנען, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז ניט קיין פּראָווינציעלע, עקזאָטישע אָדער אויסטערלישע ליטעראַטור. זי האָט זיך שטאַרק אָנגעזאַפּט מיטן תּנ"ך, וואָס האָט, ווי מיר ווייסן, משפּיע געווען אויף אַלע ליטעראַטורן, ווי אויך מיט אַנדערע טראַדיציאָנעלע ייִדישע מקורים, אַזעלכע ווי די קבליסטישע מיסטיק, טראַנסצענדענטאַלע פֿילאָסאָפֿיע פֿון חסידות, און מיט די לידער און הליכות פֿונעם פֿאָלק. אָבער די ייִדישע ליטעראַטור האָט אויך אײַנגעזאַפּט פֿאַרבן און אַראָמאַטן פֿון פֿיל אַנדערע לענדער, אין וועלכע אירע קינסטלער האָבן געלעבט און געשאַפֿן. זי איז געקומען צו בלי אין פּוילן און רוסלאַנד, און זי האָט דערגרייכט דעם שפּיץ פֿון איר אַנטוויקלונג, ווי אַ מאָדערנע ליטעראַטור, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איר פֿאַרנעם איז ברייט, אַפֿילו ווען איר טעמע איז ריין־ייִדיש, און איר סטיל אין פּראָזע און דיכטונג האָט פֿאַרקערפּערט אַלע טראַדיציאָנעלע און מאָדערנע פֿאָרמעס. אירע ראָמאַנען געהערן צו פֿאַרשידנאַרטיקע סטילן, פֿון פּרימיטיוון צו קלאַסישן, רעאַליסטישן, ראָמאַנטישן, נאַטוראַליסטישן, און מיסטישן. איר דיכטונג האָט אַ שלל פֿון פֿאָרמעס, אַזעלכע ווי עפּיק, סאָנעט, נאַראַטיוו, ראָנדאָ, אָנגעשריבן אינעם קלאַסישן מישקל און פֿרײַע פֿערזן. די ייִדישע ליטעראַטור האָט ערשטקלאַסיקע ווערק אין די זשאַנערס פֿון דראַמע, קריטיק, געשיכטע, ביאָגראַפֿיע און עסיי.

אָבער די סאַמע פּאַסיקע כאַראַקטעריסטיק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז איר תּוכיקער הומאַניזם, אירע מאָראַלישע און עטישע ווערטן, איר טיפֿער מיטלײַד־געפֿיל, און דער צערטלעכער אָפּגלאַנץ פֿון מאַרטירערשאַפֿט על־קידוש־השם. מחמת אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז דער מענטש — די מאָס פֿון אַלע זאַכן, און דער מענטש איז אוניווערסאַל און אייביק. י. ל. פּרץ, איינער פֿון די גרויסע אָבֿות פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, האָט ניט געוואָלט גלייבן, אַז "ווער עס קאָן נישט לעבן, שרײַבט!" ער איז באַשטאַנען, אַז די ווערטן פֿון דער ליטעראַרטור זײַנען העכער פֿון אירע פּראַקטישע צילן; זיי געהערן צו אייביקייט; ער האָט אויך געגלייבט, אַז ניט די יחידים און קיינע פֿעלקער קאָנען ניט לעבן פֿאַר זיך אַליין.

ווײַזט אויס, אַז איינער אַ דובלינער האַלט זיך בײַ אַן ענלעכער מיינונג. דער מחבר פֿון "יוליסעס" לאָזט זײַן ייִדישן העלד בלום אַרויסזאָגן אַ געדאַנק, אַז געוואַלד און שׂינאַה זײַנען דער היפּוך פֿון דעם לעבן. און וואָס איז דאָס לעבן? בלום האַלט, אַז "ליבע איז דער היפּוך פֿון שׂינאה". און וואָס איז די ליבע ווי ניט דער קעגנזײַטיקער דורכקום און דרך־ארץ פֿון איין מענטש צו דעם אַנדערן. מיר נייטיקן זיך זייער אין אַזאַ מין קעגנזײַטיקייט, ווײַל "מיר מוזן ליב האָבן איינער דעם אַנדערן, אַניט וועלן מיר שטאַרבן".

אָבער אַזאַ מין קעגנזײַטיקער דורכקום און דרך־ארץ קאָן קומען ערשט דעמאָלט, ווען מען ווערט געווויר, וואָס יעדער איינער פֿון אונדז שטעלט מיט זיך פֿאָר. איך ווייס, אַז דאָס, וואָס איך האָב געזאָגט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, איז גילטיק אויך פֿאַר אַנדערע ליטעראַטורן, וועלכע זײַנען באַגרענעצט דורך זייערע שפּראַכן. עס דאַכט זיך מיר, אַז דער פּ.ע.נ. איז אַן אידעאַלע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע פֿאַר דערמוטיקן און דורכפֿירן איבערזעצונגען פֿון די דאָזיקע ליטעראַטורן, און אויף אַזאַ אופֿן צו באַרײַכערן די וועלט־ליטעראַטור. אַזאַ מין אויסטויש מיט קולטורעלע ווערטן, וואָס איז, לויט מײַן מיינונג, די עיקרדיקע אויפֿגאַבע און דער ציל פֿון פּ.ע.נ., קאָן העלפֿן צו פֿאַרמינערן דאָס טראַגישע געפֿיל פֿון פּוסטקייט, וואָס באַפֿאַלט דעם קינסטלער און די געזעלשאַפֿט אין דער איצטיקער תּקופֿה פֿון אומרו און פּחד.

(איבערגעזעצט פֿון דעם ענגלישן אָריגינאַל אינעם ייִוואָ־אַרכיוו)