תּורה־געדאַנק

די ערשטע מצוה, וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן ווערנדיק אַ פֿאָלק, איז די מצוה פֿון מקדש זײַן די חדשים, און די מצוה דערשײַנט אין אונדזער פּרשה אין דעם פּסוק (יב, ב): "החודש הזה לכם ראָש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה" — אָט דער חודש, ניסן, איז דער "קאָפּ" פֿון די חדשים, ער איז דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר. דערמיט האָט דער אויבערשטער אויפֿגעפֿאָדערט די ייִדן אײַנצוטיילן די חדשים און צו באַשטימען דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט דורך עדות, וואָס האָבן געזען דעם מולד פֿון דער לבֿנה, וועלכע קומען צום בית־דין און זיי, דער בית־דין, באַשטימען און הייליקן דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט.

דער דאָזיקער פֿאַקט, וואָס דאָס איז די ערשטע מצוה, וואָס איז געגעבן געוואָרן צום ייִדישן פֿאָלק, דאָס גופֿא ווײַזט אויף איר צענטראַלקייט און וואָגיקייט אין ייִדישן תּורה־ומצוות־לעבן. רש״י אין זײַן פּירוש אויף די ערשטע ווערטער פֿון חומש בראשית, ברענגט דאָס וואָס רבי יצחק האָט געפֿרעגט — פֿאַר וואָס הייבט זיך אָן די תּורה מיטן דערציילן וועגן דער באַשאַפֿונג פֿון דער וועלט, און ניט מיט אָט דער ערשטער מצוה, וואָס פֿון דער עצם־שאלה קומט צום אויסדרוק די חשיבֿות פֿון דער מצוה פֿון קידוש־החודש.

דער עיקר־אויפֿטו און תּכלית פֿון די מצוות פֿון דער תּורה איז אַרײַנצוברענגען קדושה, דאָס ג־טלעכע ליכט אין ענינים פֿון דער וועלט. די מצוות איז מען דאָך מערסטנס מקיים דורך באַנוצן פֿאַר דעם גשמיותדיקע זאַכן פֿון דער וועלט — ווי וואָל פֿאַר ציצית, פּאַרמעט פֿאַר תּפֿילין און מזוזות, געלט פֿאַר צדקה אד״ג — ווערן אָט די אַלע גשמיותדיקע זאַכן געהייליקט דורך מקיים זײַן מיט זיי די מצוות, און אַזוי אַרום דרינגט אַרײַן די קדושה־ליכט אין די גשמיותדיקע וועזנס.

(אײַ, מ׳זעט עס ניט, מ׳פֿילט עס ניט — אַוודאי קען מען עס ניט זען אין דער וועלט־פֿינצטערניש, וואָס הערשט איצט; ס׳וועט אָבער קומען אַ ליכטיקע צײַט, ווען אויך דאָס פֿליישיקע אויג וועט דערזען דאָס ג־טלעכע ליכט, וואָס די מצוות האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער וועלט.)

די אויסנאַמיקייט פֿון דער מצוה פֿון קידוש־החודש לגבי די אַנדערע מצוות באַשטייט אין דעם, וואָס אין דער צײַט, וואָס אַלע אַנדערע מצוות ווירקן, ווי געזאָגט, אויף פֿיזישע וועזנס — האָט אָבער די מצוה פֿון קידוש־החודש אַזאַ כּוח, וואָס פּועלט אויפֿן געביט פֿון זמן, צײַט, וואָס איז אויסער די ראַמען פֿון די אַלע גשמיותדיקע באַשאַפֿונגען. דורך דער מצוה פֿון קידוש־החודש ווערט אַ געוויינטלעכער וואָכעדיקער טאָג פֿאַרוואַנדלט אין אַ ראָש־חודש־טאָג, וואָס פֿאַרמאָגט אין זיך אַ ספּעציעלע קדושה. ווען דער בית־דן באַשליסט צו באַשטימען אַ געוויסן טאָג פֿאַר ראָש־חודש, ווערט דער געביט פֿון צײַט אָנגעלאָדן מיט קדושה, און אַ סתּם לויפֿנדיקער זמן ווערט באַהויכט מיט הייליקייט.

פֿון אָט דעם שטאַנדפּונקט איז אין דער מצוה פֿון קידוש־החודש פֿאַראַן אַ צוגאָבלעכע מעלה לגבי די אַנדערע מצוות: אין אַלע מצוות באַווירקט דער קדושה־אַרײַנדרינג בלויז אַ געוויסן תּחום פֿונעם וועזן, און ס׳איז דאָ אין דעם פֿאַרשיידענע שטופֿעס: פֿאַראַן זאַכן וואָס דורך די מצוות ווערן זיי באַצייכנט ווי "תּשמישי קדושה" (קדושה־באַנוצטע), אַז זיי אַליין ווערן באַנוצט און (טייל פֿון זיי) פֿאַרוואַנדלט אין קדושה; און פֿאַראַן זאַכן, וואָס זייער קדושה־שײַכות באַשטייט אין דעם, וואָס אַ ייִד באַנוצט זיי "לשם שמים" — זיי אַליין ווערן ניט געטאָן ממש ווי אַ מצוה; און פֿאַראַן אין דער "וועלט" פֿון מצוות אַזעלכע זאַכן, וואָס ווערן געטאָן ווי "מכשירי מצוות", ווי צוגריייט־מיטלען צו אַ מצוה (וואָס אין תּוך געהערן זיי אַלע צו דער מצוות־וועלט). די ווירקונג בײַ די אַלע מצוות און אַרום זיי איז אָבער אַ באַגרענעצטע.

