אַ מעלדונג וועגן מיכאָעלס’ און פֿעפֿערס קומען קיין אַמעריקע, |
מיט עפּעס אַ צײַט צוריק האָב איך זיך געכאַפּט, אַז קיין איין פּרטימדיקע פֿאָרשונג איז ניט געמאַכט געוואָרן מכּוח דער אַמעריקאַנער נסיעה פֿון שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער. דערמאָנט האָט מען עס אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן, און אין אַ צאָל ביכער וועגן דעם גורל פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף כּלערליי וויכטיקע פּרטים פֿון דער שליחות קיין אַמעריקע אין 1943. אָבער ביז עד-היום איז ניט געשאַפֿן קיין בילד פֿון דעם ווי אַזוי די ייִדישע פּרעסע און די כּוחות הינטער דער פּרעסע, האָבן רעאַגירט אויף דעם וויזיט. וויל איך טאַקע זיך אָפּשטעלן אויף דעם, ווי אַזוי דער "פֿאָרווערטס" האָט אָפּגעשפּיגלט די וויכטיקע געשעעניש.
מע מוז האַלטן אין זינען, אַז נאָך אַ קורצער (אָבער הייסער!) ליבע מיט דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, איז דער "פֿאָרווערטס" זינט די אָנהייב 1920ער יאָרן געוואָרן דאָס ביטערסטע אַנטי-סאָוועטישע קול אויף דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס. די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע גרופּע פֿון בונדיסטן און מענשעוויקעס האָט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין אויסקלײַבן דעם אידעאָלאָגישן קורס פֿון דער צײַטונג לגבי קאָמוניזם. די בונדיסטן און מענשעוויקעס האָבן קיין ברעקל סימפּאַטיע ניט געהאַט צו לענינען, שוין אָפּגעשמועסט פֿון סטאַלינען. די אויסגעהאַלטענע פֿײַנטלעכקייט אין דער באַציִונג צו סאָוועטן-רוסלאַנד האָט אויך אָפּגעשפּיגלט די אינערלעכע, אַמעריקאַנער רײַסענישן מיט קאָמוניסטן, בפֿרט אין די יוניאָנען.
אָנהייב 1943 האָט די סאָוועטישע רעגירונג, סוף-כּל-סוף, אָנערקענט, אַז אירע זיכערקייט-אָרגאַנען האָבן אומגעבראַכט די פּויליש-בונדיסטישע פֿירער, הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער, וואָס האָט נאָך מער פֿאַרביטערט די סאָציאַל-דעמאָקראַטן. בעת אַ סך ייִדן און ניט-ייִדן האָבן אין די מלחמה-יאָרן געהאַלטן, אַז מע דאַרף פֿאַרגעסן, לכל-הפּחות אויף אַ ווײַלע, וועגן אַלע פּאָליטישע אונטערשיידן און זיך קאָנצענטרירן אויפֿן קאַמף קעגן היטלערן, האָט די "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה ניט געזען קיין זין אין פֿאַרשווײַגן די חטאָים פֿון סטאַליניזם. דייוויד דובינסקי, פּרעזידענט פֿון דער "אינטערנעשאָנאַל לעידיס גאַרמענט וואָירקערס יוניאָן" (אַזאַ ייִדישן נאָמען האָט מען גענוצט פֿאַר אָט דער השפּעהדיקער אָרגאַניזאַציע), האָט עס קלאָר געמאַכט אָנהייב מײַ 1943, אין זײַן באַגריסונג-רעדע פֿאַר דער 43־יאָריקער קאָנווענשאָן (צוזאַמענפֿאָר) פֿון "אַרבעטער-רינג". דובינסקי האָט דעמאָלט געזאָגט, אַז קריטיק פֿון סטאַלינען שעדיקט ניט דעם אַנטי-היטלעריסטישן קאַמף פֿונעם רוסישן פֿאָלק.
דער וויזיט פֿון דער סאָוועטישער דעלעגאַציע איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, זייער וויכטיק פֿאַר די קאָמוניסטן. אָבער אויך אַנדערע פּאָליטישע שטראָמען האָבן געוואָלט אויסנוצן די דאָזיקע געשעעניש. אין די פּובליקאַציעס אין "פֿאָרווערטס" האָט מען זיך ניט איין מאָל אָפּגעשטעלט אויף דעם פּאַראַדאָקס פֿון דער שטיצע, וואָס די ציוניסטן (אָבער ניט די ציוניסטישע אַרבעטער-באַוועגונג) האָבן אַרויסגעוויזן די סאָוועטישע שליחים. אָט ווי עס האָט די סיבות פֿאַר אַזאַ שטיצע פֿאַרטײַטשט צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן) אין זײַן פּאָליטישער קאָלום "ייִדישע אינטערעסן" (דעם 3טן יולי 1943):
"די נײַע ציוניסטישע פּאָליטיק איז די ׳אָריענטאַציע אויף סאָוועט-רוסלאַנד׳, ווי מען דריקט עס אויס אין קורצע ווערטער. דאָס מיינט, אַז די ישועה פֿאַרן ציוניזם מוז קומען פֿון סטאַלינען.
