ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אַז איר וועט קוקן וועט איר זען, אַז אַלע הײַנטיקע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, וועכנטלעכע און מאָנאַטלעכע, פֿאַרמאָגן אַ 'שפּאַנענדע מעשׂה אין פֿאָרזעצונגען’. אין צוגאָב וועט איר הײַנט טרעפֿן אַ ריזיקע צאָל ביכלעך פֿון פֿיקטיווע געשעענישן אויף אַלע שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, ענגליש א.אַ.וו. די 'מאַסעס’ [מעשׂיות] האָבן נישט קיין הענט און קיין פֿיס, נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, הייבט זיך ניט אָן און לאָזט זיך נישט אויס. אָבער דאָס איז נישט דער עיקר פּראָבלעם. דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת! דאָס נישט-געשטויגנקייט שפּריצט אײַך אין די אויגן ווי פֿון אַ פֿײַער-פּאָמפּ."

אויף אַזאַ קריטיק האָב איך זיך אָנגעשטויסן, לייענדיק חרדישע אינטערנעץ-שמועסן, וואָס ווערן געפֿירט אויף ייִדיש. דער שאַרפֿער קריטיקער שרײַבט ווײַטער, אַז אייניקע מחברים פֿון "שפּאַנענדע מעשׂיות" פּרוּוון יאָ אַדרעסירן די רעאַלע פּראָבלעמען פֿון לעבן. אָבער אין אַזאַ פֿאַל בויען זיי אַ טראַגישן סיפּור-המעשׂה, אין וועלכן "פּטרן, הרגענען זיי אַוועק יעדן. עס גייט אַזוי: חיים איז געווען פֿערצן יאָר [אַלט] ... בלאַ-בלאַ-בלאַ... געחבֿרט [זיך מיט] שלעכטע חבֿרים ... בלאַ-בלאַ-בלאַ... זײַן טאַטע ר׳ יענקל איז געווען אַ פֿרומער ייִד ... בלאַ-בלאַ-בלאַ... געזען זײַן זון גליטשט... קראַנק געוואָרן ... 'פֿון גרויס צער איז ער געשטאָרבן’. די מאַמע שיינדל האָט נישט אויסגעהאַלטן ווי אַזוי דער זון קוקט אויס און אַז דער טאַטע איז, נעבעך, אַזוי יונג אַוועק. 'זי איז אויך געשטאָרבן’. די באָבע נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן’! זיידע נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן’! פֿעטער נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן’! מומע נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן’! ברודער נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן’! שוועסטער נישט אויסגעהאַלטן — 'געשטאָרבן’! און שוין ..."

האָב איך זיך ניט געפֿוילט און איבערגעלייענט צוויי פֿרישע ביכער — אַ טייל פֿון דער חרדישער בעלעטריסטיק, וואָס איז אַרויס אין יאָר 2006: "דער שטורמישער פֿאַרמעסט: אָטעם פֿאַרכאַפּענדע העכסט שפּאַנענדע ערציילונג, געשריבן און באַאַרבעט דורך י. ווײַס" און "די אומבאַקאַנטע אַקציע: אַ דראַמאַטישע שפּאַנענדע באַלערנדע געשיכטע פֿאַר יונג און אַלט", פֿון יאיר ווינשטאָק.

איך וועל אַפֿילו ניט אָנהייבן איבערדערציילן די סיפּור-המעשׂיות פֿון אָט די צוויי ביכער. יעדעס האָט אַרום 500 זײַטלעך, פֿול מיט שפּאַנונג: רוסישע און כינעזישע שפּיאָנען, אַגענטן פֿון "סי-אײַ-איי" און "עף-בי-אײַ", קריסטלעכע שׂונאי-ישׂראל, טשעטשענער טעראָריסטן, ווענעזועלער און טשעכישע מאַפֿיע, קאָמפּיוטער-"העקערס" און אַנדערע מינים ניט-סימפּאַטישע צי סתּם געפֿערלעכע טיפּן, וועלכע לאָזן ניט פֿרומע ייִדן צו לעבן ווי עס דאַרף צו זײַן. די גאַנצע וועלט אַרום די חסידישע סבֿיבֿות ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי גאָלע קאָנספּיראַציעס. עס העלפֿט, אָבער, אַז מיט אַ ביסל מזל און אַ דאַנק דעם אייבערשטן פֿאַרענדיקט זיך אַלץ מער אָדער ווייניקער גוט. די "שפּאַנענדע" טעקסטן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מאָדנעם געמיש פֿון די סקאַרבאָווע רעצעפּטן פֿון "שונד" איבערגעמישט מיט קונצן פֿון מאָדערנע ביליקע ראָמאַנען. (צי הייסט עס, אַז די מחברים באַקומען פֿון זייער רבין אַ דערלויבעניש צו לייענען טריפֿה ליטעראַטור ווי מוסטערן פֿאַר זייער אייגענער שאַפֿונג?)