אָבער די מצוה פֿון קידוש־החודש איז משפּיע אויף דער גאַנצער ברייטקייט־פֿאַרנעם פֿון צײַט — ווען דער בית־דין באַשטימט, אַז דער און דער טאָג איז ראָש־חודש, האָט עס דאָך אַ השפּעה אויפֿן גאַנצן חודש (ווען ס׳איז דער צווייטער טאָג, דער צענטער, אאַ״וו); און ניט בלויז אויפֿן חודש, נאָר אויפֿן גאַנצן יאָר־קרײַז; און אויך דער עיבור־יאָר ווערט באַשטימט דורך דעם בית־דין.

און דער אויפֿטו אויפֿן געביט פֿון צײַט איז אויסנעמלעך מיט נאָך עפּעס — דערמיט וואָס לכאורה איז צײַט דורכויס אויסגעשלאָסן פֿון ווערן באַהערשט אָדער באַאײַנפֿלוסט פֿון מענטשן — מ׳קען עס ניט מאַכן קירצער אָדער לענגער, פֿאַרשנעלערן אָדער פֿאַרפּאַמעלעכן, און עס איז גילטיק אומעטום און פֿאַר אַלעמען גלײַך. מענטשן האָבן ניט קיין שום צוטריט צום שטח פֿון זמן. און פֿונדעסטוועגן האָט דער אויבערשטער געגעבן אַ ייִדן דעם כּוח צו הייליקן דעם זמן און מאַכן אים פֿאַר אַ "ייִדישן זמן", אַ זמן וואָס איז געבונדן מיט קדושה, מיט תּורה און מצוות.

און דורך דעם, וואָס די ייִדן איז געגעבן געוואָרן דער כּוח פֿון "כּיבוש", "אײַנצונעמען" דעם זמן אונטער דער הערשאַפֿט פֿון קדושה, פֿאַרגיכערט מען דעם "כּיבוש", דאָס "אײַננעמען" די גאַנצע וועלט און זי אונטערוואַרפֿן דער מלכות פֿון קדושה, וואָס דאָס ברענגט די גאולה שלימה דורך משיח צדקנו — און דעמאָלט וועט דער סנהדרין צוריקקומען אין ירושלים און ס׳וועלן באַנײַט ווערן (ווי דער רמב״ם זאָגט) די דינים פֿון קידוש־החודש במהרה בימינו, אָמן.

* * *

דער פּסוק זאָגט אין אונדזער פּרשה (יב, ב): "החודש הזה לכם ראָש חדשים וגו׳" — דער חודש ניסן איז דער "ראָש" פֿון אַלע חדשים פֿון יאָר — וועלכע ווערן בײַ ייִדן באַשטימט און געטיילט לויט דעם גאַנג פֿון דער לבֿנה.

זאָגט דער מדרש, אַז די לבֿנה איז דער סימבאָל פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק: פּונקט ווי עס קומט אַ צײַט, ווען די לבֿנה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ קלענער און קלענער, ביז מ׳זעט זי מער ניט און מען מיינט, אַז זי איז אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן — אָבער דעמאָלט קומט אַ מאָמענט ווען זי באַווײַזט זיך ווידער און הייבט אָן צו שײַנען; צוערשט זייער קליין און ווערט וואָס ווײַטער אַלץ גרעסער — אַזוי איז אויך דאָס ייִדישע פֿאָלק: עס קומט אַ מאָל אַ צײַט, ווען דער עם־ישׂראל געפֿינט זיך בשפֿל המצבֿ, און וואָס ווײַטער אַלץ ערגער, ביז צום מיינען, אַז אָט האַלט עס, חלילה, בײַם אונטערגיין; אָבער דאָ געשעט דער וווּנדער און דאָס פֿאָלק ווערט צוריק אויפֿגעריכט און וואָס ווײַטער אַלץ מער געשטאַרקט און שײַנט ווידער. און פּונקט ווי די לבֿנה וועט לעתיד־לבֿוא, נאָך דער גאולה שלמה, צוריק גרויס ווערן אַזוי ווי בײַ איר באַשאַף און איר ליכט וועט זײַן פֿולקאָם — אַזוי וועט אין דער גוטער צוקונפֿט געשען מיטן ייִדישן פֿאָלק.

* * *

דער "שׂפֿת אמת" זאָגט דערויף אַזוי: ייִדן ציילן דאָך לויט דער לבֿנה, און די אומות העולם — לויט דער זון. דער אינערלעכער באַטײַט דערפֿון: די אומות העולם קענען עקזיסטירן בלויז ווען ס׳איז בײַ זיי בײַטאָג, ווען זיי איז ליכטיק און גוט. אָבער טאָמער ווערט זיי אַ מאָל פֿינצטער און צרהדיק, דאַן ווערן זיי גענצלעך צעריבן און אָפּגעווישט פֿון דער געשיכטע. דערקעגן ייִדן קענען עקזיסטירן און לײַכטן אַפֿילו ווען זיי איז פֿינצטער, פּונקט ווי די לבֿנה שײַנט אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט...