ליטעראַטור
Vladimir Jabotinsky. The Five: A Novel of Jewish Life in Turn-of-the-century Odessa. Translated from the Russian by Michael R. Katz. Cornell University Press, 2005.
Vladimir Jabotinsky. The Five: A Novel of Jewish Life in Turn-of-the-century Odessa. Translated from the Russian by Michael R. Katz. Cornell University Press, 2005.

דער ענגלישער לייענער האָט, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט איינעם פֿון די מײַסטערווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, דעם ראָמאַן פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי "די פֿינף". דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ שווערן ליטעראַרישן גורל. די ערשטע אויסגאַבע איז דערשינען אינעם רוסישן עמיגראַנטישן פֿאַרלאַג אין פּאַריז אין 1936, און ביז דער לעצטער צײַט איז עס געווען די איינציקע פּובליקאַציע פֿונעם טעקסט.

די ליבעראַלע רוסישע קריטיקער אין דער עמיגראַציע זײַנען געווען אַנטציקט פֿונעם ראָמאַן. פֿאַר זיי איז זשאַבאָטינסקי פֿאַרבליבן דער שאַרפֿזיניקער און עלעגאַנטער זשורנאַליסט "אַלטאַלענאַ", וועלכער האָט אַ מאָל געשריבן לעבעדיקע פֿעליעטאָנען און טעאַטער־רעצענזיעס אין די אָדעסער רוסישע צײַטונגען. אָבער אין די 1930ער יאָרן איז ער שוין געווען אַן אַנדערער מענטש, אַ פֿירער פֿון דער מיליטאַנטישער רעוויזיאָניסטישער באַוועגונג. דער "ביטר" האָט געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו דער דעקאַדענטישער קולטור פֿון דער אַסימילירטער ייִדישער בורזשואַזיע אין דער אַמאָליקער אָדעס. די רוסישע עמיגראַציע, וואָס איז לרובֿ געווען געשטימט נאַציאָנאַליסטיש, האָט ניט געהאַלטן פֿון ייִדישע זכרונות וועגן דעם "הייליקן רוסלאַנד". אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווי אויך אין דער לינקער סבֿיבֿה אין אַמעריקע, אייראָפּע און ארץ־ישׂראל, איז זשאַבאָטינסקי געווען טריף־פּסול — אַ ייִדישער "פֿאַשיסט".

"די פֿינף" געהערט צו דעם זשאַנער פֿון "זײַ־געזונט־ליטעראַטור", וואָס איז געווען פּאָפּולער אין אייראָפּע ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. מען האָט זיך געזעגנט מיט דער "וועלט, וואָס איז מער ניטאָ", מיט אייגענער יוגנט, חלומות, ליבעס. אַזעלכע ווערק זײַנען אָפֿטמאָל געווען דורכגעזאַפּט מיט רמזים און אַלוזיעס, צוטריטלעך נאָר פֿאַר דעם לייענער, וועלכער איז אַליין אַ מאָל געווען אַ טייל פֿון דער תּקופֿה. זשאַבאָטינסקי אַדרעסירט זײַן בוך דווקא אַזאַ מין "אויסגעטראַכטן" לייענער, וועלכער טראָגט אין זײַן זכּרון די אַלטע אָדעס מיט אלע פּישטשעווקעס. אין סאַמע מיט פֿון דעם ראָמאַן האָט דער מחבר אַפֿילו אַרײַנגעשטעלט אַ ספּעציעלן קאַפּיטל מיט דעם נאָמען "ניט פֿאַר דעם לייענער". דאָס איז אַ מין ליבע־דערקלערונג צו דער אַמאָליקער אָדעס, איר נאַטור, איר שפּראַך און אירע תּושבֿים. "דאָס לעבן איז אַ נאַרישע זאַך... אָבער אַ וווּנדערלעכע׃ לייגט מיר פֿאָר עס איבערצוחזרן — וועל איך עס איבערחזרן, ווי עס איז געווען, פּינקטלעך, מיט אַלע צרות און מיאוסקייטן, אַבי עס זאָל נאָר זײַן מעגלעך ווידער עס אָנהייבן אין אָדעס" — אַזוי ענדיקט דער מחבר זײַן לירישע דיגרעסיע.

ווי אַ סך אייראָפּעיִשע משפּחה־ראָמאַנען פֿון יענער צײַט, דערציילט "די פֿינף" די געשיכטע פֿון אַ ירידה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער, פֿריילעכער און דערפֿאָלגרײַכער משפּחה. אָבער אין אונטערשיד צו די "ערנסטע" ראָמאַניסטן, ווי למשל, טאָמאַס מאַנס "די בודענבראָקן", האָט זשאַבאָטינסקי ניט קיין חשק — און מסתּמא קיין צײַט אויך ניט — צו שרײַבן אַ גרויסן פֿילאָסאָפֿישן ראָמאַן. ער בלײַבט געטרײַ זײַן אויסגעפּרוּווטן זשורנאַליסטישן סטיל, וואָס ער באַהערשט מײַסטעריש. זשאַבאָטינסקי דערציילט זײַן מעשׂה פֿון אַ טאָפּלטער פּערספּעקטיוו, ווי אַן אַלטער פֿרײַנד פֿון דער משפּחה מילגראָם און ווי אַ הײַנטצײַטיקער עדות פֿון דער אַמאָליקער תּקופֿה. ער איז פֿול מיט מיטלײַד און סימפּאַטיע, אָבער ניט פֿרײַ פֿונעם מאָראַליסטישן מישפּט־טאָן. אויב מען וויל, קאָן מען אויסטײַטשן דעם ראָמאַן ווי אַ קריטיק פֿון דער ייִדישער אַסימילאַציע, אָבער דעמאָלט וועט דאָס בוך פֿאַרלירן אַ סך פֿון זײַן חן. פּונקט דאָס איז געשען מיט דער העברעיִשער איבערזעצונג, וועלכע איז אַרויס אונטער דער השגחה פֿון דער רעוויזיאָניסטישער באַוועגונג.

