אין 1952 האָט דער ייִדישער דיכטער אליעזר גרינבערג אײַנגעלאַדן דעם אַמעריקאַנער קריטיקער אירווינג האַו מיטצואַרבעטן איבער אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון ייִדישע דערציילונגען אויף ענגליש. פֿון אָט דער באַגעגאַניש איז אַרויסגעוואַקסן די וואָגיקע אַנטאלאָגיע "אַן אוצר פֿון דער ייִדישע דערציילונג" (1954), וואָס איז כּולל די ווערק פֿון 23 מחברים, צייכענונגען פֿונעם באַקאַנטן קינסלטער בען שאַן, און אַ גלאָסאַר. אין זײַן אַרײַנפֿיר האָט אירווינג האַו געגעבן אַ פּרטימדיקן פּאָרטרעט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער און גרינבערג האָבן געהאַט אין זינען אַן עולם, וואָס האָט ניט געקענט קיין ייִדיש, סײַדן עטלעכע ווערטלעך, און איז געווען קוים באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. די ווידמונג "פֿאַר זעקס מיליאָנען", גיט צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָזיקע אַנטאָלאָגיע איז אַ מין דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿונעם חורבן.
די ליטעראַרישע ווערק, וועלכע שפּיגלען אָפּ די ווערטן פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, עפֿענען פֿאַר דעם אַמעריקאַנער לייענער אַ פֿענצער אין דער "וועלט, וואָס איז מער ניטאָ". דאָס זאַמלבוך האָט געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג. אין זײַן רעצענזיע אין "ניו־יאָרק טײַמס" האָט אוריאל ווײַנרײַך באַמערקט, אַז דאָס איז אַ מוסטער פֿון דעם, "ווי מען דאַרף פֿאָרשטעלן די ייִדישע ליטעראַטור אין ענגליש". דאָס בוך איז געוואָרן אַ קלאַסיש ווערק, וואָס האָט דערמעגלעכט, אַז אַ סך אַמעריקאַנער לייענער זאָלן האָבן זייער ערשטן, און אָפֿטמאָל דעם איינציקן, קאָנטאַקט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. נאָך דעם דאָזיקן באַנד האָבן האַו און גרינבערג אַרויסגעגעבן נאָך פֿינף אַנטאָלאָגיעס׃ "אַן אוצר פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" (1969), "שטימען פֿון ייִדיש: עסייען, זכרונות, טאָגביכער" (1972), "אויסגעקליבענע דערציילונגען פֿון י. ל. פּרץ" (1974), "ייִדישע דערציילונגען, אַלטע און נײַע" (1974), און "אַש פֿון דער האָפֿענונג׃ ווערק פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער" (1977).
די אַלע אַנטאָלאָגיעס־זאַמלונגען, וועלכע נעמען אַרײַן אַ ברייטן אָפּקלײַב פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איבערגעזעצט אין ענגליש — פּראָזע, דיכטונג, אַרטיקלען און עסייען פֿון אַ גאַנצער ריי מחברים, פֿון מענדעלע ביז חיים גראַדע — האָט געמאַכט די ייִדישע ליטעראַטור צוטריטלעך פֿאַר דעם צווייטן און דריטן דור אַמעריקאַנער ייִדן. ייִדיש איז פּלוצעם געוואָרן אַ סימן־מובֿהק פֿון אַן אַלטן און "אויטענטישן" ייִדישן שטייגער. דער אַמעריקאַנער ייִדישער ציבור, וועלכער איז געווען גערודפֿט דורך די געשפּענסטן פֿונעם חורבן און האָט פֿאַרלוירן די שפּראַך פֿון זײַנע אָבֿות, איז מגולגל געוואָרן אין אַ מין "אויסגעטראַכטע קהילה"; אַ מין קהילה, וואָס איר מהות ווערט באַשטימט דורך דער אידעע פֿון אַ קהילה, און ניט דורך רעאַלע דערפֿאַרונגען. דער זעלבסט־באַוווּסטזײַן פֿון אַזאַ קהילה באַזירט זיך אויף די מעשׂיות, וועלכע דערציילן וועגן איר עבֿר. האַו און גרינבערג האָבן אויפֿגעלעבט די געשטאַלטן פֿונעם ייִדישן עבֿר, כּדי צו שאַפֿן אַן ענגע באַציִונג צווישן דעם הײַנט און דעם נעכטן, און אויף אַזאַ אופֿן צו היילן די וווּנדן פֿון דעם חורבן.
אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אַמעריקאַנער שרײַבער פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, איז האַו געקומען צוריק צו ייִדיש דורך זײַן לעקטור פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. די באַגריפֿן, דורך וועלכע ער האָט באַטראַכט די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, קומען אַרויס פֿון די אַמעריקאַנער שרײַבער שערוווּד אַנדערסאָן און וויליאַם פֿאָלקנער. אין זײַנע קריטישע שטודיעס פֿון די דאָזיקע שרײַבער האָט האַו באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט האָט אָפּגעשווענקט דעם יסוד פֿון דעם אמתדיקן קיבוץ. די "ברידערשאַפֿט" איז פֿאַרלוירן געגאַנגען לאיבוד אין דעם לאַנד, וואָס זאָרגט זיך קודם־כּל וועגן דער "עטיק פֿון קאָנקורענץ" און האָט געלאָזט זײַן פֿאַרגאַנגענהייט אויף הפֿקר. אַנדערסאָן און פֿאָלקנער זײַנען געווען עדות פֿון דעם הספּד. אָבער האַו האָט ניט באַטראַכט די דאָזיקע שרײַבער ווי פֿאַרחלומטע ראָמאַנטיקער. ער האָט געפּרוּווט אויסצוטיילן פֿון זייערע ווערק אַ פּאָליטישן קערן, אַ מין ווענדונג צו דעם לייענער, ער זאָל זיך דערמאָנען אָן די ווערטן פֿון דעם אָרגאַנישן קיבוץ אין מיטן פֿון דער מאָדערנער אינדוסטריעלער געזעלשאַפֿט פֿון איזאָלירטע יחידים.
האַוס ייִדישע קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1952 מיט אַ רעצענזיע אויף אַ נײַער איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס "בלאָנדזשענדע שטערן". האַו האָט געלייענט שלום־עליכם ווי אַ מין "רעגיאָנאַלע ליטעראַטור", אין הסכּם מיט אַ קריטישן מאָדעל, וואָס ער האָט אַנטוויקלט פֿאַר אַנדערסאָן און פֿאָלקנער. זײַן באַנעמען די ייִדישע ליטעראַטור געפֿינט זיך אין קעגנזאַץ מיט דער ליטעראַטור פֿון מאָדערניזם. די ייִדישע ליטעראַטור, האָט האַו געהאַלטן, איז ניט אויסן "זיך אַנטקעגנצושטעלן די עקסטרעמע צדדים פֿון דער עקזיסטענץ, אָדער צו פֿאַרפֿלייצן אונדז מיטן פּחד פֿון דער אומפֿאַרמײַדלעכקייט פֿון טויט". די ייִדישע שרײַבער פֿאַרטײַטשן יעדע האַנדלונג ווי אַ זינפֿולע אַקציע, אַ טייל פֿון אַן אינטעגראַלער קולטור. לויט האַו, רעדט דער ייִדישער שרײַבער מיטן קול פֿון זײַן קיבוץ.
