ווי מיר ווייסן, גייט דעם 22סטן פֿעברואַר אויס דער אולטימאַטום־טערמין, ווען די איראַנישע רעגירונג דאַרף געבן איר ענטפֿער דעם זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען", מכּוח איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז דער דאָזיקער אולטימאַטום, געשטעלט מיט אַ חודש צוריק, פֿאָדערט בײַ איראַן אויפֿצוהערן באַרײַכערן אוראַניום, וואָס קאָן ברענגען צום שאַפֿן נוקלעאַר־געווער. אויב איראַן פֿאָלגט נישט דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָדערונג, וועלן געלאָזט ווערן אין גאַנג שטרענגע עקאָנאָמישע סאַנקציעס; עס איז אויך נישט אויסגעשלאָסן, אַז דער זיכערהייט־ראַט וועט אָננעמען צוגאָב־מיטלען, וואָס דערמעגלעכן אַ מיליטערישע אַרײַנמישונג.
דווקא צו דער צײַט קומען פֿאָר צוויי וויכטיקע געשעענישן, וואָס האָבן באַלד צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק: מאָנטיק האָבן זיך אין איראַן אָנגעהויבן ברייט־מאַסשטאַביקע מיליטערישע מאַנעוורעס — "איקטידאַר" (מעכטיקייט, גרויסקייט) — אין וועלכע עס באַטייליקן זיך 20 בריגאַדעס פֿון יבשה־מיליטער, נײַע מינים סאָפֿיסטיקירט געווער, סײַ פּראָדוצירט אין איראַן און סײַ אײַנגעקויפֿט אין אויסלאַנד, באַזונדערס, אין רוסלאַנד. עס וועלן אויסגעשאָסן ווערן בײַ די 750 ראַקעטן פֿון פֿאַרשידענע קאַטעגאָריעס. ווי עס האָט געמאָלדן דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער איראַנישער אַרמיי, מוכאַמעד רעזאַ זאַכעדי, דאַרפֿן די מאַנעווערס ווײַזן דער וועלט, אַז איראַן איז גרייט זיך צו פֿאַרטיידיקן. קאָן מען די מעשׂים און רייד אויפֿנעמען ווי איראַנס ענטפֿער אויפֿן אולטימאַטום?
אינעם זעלבן מאָנטיק, ווען אין 16 פּראָווינצן פֿון איראַן האָבן זיך דערהערט די ערשטע שיסערײַען פֿון די מיליטערישע געניטונגען, איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען אַ ידיעה, אַז דאָס צושטעלן דאָס הייצוואַרג צו דער אַטאָם־סטאַנציע אין בושער, קאָן אָפּגעלייגט ווערן אויף אַן אומבאַשטימטן טערמין, ווײַל איראַן האַלט זיך נישט בײַ אירע פֿינאַנץ־פֿאַרפֿליכטונגען. דהײַנו: די איראַנישע רעגירונג האָט פֿאַרווערט צו פֿירן די חשבונות אין דאָלאַרן, נאָר אין יוראָס! אויב אַזוי, דערקלערט דער רוסישער צד, מוז מען שליסן אַ נײַעם אָפּמאַך.
צי זײַנען טאַקע די רוסישע בויערס פֿון דער אַטאָמישער עלעקטרישער סטאַנציע אין בושער און די הויך־געשטעלטע טשינאָווניקעס אין מאָסקווע אַזעלכע הייסע פּאַטריאָטן פֿונעם אַמעריקאַנער דאָלער? ס'איז דאָך נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס דער איראַנער צד האַלט זיך נישט בײַם אָפּמאַך. סוף יאַנואַר 2006 איז אויסגעצאָלט געוואָרן 60 פּראָצענט פֿון די נייטיקע מיטלען; אין יאַנואַר 2007 בלויז 25 פּראָצענט; אין פֿעברואַר — קיין גראָשן נישט, כאָטש טעהעראַן איז פֿאַרפֿליכטעט אויסצוצאָלן רוסלאַנד 25 מיליאָן דאָלאַר יעדן חודש.
פֿאַר וואָס זשע גראָד איצט, ממש פֿאַר דעם ווי עס גייט אויס דער אולטימאַטום פֿון דעם זיכערהייט־ראַט, האָט מאָסקווע אָפּגעשטעלט איר אַרבעט אין בושער און טעהעראַן האָט זיך צעוויקלט מיט איר גאַנצער מעכטיקייט און גרויסקייט ("איקטידאַר")? איז עס בלויז א צונויפֿפֿאַל?
מאָסקווע, נאָך פּוטינס בייזן אויפֿטריט אין מינכן, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער מערבֿ־וועלט אַ געוויסע געשפּאַנטקייט, האָט, זעט אויס, באַשלאָסן שטילער צו "שרעקן די גענדז"; בפֿרט, אַז פּוילן און טשעכיע האָבן נאָך פּוטינס אויפֿטריט נאָך מער זיך פֿאַרפֿעסטיקט אין זייער באַשלוס אָנצונעמען דעם פֿאָרשלאָג פֿון וואַשינגטאָן צו אינסטאַלירן אויף זייערע שטחים טיילן פֿון דער אַמעריקאַנער קעגן־ראַקעטן־פּראָגראַם.
צי וועט רוסלאַנד, וואָס האָט ביז אַהער אָפּגעהאַלטן דעם זיכערהייט־ראַט אָנצונעמען שטרענגע סאַנקציעס קעגן איראַן, נאָכגעבן און שטעלן זיך אין איין ריי מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿונעם ראַט? אָדער צי איז דאָס בלויז אַ דיפּלאָמאַטישער טריק?
ווי עס זאָל נישט זײַן, שטעלט וואַשינגטאָן זיך נישט אָפּ, און פֿאַרשטאַרקט זײַנע מיליטערישע כּוחות אין פּערסישן גאָלף. לעצטנס, אַלץ אָפֿטער און אָפֿטער, באַווײַזן זיך אין דער מערבֿ־פּרעסע אָנווײַזונגען, אַז אַמעריקע האָט שוין אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן צו אַטאַקירן די וויכטיקע מיליטערישע אָביעקטן אין איראַן, ווי אויך די פּונקטן, וווּ עס ווערן אויפֿגעשטעלט מכשירים צו באַרײַכערן אוראַניום פֿאַר אַטאָם־געווער.
ווי מיר זעען, פֿירט יעדער צד דורך אין דער סכּנותדיקער שפּיל זײַנע אייגענע מאַנעוורעס. די פֿראַגע איז אָבער, וווּ וועלן די דאָזיקע מאַנעוורעס פֿאַרפֿירן?