דער באַריכט פֿון דער "האַלבער שפּיצן-קאָנפֿערענץ", וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם מאָנטיק אין ירושלים און וואָס אין אַנדערע טעג וואָלט ער דערשינען אונטער אַ שרײַענדיקן הויפּט-קאָפּ אויף די פֿראָנט-זײַטן פֿון אַלע צײַטונגען, איז אויף צו מאָרגנס אַראָפּגערוקט געוואָרן אונטן אויף אַ דריטן אָדער פֿערטן אָרט פֿון די צײַטונגס-קעפּ, און בײַ אייניקע אַפֿילו אויף אַן אינערלעכער זײַט.
נישט בלויז ווײַל דער קריזיס אויפֿן ישׂראל-פּאַלעסטינער מלחמה-און־שלום-פֿראָנט האָט פֿאַרלוירן זײַן פּאָליטישע און סטראַטעגישע חשיבֿות — נאָר ווײַל מדינת-ישׂראל לעבט הײַנט אין אַ צושטאַנד פֿון איר שטאַרקער אָבסעסיע צווישן איין אויספֿאָרש-קאָמיסיע און דער אַנדערער, אין דעם דאָמינאָ-פּראָצעס פֿון פֿאַלנדיקע פֿיגורן — צווישן איין סעקס-משפּט און דעם אַנדערן, צווישן איין קאָרופּציע-סקאַנדאַל און דעם אַנדערן, און צווישן איין באַזײַטיקונגס-רעזיגנאַציע און דער אַנדערער אויף די העכסטע שפּיצן פֿון דער מדינה-פֿירונג. בקיצור — צווישן איין ערד-ציטערניש און דער אַנדערער.
זעט אויס, אַז די זעלבע געזעצן וואָס אין דער נאַטור, הערשן אויך אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן: נאָך אַ גרויסן צונאַמי-שטורעם קומט אַ סטיכיע פֿון גרעסערע און קלענערע ערד-ציטערנישן, וואָס ענדערן דעם סדר פֿון דער וועלט. די לעצטע (הלוואַי זאָל זי טאַקע זײַן די לעצטע) מלחמה אין לבֿנון, וואָס איז דורך דעם פּרעמיער-מיניסטער באַצייכנט געוואָרן ווי אַ סטראַטעגישער און פּאָליטישער נצחון, איז געוואָרן דער פֿאָקוס פון אָט דער נאַטור-סטיכיע און פֿון די טראַומאַטישע נאָכווייענישן, מיט וועלכע עס לעבט איצט דער רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל.
איין סקאַנדאַל יאָגט דעם צווייטן, איין קאָמיסיע וואַרט אויף דער אַנדערער, און איין דעציזיע וואַרט אויף דער אַנדערער.
— און אַלע וואַרטן אויף ווינאָגראַדן.
דאָס לאַנד וואַרט אויף דעם באַריכט פֿון דער עיקרדיקער אויספֿאָרש-קאָמיסיע בראש מיט דעם ריכטער ווינאָגראַד, וועגן דעם דורכפֿאַל פֿון דער מלחמה. די אויספֿירונגען פֿון אָט דער קאָמיסיע וועלן באַשטימען דעם גורל פֿון די צוויי אַנדערע אָרעמס פֿון דעם אָנפֿירנדיקן דרײַעק אין דער לבֿנונישער מלחמה: דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט און דעם זיכערהייטס-מיניסטער עמיר פּרץ — נאָך דעם ווי דער דריטער אָרעם, דער אַרמיי־שעף דן חלוץ, האָט גענומען אויף זיך זײַן דריטל פֿון דער אחריות — נישט די שולד! — פֿאַר דעם גרויסן דורכפֿאַל.
נאָך דער סטיכישער פּראָטעסט-באַוועגונג און די צענדליקער אינערלעכע און אויסערלעכע פֿאָרש-קאָמיסיעס אין דער אַרמיי, איז געקומען די רעזיגנאַציע פֿון דעם שעף פֿונעם גענעראַל-שטאַב גענ.־בריגאַדיר דן חלוץ; נאָך דעם איז געקומען דער קאָרופּציע-אַרעסט און דערנאָך די רעזיגנאַציע פֿון דעם "מלך פֿון די שטײַערן" ג'קי (דזשעקי) מצא און זײַנע געהילפֿן, צווישן זיי אויך די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולי זקן; דאַן די פֿאַרשולדיקונג פֿון דעם מיניסטער חיים רמון, אָלמערטס נאָענטסטן פֿאַרטרויונגסמאַן, דער איניציאַטאָר פֿון דער "עקספּלאָזיע", פֿון וועלכער עס איז אויפֿגעקומען די "קדימה"-פּאַרטיי פֿאַר די דעזערטירן פֿון "ליכּוד" און פֿון "עבֿודה"; קורץ נאָך דעם — דער באַריכט פֿון דער זײַלער-קאָמיסיע (בראָש מיטן ריכטער ורדי זײַלער) וועגן דער קאָרופּציע אין דער פּאָליציי, דערנאָך — און אין רעזולטאַט פֿון דעם — דער סקאַנדאַל מיט די צווייפֿלהאַפֿטע נאָמינירונגען, וואָס דער פּאָליציי-מינסטער אַבֿי דיכטער האָט אַדורכגעפֿירט אין דער העכסטער קאָמאַנדע פֿון דער פּאָליציי, באַשטימענדיק ווי דעם שעף פֿונעם פּאָליציי-שטאַב אויפֿן אָרט פֿון משה קאַראַדי דעם צווייפֿלהאַפֿטן קאָמאַנדיר פֿון דעם טורמע-דינסט יעקבֿ גנות (לייען: גענאָט), וועלכער איז מיט אייניקע יאָר צוריק געווען באַשולדיקט אין קאָרופּציע. אויף זײַן אָרט ווי שעף פֿונעם טורמע-דינסט האָט דער מיניסטער באַשטימט דעם געהילפֿס-שעף פֿון דעם פּאָליציי-שטאַב רפֿאל קאַנאַק, וועלכן ער האָט אַראָפּגענומען פֿון זײַן פּאָליציייִשן אַמט.
דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען אין פֿאַרלויף פֿון צוויי-דרײַ וואָכן.
די נאָמינירונגען פֿון דעם פּאָליציי-מיניסטער האָבן נאָך געדאַרפֿט אַדורכגיין הײַנטיקע וואָך די זיפּ און די באַשטעטיקונג פֿון דער טירקעל-קאָמיסיע, וועלכע האָט געוואַרט אויף דער דעציזיע פֿון העכסטן געריכט, וועמען די "באַוועגונג פֿאַר דער קוואַליטעט און זויבערקייט פֿון דער מאַכט" (התנועה למען איכות השלטון) האָט דערלאַנגט אַן אַפּעלאַציע קעגן דער נאָמינירונג פֿון יעקבֿ גנות.
ווי געזאָגט — אַ דאָמינאָ-פּראָצעס פֿון פֿאַלנדיקע פֿיגורן. אַנדערע זעען אין דער-אָ אַנטוויקלונג אַ מין "רייניקונגס-פּראָצעס". אָבער דער פֿילטער, דורך וועלכן די רייניקונג ווערט אַדורכגעפֿירט, זעט אויס צו זײַן פֿאַרשטאָפּט פֿון בלאָטע. אָט דער פֿאַקט באַשטעטיקט זיך פֿון דעם לעצטן — דעם הײַנטוואָכיקן "רייניקונגס-אַקט" — מיטן אופֿן פֿון אויסטוישן דעם הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון דער פּאָליציי אויף אַן אַנדערן, נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם באַריכט פֿון דער זײַלער-קאָמיסיע.
אַגבֿ, די רעזיגנאַציע און באַזײַטיקונג פֿון דעם פּאָליציי-שעף האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער רעזיגנאַציע פֿון דעם אַרמיי-שעף מיט צוויי וואָכן פֿריִער — אַזוי ווי דער פֿאַטאַלער קוש פֿון דעם יוסטיץ-מיניסטער האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער סומאַטאָכע אַרום דער נאָמינאַציע פֿון דעם קעמפֿערישן נײַעם יוסטיץ-מיניסטער דניאל פֿרידמאַן און אויך נישט מיט דער סעקס-אַפֿערע און דיספֿונקציאָנירונג פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט. דער איינציקער צוזאַמענהאַנג צווישן זיי באַשטייט נאָר אין דעם, וואָס דער "פֿראַנצויזישער קוש" פֿון דעם מיניסטער האָט פּאַסירט דעם זעלבן טאָג, ווען עס איז אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנונישע מלחמה; ביידע אָבער, אַזוי ווי אַלע אַנדערע פּאַסירונגען פֿון דעם סאָרט, האָבן זיך קונציק אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דעם דינאַמישן קעסלגרוב, אין דעם קאַרוסעל פֿון די מלוכישע און געזעלשאַפֿטלעכע סקאַנדאַלן און ערד-ציטערנישן.
ווען מע לייענט די באַריכטן און די אויספֿירונגען פֿון די אויסגערעכנטע קאָמיסיעס און די מאָטיוון פֿון די געפֿאָרשטע און פֿון די מיניסטאָרן, וועלכע פּרובירן באַרעכטיקן זייערע דעציזיעס — ווערט מען פֿאַרבליפֿט פֿון דער לײַכטזיניקייט, מיט וועלכער גורלדיקע דעציזיעס ווערן אָנגענומען דורך די קאַפּיטאַנען פֿון דער מדינה־שיף. זי שלײַכט זיך אויף די געפֿערלעכע כוואַליעס פֿון פּסולע עטישע נאָרמעס, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט אין לאַנד אויפֿן וועג צו איר שטאַרק באַדראָטער צוקונפֿט.
דער פּאָליציי-מיניסטער אַבֿי דיכטער, וואָס זײַן אָפֿיציעלער טיטל איז: "מיניסטער פֿאַר אינערלעכער זיכערהייט", איז מיט אָלמערטס הילף געקומען צו דעם דאָזיקן אַמט פֿון דעם געהיימען זיכערהייטס־דינסט (שב"כ) און האָט פֿון דאָרט, זעט אויס, מיטגעבראַכט מיט זיך די עטישע נאָרמעס, וועלכע זענען נישט זעלטן געטאַדלט געוואָרן דורך דעם געריכט. די ריכטער, וואָס האָבן אין יאָר 1994 געמישפּט דעם איצט נאָמינירטן שעף פֿונעם פּאָליציי-שטאַב, יעקב גנות, אונטער דער באַשולדיקונג פֿון קאָרופּציע, כאַבאַר, שווינדל און מיסברויכן מיט זײַן אַמט, האָבן אים דאַן אין אַ מערהייטס-אורטייל פֿון יורידישן שטאַנדפּונקט באַפֿרײַט פֿון שולד, אָבער די זעלבע ריכטער האָבן אין זייערע מאָטיוון אים שאַרף געטאַדלט מחמת די אומריינע עטישע נאָרמעס, ווען ער האָט געדינט ווי דער קאָמאַנדיר פֿונעם צפֿון-רעסאָרט. איינער פֿון די ריכטער, וועלכע האָבן אים דעמאָלט באַפֿרײַט פֿון דער פֿאָרמעלער שולד, דער געוועזענער יוסטיץ-באַראַטער פֿון דער רעגירונג און דערנאָך מיטגליד פֿונעם העכסטן געריכט, יצחק זמיר, האָט איצט, אויפֿטרעטנדיק אין דער טעלעוויזיע, שאַרף קריטיקירט די דעציזיע פֿון דעם מיניסטער צו קרוינען יעקבֿ גנות אויפֿן העכסטן שפּיץ פֿון דער פּאָליציי.
מינ. דיכטער האָט געמאָלדן וועגן דער באַזײַטיקונג פֿון משה קאַראַדי אַ שעה נאָך קאַראַדיס רעזיגנאַציע. קאַראַדי האָט געמאָלדן וועגן זײַן רעזיגנאַציע פֿיר שעה נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם באַריכט פֿון דער זײַלער-קאָמיסיע. דער מיניסטער האָט דעם אַנדערן טאָג מגלה געווען, אַז ער האָט פּלאַנירט די איבערקערעניש אין דער פּאָליציי שוין מיט עטלעכע חדשים צוריק. זײַן אײַליקער באַשלוס און דאָס באַשטימען אַ "באַפֿלעקטן" קאַנדידאַט אויף דעם אַמט האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק און גוֹרם געווען די אָנקלאַגע פֿאַרן העכסטן געריכט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די קאָרופּציע אין דער פּאָליציי דערגרייכט אַ סקאַנדאַליעזן הויכפּונקט מיטן לײַכטן אורטייל איבער די צוויי ברידער פּעריניאַן, אָנפֿירער פֿון אַ פֿאַרברעכער-באַנדע, וואָס זענען געווען פֿאַרמישט אין צוויי מאָרד-אַקטן: איבער אַ מיטגליד פֿון אַ פֿײַנטלעכער פֿאַרברעכער־באַנדע דורך אַ געדונגענעם מערדער אַ פּאָליציאַנט, וועלכער איז שפּעטער דערשאָסן געוואָרן דורך זייערס אַן אַגענט אין אויסלאַנד, כּדי צו פֿאַרווישן די שפּורן. אַ הויכער פּאָליציי-אָפֿיציר, יורם לוי, איז געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיט אָט דער משפּחה און האָט געהאָלפֿן פֿאַרווישן די שפּורן פֿון אירע פֿאַרברעכנס.
די שטורעמס און די ערד-ציטערנישן וועלן, ווי מיר זענען שוין געוווינט, גאָר גיך פֿאַרגעסן ווערן און נײַע וועלן אויפֿקומען אויף זייער אָרט. די גרויסע עקספּלאָזיע, וואָס וועט ברענגען אַ נײַע סטיכיע פֿון ערד-ציטערנישן, ווערט דערוואַרט דעם קומענדיקן חודש, מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם צווישנבאַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע.
אַלע וואַרטן אויף ווינאָגראַדן.
תּל-אָבֿיבֿ, 20סטער פעברואַר 2007