אין דעם רעלאַטיוו קורצן מהלך פֿון אַ פּאָר הונדערט זײַטלעך באַווײַזט דער מחבר פֿאָרצושטעלן די לעבנס־געשיכטעס פֿון פֿינף העלדן, דרײַ זין און צוויי טעכטער פֿונעם פֿאַרמעגלעכן תּבֿואה־הענדלער איגנאַץ אַלבערטאָוויטש מילגראָם און זײַן חנעוודיקער פֿרוי, אַנאַ מיכײַלאָוונאַ. יעדעס קינד האָט אַן אייגנאַרטיקן כאַראַקטער און פֿאַרקערפּערט אַ געוויסע פֿילאָסאָפֿיע פֿון לעבן. דער ראָמאַן האָט אַ פֿעסטע און קלאָרע סטרוקטור, וועלכע באַזירט זיך אויף די דינאַמישע באַציִונגען צווישן די משפּחה־מיטגלידער. אויף דעם ערשטן פּלאַן שטייען צוויי עלטערע, קינדער, די שיינע און אַ ביסל געלאַסענע מאַרוסיע און דער וווילער יונג סעריאָזשאַ. זייערע אויסטערלישע פּערזענלעכקייטן וואַרפֿן אַ שווערן שאָטן אויף זייערע ייִנגערע ברידער־שוועסטער, וועלכע ווערן געצוווּנגען צו זוכן אייגענע וועגן. אָבער יעדער וועג פֿירט צו אַ ביטערן סוף, און דערין שטעקט אַ קליין ביסל פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. אָבער זשאַבאָטינסקי איז, קודם־כּל, אַ קינסטלער און ערשט דערנאָך אַן אידעאָלאָג, און ער היט זיך פֿון פּראָפּאַגאַנדע. דער ראָמאַן פֿאַרמאָגט ניט קיין "פּאָזיטיווע" געשטאַלט, וואָס זאָל פֿאָרשטעלן די ציוניסטישע אַלטערנאַטיוו צו דער אַסימילאַציע — און דאָס ראַטעוועט דאָס בוך, ווי אַ ווערק פֿון קונסט.

"די פֿינף" איז פֿולגעפּאַקט מיט כּל־מיני רמזים און פֿאַרבאָרגענע ציטאַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער, רוסישער און אַפֿילו ייִדישער ליטעראַטור — עס איז גענוג צו דערמאָנען די ענלעכקייט מיט דער געשיכטע פֿון טבֿיה דעם מילכיקער. אָבער להיפּוך צו שלום־עליכם, האָט זשאַבאָטינסקי ניט קיין פֿיגור פֿון טבֿיהס פֿאַרנעם. דער עלטערער דור פֿאַרמאָגט ניט קיין בטחון און איז פּונקט אַזוי אומבאַהאָלפֿן פֿאַר דעם צעשטערערישן גאַנג פֿון דער געשיכטע ווי דער ייִנגערער. זשאַבאָטינסקי באַשרײַבט די ירידה פֿון דער ייִדישער אָדעס, אָבער זײַן מעטאַפֿאָרישער אַרסענאַל קומט ניט פֿון ייִדישע מקורים. זײַן טראַגעדיע האָט אַ גריכישן טעם׃ שולדיק אין אַלע צרות איז דער אומברחמנותדיקער גורל.

וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי האָט געהערט צו די סאַמע פֿײַנע סטיליסטן פֿון דער רוסישער שפּראַך. צום באַדויערן, איז די ענגלישע איבערזעצונג זייער ווײַט פֿון דעם ניוואָ, וואָס דער אָריגינאַל איז. נאָך ערגער זײַנען די הערות פֿונעם איבערזעצער, וועלכע פֿאַרפֿירן און פֿאַרפּלאָנטערן דעם לייענער, אַנשטאָט צו העלפֿן אים צו פֿאַרשטיין די רעאַלע אומשטאַנדן הינטער דעם סיפּור־המעשׂה. גענוג איז צו זאָגן, אַז דער איבערזעצער האָט איבערגעפּלאָנטערט דעם באַרימטן רעוואָלוציאָנער פֿערדינאַנד לאַסאַל מיט דעם פֿראַנצויזישן פּעדאַגאָג, וועלכער האָט געלעבט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר פֿריִער. די ענגלישע איבערזעצונג עפֿנט זיך מיט אַ באַשרײַבונג פֿון אַן אָפּערע־פֿאָרשטעלונג אין אָדעסער טעאַטער, בעת אינעם רוסישן מקור גייט די רייד וועגן אַ דראַמאַטישן ספּעקטאַקל, און אַזוי ווײַטער — גרײַזן כּמעט אין יעדן קאַפּיטל... עס איז אַ שאָד וואָס אַ סאָלידער אַקאַדעמישער פֿאַרלאַג האָט געמאַכט אַזאַ טאַנדעטנע אַרבעט.