האַוס רעצענזיע האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דעם ייִדישן קריטיקער און דיכטער אליעזר גרינבערג, וועלכער האָט געזוכט אַ שותּף אין דער ענגליש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אין זײַן קאַמף פֿאַר ייִדיש. אַ געבוירענער אינעם שטעטל ליפּקאַן אין בעסאַראַביע, איז גרינבערג געקומען קיין אַמעריקע אין 1913 און האָט זיך אָנגעשלאָסן צו "די יונגע". ער איז אויך געווען אַ וויכטיקער ליטעראַרישער קריטיקער און האָט אָנגעשריבן קורצע מאָנאָגראַפֿיעס וועגן משה־לייב האַלפּערן, ה. לייוויק און יעקבֿ גלאַטשטיין. "צווישן אַנדערע ייִדישע דיכטער האָט מען אים צומאָל גערופֿן 'דער אַמעריקאַנער’, ווײַל ער איז געווען גוט באַהאַוונט אין די פּסולע ענגלישע זאַכן", האָט זיך דערמאָנט שפּעטער אירווינג האַו. נאָך דער מלחמה איז גרינבערג געוואָרן באַזאָרגט מיטן גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. בעת אייניקע ייִדישע ליטעראַטן זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין ייִאוש, האָט גרינבערג געטראַכט וועגן דעם אופֿן, ווי אַזוי אויפֿצושטעלן אַ פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדיש־ און דעם ענגליש־רעדנדיקן ייִדישן ציבור אין אַמעריקע.
גרינבערג האָט פֿאַרבעטן האַו צו זײַן זײַן שותּף אין אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש. האַו האָט שפּעטער באַשריבן ווי זיי האָבן געאַרבעט צוזאַמען. גרינבערג פֿלעגט אויסקלײַבן דערציילונגען פֿון אַ "טעקע מיט אַלטע צעברעקלטע ביכער" און פֿאָרלייענען זיי אירווינגן. אין איינעם האָבן זיי אויסגעקליבן די טעקסטן, וועלכע עס איז כּדאַי געווען איבערצוזעצן, און באַשלאָסן, ווער עס וואָלט פֿאַר זיי געווען אַ פּאַסיקער איבערזעצער. אין צוויי יאָר אַרום איז דער "אוצר פֿון דער ייִדישער דערציילונג" אַרויס פֿון דרוק.
פֿאַר דעם, ווי האַו און גרינבערגס אַנטאָלאָגיע איז אַרויס, איז דער הויפּטציל פֿון די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געווען צו באַרעכטיקן די ייִדישע שאַפֿונג, לויט די אַלגעמיינע נאָרמען פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. די רעדאַקטאָרן און איבערזעצער זײַנען געווען אויסן צו דערווײַזן, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז ניט "קליינשטעטלדיק", און אַז אירע ווערק קאָנען זײַן אינטערעסאַנט און צוטריטלעך פֿאַר דעם אַלגעמיינעם לייענער. מען האָט געוואָלט פֿאָרשטעלן די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַן "אינטעגראַלער טייל פֿון דער וועלט־ליטעראַטור" (מלך ראַוויטש). האַו און גרינבער האָבן אויך געשטעלט פֿאַר זיך דעם דאָזיקן ציל, אָבער זייער כּוונה איז געווען צו ווײַזן אויך די ערנסטקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער פֿאַקט, וואָס זייער אַנטאָלאָגיע איז אַרויס אין דעם "ווײַקינג פּרעס", דעם פֿאַרלאַג פֿאַר "ערנסטער ליטעראַטור", איז געווען אַ באַווײַז, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז ערנסט. דאָס האָט געמיינט, אַז דאָס בוך איז געווען אויסגערעכנט אויף דעם "אינטעליגענטן" עולם. די דאָזיקע פּאָזיציע איז אויך קלאָר פֿון דער קאָרעספּאָנדענץ פֿון אירווינג האַו מיט זײַנע מיטאַרבעטער. צו איינעם פֿון זיי האָט ער געשריבן׃ "איך האָב שטאַרק פֿײַנט, מיט אַזאַ קראַפֿט וואָס איך קאָן עס אַפֿילו אַליין ניט באַגרײַפֿן, דעם טאָן פֿון ראָסטען, וואָס פֿאַרוואַנדלט אַלץ אין ייִדיש אין אַ 'דזשאָוק’ [וויץ]; מײַן ווילן איז אַוועקגיין פֿון דעם, ווי ווײַט ס׳איז מעגלעך". בעת לעאָ רעסטענס בוך The Joys of Yiddish האָט באַטאָנט דעם לײַכטן צד פֿון ייִדיש, האָט האַו געהאַט בדעה צו ווײַזן די עקספּרעסיווע קאַפּאַביליטעט פֿון דער ייִדישער קולטור.