"דער ציוניזם האָט אין די לעצטע יאָרן כּמעט אַזוי גוט ווי פֿאַרלאָרן די האָפֿענונג אויף דער ענגלישער רעגירונג. מאַנכע ציוניסטישע פֿירער זאָגן עס אין דער שטיל, און אַנדערע זאָגן עס גאַנץ אָפֿן. די פֿאַרווירקלעכונג פֿון ציוניזם שטימט איצט ניט מיט דער ענגלישער פּאָליטיק. עס זײַנען געווען האָפֿענונגען בײַ די ציוניסטן, אַז מען וועט קענען ווירקן אויף דער אַמעריקאַנער רעגירונג, אַז זי זאָל אָנוואַרעמען די אָפּגעקילטע ענגלישע באַציִונגען צום ציוניזם. פֿון אָנפֿאַנג האָט זיך אויסגעוויזן, אַז די האָפֿענונגען האָבן גוטע אויסזיכטן פֿאַרווירקלעכט צו ווערן. די ציוניסטן האָבן געקראָגן צושטימונגען פֿון מערערע סענאַטאָרן, פֿון אַ באַדײַטענדער צאָל קאָנגרעסלײַט און פֿון אַ סך פּראָמינענטע פּערזאָנען, וואָס שפּילן אַ ראָלע אין דער אַמעריקאַנער עפֿנטלעכקייט. אָבער די ציוניסטן האָבן זיך ענדלעך איבערצײַגט, אַז זיי קענען ניט דערוואַרטן פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, אַז זי זאָל זיך קריגן מיט דער ענגלישער רעגירונג צוליב ציוניזם. [...] האָט מען דעריבער אָנגעפֿאַנגען האָפֿן אויף סאָוועט-רוסלאַנד, אויף סטאַלינען, אַז פֿון אים וועט קומען די ישועה פֿאַרן ציוניזם.
"אויף וואָס באַגרינדעט זיך אָט די האָפֿענונג? וועגן דעם זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אַ סך פּילפּולים, וועלכע זײַנען פֿאַר מיר שווער צו פֿאַרשטיין. אָבער די, וואָס האָבן די פּילפּולים געשריבן, גלייבן דאָך מסתּמא, אַז זיי פֿאַרשטייען. דער יסוד פֿון אָט די פּילפּולים איז, אַז עס קען געשאַפֿן ווערן אַזאַ סיטואַציע אין דער וועלט-פּאָליטיק, וואָס קען פֿירן דערצו, אַז סטאַלין זאָל ווערן פֿאַראינטערעסירט אין דער פֿאַרווירקלעכונג פֿון ציוניזם. און אויב אַזוי, דאַרף מען לעבן גוט מיט סטאַלינען און מען דאַרף זײַן פֿרײַנדלעך צו אַלץ, וואָס קומט פֿון סאָוועט-רוסלאַנד."
אַן אַנדער וועטעראַן פֿון "פֿאָרווערטס", דער שרײַבער דוד איינהאָרן, האָט געהאַלטן, אַז די ציוניסטן שפּילן זיך מיט פֿײַער. אין זײַן אַרטיקל "ווייס דער עולם דעם אמת וועגן דער ייִדיש-סאָוועטישער דעלעגאַציע?" (דעם 17טן יולי 1943), שרײַבט ער:
"אַ פּאַרטיי קאָן זיך ניט דערלויבן דעם לוקסוס, ווי אַ מלוכה [...] די ציוניסטן, אָבער, האָבן זיך געשאַפֿן אַ פֿיקציע, אַ חלום, אַז זיי זײַנען אַ פּאַרטיי פֿון אַ מלוכה, וועלכע זיי ווילן שאַפֿן, אָבער וועלכע עקזיסטירטט נאָך ניט. עס איז אַ נאָנסענס, ווען זיי זאָגן, אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר די מלוכה-פּאַרטיי פֿון פּאַלעסטינע. דערווײַל איז די מלוכה דאָרט ענגלאַנד און זי טוט וואָס זי וויל. די ציוניסטן קאָנען אַפֿילו קיין קינדער ניט אַרײַננעמען אין לאַנד, אויב ענגלאַנד דערלויבט עס ניט. זיי זײַנען אין גאַנצן אָפּהענגיק אָן ענגלאַנד און אירע פֿרײַנדלעכע פֿאַרבינדעטע. די ציוניסטישע פּאַרטיי קאָן זיך ניט דערלויבן צו טאָן דאָס, וואָס קאָמוניסטן טוען. עס איז אַ געפֿאַר פֿאַר איר עקזיסטענץ, סײַ אינערלעך און סײַ אויסערלעך, צו שפּילן זיך אין מלוכישע לינקע ליבעס."
די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער געשיכטע האָט געוויזן, אַז די ריזיקע פֿון אויפֿפֿירן זיך מעשׂה מלוכה-פּאַרטיי איז געווען אַ באַרעכטיקטע, בעת די "פֿאָרווערטס"-אַנאַליטיקער זײַנען געווען אין דעם פֿאַל לחלוטין ניט גערעכט. עס האָט זיך טאַקע געשאַפֿן אַ סיטואַציע אין דער וועלט-פּאָליטיק, וואָס האָט געבראַכט דערצו, אַז סטאַלין איז פֿאַראינטערעסירט געוואָרן אין דער רעאַליזאַציע פֿונעם ציוניסטישן פּראָיעקט. דאָס האָט געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן און דורכפֿירן דעם אַמעריקאַנער טור פֿון די פֿירנדיקע פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.