- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווער זשע איז אין ישׂראל די "פֿינפֿטע קאָלאָנע"? די פּרעסטיזשפֿולע יערלעכע קאָנפֿערענץ אין הרצליה האָט שוין אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער געזעלשאַפֿט נישט ווייניק סענסאַציע־אַנטפּלעקונגען. צווישן זיי, האַלטן מיר, איז אויך דער אויפֿטריט פֿונעם באַקאַנטן געלערנטן דן שופֿטן (שופֿטאַן), אַ מומחה אין געביט פֿון ייִדן־פּאַלעסטינער באַציִונגען בײַם חיפֿהר אוניווערסיטעט. דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. וווּ קען מען הײַנט־צו־טאָג געפֿינען אַ שפּרודלדיקן, מוזיק־באַגלייטן קלוב, וווּ כּמעט אַ העלפֿט פֿון די פֿאַרזאַמלטע זענען פֿליסיקע ייִדיש־רעדער אונטער 30 יאָר? "טשאָלנט", אַרויסגערעדט בײַ דער חבֿרה ווי TSHULnt, טרעפֿט זיך יעדן דאָנערשטיק אויפֿדערנאַכט, פֿון 10:00 ביז בערך 2:30 פֿאַרטאָג, אויפֿן דריטן גאָרן פֿון דער "מילינערי־שיל" — אַן אַלטער בנין אין דער אַמאָליקער קליידונג־געגנט, אין מאַנהעטן. דער צימער איז אַ ביסל אָפּגעלאָזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לאָקאַלן אין מאַנהעטן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט — צאָלט מען דאָ נישט קיין אַרײַנטריט־געלט. דרײַ ישׂראל־סאָלדאַטן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון טעראָריסטן. גלעד שליט — בײַ "כאַמאַס", אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער — בײַ "כעזבאָלאַ". דערצו, ווייסט קיינער נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דער פּילאָט רוֹן אַרד, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דעם 16טן אָקטאָבער, 1986. "אַז איר וועט קוקן וועט איר זען, אַז אַלע הײַנטיקע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, וועכנטלעכע און מאָנאַטלעכע, פֿאַרמאָגן אַ 'שפּאַנענדע מעשׂה אין פֿאָרזעצונגען’. אין צוגאָב וועט איר הײַנט טרעפֿן אַ ריזיקע צאָל ביכלעך פֿון פֿיקטיווע געשעענישן אויף אַלע שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, ענגליש א.אַ.וו. די 'מאַסעס’ [מעשׂיות] האָבן נישט קיין הענט און קיין פֿיס, נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, הייבט זיך ניט אָן און לאָזט זיך נישט אויס. אָבער דאָס איז נישט דער עיקר פּראָבלעם. דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת! דאָס נישט-געשטויגנקייט שפּריצט אײַך אין די אויגן ווי פֿון אַ פֿײַער-פּאָמפּ." די ערשטע מצוה, וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן ווערנדיק אַ פֿאָלק, איז די מצוה פֿון מקדש זײַן די חדשים, און די מצוה דערשײַנט אין אונדזער פּרשה אין דעם פּסוק (יב, ב): "החודש הזה לכם ראָש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה" — אָט דער חודש, ניסן, איז דער "קאָפּ" פֿון די חדשים, ער איז דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר. דערמיט האָט דער אויבערשטער אויפֿגעפֿאָדערט די ייִדן אײַנצוטיילן די חדשים און צו באַשטימען דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט דורך עדות, וואָס האָבן געזען דעם מולד פֿון דער לבֿנה, וועלכע קומען צום בית־דין און זיי, דער בית־דין, באַשטימען און הייליקן דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט. די "ייִוואָ"־פֿונדאַציע אין אַרגענטינע האָט אַרויסגעלאָזט אַ וווּנדערלעכן אַלבאָם פֿון די קונסטווערק פֿונעם מאָלער מאָריס מינקאָווסקי. מאָריס מינקאָווסיק איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1881 בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, אָבער בײַ פֿינף יאָר, צוליב אַן אומגליק־סיבה איז ער געבליבן טויב. זײַן טאַלאַנט פֿאַר קונסט האָט זיך אָבער אַנטוויקלט, בפֿרט פֿאַר צייכענונג און מאָלערײַ. פֿינף יאָר האָט ער שטודירט קונסט אין דער חשובֿער קראָקעווער קונסט־אַקאַדעמיע. וויכטיקע קאָנפֿערענץ אָפּגעהאַלטן אין ירושלים מיט אַ חודש צוריק, פֿון 19טן ביזן 21סטן דעצעמבער 2006, איז אין "יד־ושם" אין ירושלים, פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אד״ט: "המישפּטים שלאַחר השואה — ייצוג, תּודעה והיסטוריוגרפֿיה" — די פּראָצעסן נאָכן חורבן: רעפּרעזענטאַציע, באַוווּסטזײַן און היסטאָריאָגראַפֿיע. קרובֿ צו 40 פּראָפֿעסאָרן, פֿאָרשער פֿון דעם חורבן און היסטאָריקער פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט, אין צוגאָב צו די צענדליקער פֿון ישׂראל גופֿא, האָבן זיך באַטייליקט, במשך פֿון דרײַ טעג, אין די פֿאַרשיידענע סעסיעס און פּאַנעלן. אין דעצעמבער, 2006, חנוכּה-צײַט, איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ נס אין לאָס-אַנדזשעלעס׃ די זיבעטע פּראָגראַם — "קונסט פֿון ייִדיש" — אַן אינטענסיווע וואָך פֿון ייִדישע לימודים — שפּראַך־קלאַסן, רעפֿעראַטן און מוזיק-וואַרשטאַטן. פֿאַר וואָס אַ "נס"? ווײַל זיבן איז דאָך אַ געבענטשטער נומער, און דער גאַנצער גרויסער אויפֿטו איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿונעם ״קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור", אַ קליינטשיקע אָרגאַניזאַציע מיט גרויסע חלומות. אין 1927 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן אַברהם קאַהאַן בכבֿודו-ובֿעצמו. דאָרטן האָט ער זיך באַגעגנט אויך מיט עטלעכע אַלטע באַקאַנטע זײַנע. וועגן איינעם פֿון זיי לייענען מיר אין דוד שובס בוך "פֿון די אַמאָליקע יאָרן" (ז. 718): יעקבֿ בעסער (בסר) איז געבוירן געוואָרן אין קאַליש, פּוילן. די קינדעד־יאָרן פֿאַרבראַכט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די פֿאַמיליע האָט זיך געראַטעוועט פֿון די דײַטשן. יענע ווײַטע יאָרן אין רוסלאַנד מיט דער ווײַסער ליכט פֿון פֿאַרשנייטע פֿעלדער און בערעזעס, פֿון דער מאַמעס יונג פּנים, — איז ווי אַ געהיים־טיפֿער גען, אויף תּמיד אַרײַן אין זײַן זכּרון, אין זײַן לעבן און זײַן פּאָעזיע. אין בעסערס דיכטונג איז די קעגנוואַרט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט ניט אָפּצוטיילן, בלויז עפּעס אַ קורצינקע שורה גיט אונדז דאָ און דאָרט צו פֿאַרשטיין: וואָס געהערט צום "אַמאָל", און וואָס קומט "איצט" פֿאָר. און אויף דער פֿראַגע "וואָס וועט זײַן?" געפֿינט דער לייענער אין בעסערס לידער ניט קיין ענטפֿער, בלויז אפֿשר נאָר אַ פֿילאָסאָפֿישע טרייסט, דעם אַלטן תּלמודישן פֿאַטאַליזם פֿון דער ביז הײַנט אַקטועלער סענטענץ: "אין מוקדם ומאוחר בתּורה". אין 1888 איז אין בערדיטשעוו אַרויס אַ ביכל, אויפֿן שער-בלאַט פֿון וועלכן ס׳איז געשטאַנען געשריבן: "שמרס משפּט, אָדער דער סוד פּריסיאַזשניך אויף אַלע ראָמאַנען פֿון שמר". "סוד פּריזיאַזשניך" מיינט אויף רוסיש "געריכט מיט זשורי" — אַזאַ "געריכט" האָט פֿאַר דעם פּאָפּולערן ייִדישן מחבר שמ״ר — נחום-מאיר שײַקעווישט (1846–1905) — צוגעטראַכט דער יונגער שלום-עליכם. שמ״ר און אַנדערע שרײַבער פֿון דער פּאָפּולערער ליטעראַטור, אָדער "שונד", האָט מען אויסגעלאַכט ניט איין מאָל, אָבער נישט שטענדיק זײַנען די פֿײַנשמעקערישע קריטיקער געווען גערעכט. |