אָבער איינצײַטיק האָבן האַו און גרינבערג באַטאָנט די אייגנאַרטיקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין זײַן הקדמה צו דעם "אוצר פֿון דער ייִדישער דערציילונג", האָט האַו דערקלערט, אַז דער לייענער מוז "באַטרעטן די אומבאַקאַנטע וועלט און צופּאַסן זיך צו די ליטעראַרישע הילכות און סטאַנדאַרטן, וועלכע זײַנען גאַנץ אַנדערש פֿון זײַן אייגענער קולטור." האַוס באַגריף פֿון דער ייִדישער קולטור איז אַ פּרוּוו צו געפֿינען אַ גלײַכגעוויכט צווישן דער קוואַליטעט און ערנסטקייט, פֿון איין זײַט, און דער אײַגנאַרטיקייט און יחיד־במינודיקייט פֿון ייִדיש פֿון דער אַנדערער זײַט.
האַוס הקדמה באַטאָנט זײַן איבערגאַנג פֿון אַ לינקן ניו־יאָרקער ראַדיקאַל צו אַ ייִדישיסט. ער מאָלט אויס אַן עלעגישן פּאָרטרעט פֿון דער אַלטער היים, וועלכער רופֿט זיך איבער מיט די ווערק פֿון מאַרק זבאָראָווסקי און אבֿרהם יהושע העשעל. אַלע זייערע ווערק שטעלן פֿאָר דאָס שטעטל ווי דעם הויפּט־פּונקט פֿון דעם ייִדישן לעבן פֿאַרן חורבן, פֿון דער צײַט, וואָס העשעל האָט אָנגערופֿן די "גאָלדענע תּקופֿה אין דער ייִדישער געשיכטע, אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער נשמה". אָבער האַו זעט דאָס שטעטל אַנדערש, ניט ווי זבאָראָווסקי און העשעל; דאָס שטעטל פֿון האו איז ניט קיין אָרט פֿון אייביקן גליק, וואָס עקזיסטירט מחוץ דעם היסטאָרישן תּחום. ער ווײַזט דאָס שטעטל אין דעם מאָמענט, ווען דער טראַדיציאָנעלער שטייגער האַלט שוין אין איין פּלאַצן אונטער דעם דרוק פֿון אַנטיסעמיטיזם, אורבאַניזירונג, און וועלטלעכע אידעאָלאָגיעס. האַו האַלט, אַז די דאָזיקע צײַט פֿון קריזיס איז געווען אַ פּראָדוקטיווע און דינאַמישע תּקופֿה אין דער ייִדישער געשיכטע, די צײַט, ווען ס׳האָט זיך פֿאָרמירט די וועלטלעכע ייִדישע קולטור.
אַ סימן־מובֿהק פֿון דער דאָזיקער קולטור איז דער "וואַקלדיקער באַלאַנס" צווישן דער וועלט פֿון דעם פֿאָלק און דער מאָדערנער וועלט, איר קרובֿהשאַפֿט צו דעם שטעטל־שטייגער און איר פֿעיִקייט אָפּצושפּיגלען דאָס דאָזיקע לעבן קריטיש. איין פֿאָרעם פֿון דער דאָזיקער קולטור איז סאָציאַליזם; אַן אַנדערע איז די וועלטלעכע ליטעראַטור, וואָס האַו האָט אָנגערופֿן "פֿאָרמעלע ליטעראַטור". "די פֿאָרמעלע ייִדישע ליטעראַטור", שרײַבט האַו, "אַנטשטייט בעת דעם 'בין־השמשות’, ווען דאָס מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדנטום האָט זיך באַפֿרײַט פֿון דער שליטה פֿונעם טראַדיציאָנעלן רעליגיעזן סדר, אָבער עס האָט נאָך ניט אָנגעוווירן איר אייגנאַרטיקן כאַראַקטער אינעם גאַנג פֿון דער אַקולטוראַציע צו די ניט־ייִדישע פֿאָרמעס." האַו רופֿט די דאָזיקע "בין־השמשותדיקע" קולטור די "קולטור פֿון ייִדישקייט".