באַליבטע ווערטער

עס חידושט מיך, וואָס דער הײַנטיקער ייִדישער פֿאָרשער באַשעפֿטיקט זיך ניט בדרך-כּלל מיט דער דאָזיקער ליטעראַטור-פּראָדוקציע, בעת ליטעראַטור- און קולטור-פֿאָרשער פֿון אַנדערע שפּראַך-סבֿיבֿות שעמען זיך ניט צו פֿאַרטיפֿן אין דער פּאָפּולערער פּראָדוקציע, וואָס דער המון שלינגט אײַן. בײַם לייענען די צוויי ביכער האָב איך געהאַלטן אַ בלײַער אין דער האַנט און וויל זיך איצט טיילן מיט אייניקע, גאַנץ אויבערפֿלעכלעכע אָבסערוואַציעס מײַנע מכּוח דער שפּראַך פֿון דער חסידישער בעלעטריסטיק. אַדאַנק דעם "גוגל", וואָס זאָגט זיך ניט אָפּ פֿון ייִדישע ווערטער, האָב איך געהאַט די מעגלעכקייט צו פֿאַרגלײַכן דעם ווערטער-אוצר פֿון די מחברים מיטן חרדישן אינטערנעץ-באַנוץ. און עס באַקומט זיך אַן ערך אַזאַ בילד פֿון די באַליבטע ווערטער:

"קראַנט", אָבער ניט אין דעם זין וואָס מע געפֿינט אין ווײַנרײַכס ווערטערבוך — acceptable, נאָר ווי עס ווײַזט האַרקאַוויס ווערטערבוך פֿאַרן סינאָנים פֿון "קראַנט" = "קוראַנט" — reliable, ד״ה. אין דעם באַטײַט פֿון "ראַיעל", "פֿאַרלאָזלעך". למשל, "דער [דאָס] קאַרטל איז קראַנט". אינעם ייִדישן נוסח פֿון דער אינטערנעץ-"וויקיפּעדיע" לייענען מיר, אַז איר "כּוונה ... איז צו האָבן קראַנטע און מקורותדיקע אינפֿאָרמאַצע". וועגן אַ וועבזײַטל, וואָס רעקלאַמירט הײַזער און דירות, קען מען איבערלייענען, אַז "ס׳איז מוראדיק אַ גוטע און קראַנטע סײַט". אַנדערע בלאָגן-שרײַבער רעדן וועגן אַן אינפֿאָרמאַציע, וואָס זיי "האָבן באַקומען פֿון קראַנטע מקורות", און אַ מחבר פֿון דעם אינטערנעץ-נוסח פֿון דער צײַטונג "אַלגעמיינער זשורנאַל" פֿאַררופֿט זיך אויף "קראַנטע מקורות". אין די אינטערנעץ-שמועסן פֿרעגט מען "ווי קראַנט איז דאָס?", און מע באַקומט אַן ענטפֿער אַז "ער איז קראַנט".

"ווירטשאַפֿט", אָבער ניט ווי "עקאָנאָמיע", נאָר — "פֿירונג". מע באַגעגנט עס ניט איין מאָל אין די ביכער: "זי וועט זיך פֿאַרלייגן אויף ציין און נעגל צו צושטערן [צעשטערן] דעם אָנגייענדן ווירטשאַפֿט זײַנעם"; "... איז ער געווען גאָר אויפֿגעברויזט אויף מײַן ווירטשאַפֿט, צוליב וואָס איך טו זאַכן אָן זיך דורכשמועסן מיט אים"; "זײַן פּלאַן איז געווען צו זיצן אַ גאַנצן טאָג פֿאַרשלאָסן אין אָפֿיס און אויספּלאַנירן אַ סטראַטעגיע ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די נײַע ווירטשאַפֿט וואָס דאַרף אײַנגעפֿירט ווערן אין זײַן פֿירמע"; זי "האָט פּראָבירט אָנצוגיין מיט די [דער] ווירטשאַפֿט אַבער קיין שום זאַך איז נישט געווען ווי געוויינטלעך."

אַן אינטערעסאַנט וואָרט איז "אָנגעוויזן", אין דעם זין פֿון "אָפּהענגיק", למשל: "שטאַרק אָנגעוויזן אין אים", "שטאַרק אָנגעוויזן אין מײַן קאָמפּיוטער". מע באַגעגנט עס אויך אין אינטערנעץ: אין דער ווענדונג פֿון דער "וויקיפּעדיע"-פֿונדאַציע לייענען מיר: "זענען מיר אָנגעוויזן ... אויף אײַער נדבֿה". וועגן דעם פּויפּסט — אַז ער איז "אָנגעוויזן אויף לײַף-סאַפּאָרט".

נאָך איין וואָרט, וואָס מע באַגעגנט גאַנץ אָפֿט, איז "האַקעל" — "סענסיטיוו": "פֿון הײַנט אָן אַנטהאַלט דײַן קאָמפּיוטער די האַקלסטע אינפֿאָרמאַציע"; "ווי אַזוי האָט מען געקענט צולאָזן אַז" ער "זאָל געשטעלט ווערן פֿאַר אַזאַ האַקעלע[ר] מיסיע?"; "וועט פֿאַר דיר באַקאַנט ווערן אין וועלכע אומשטענדן דער פּרעזידענט איז פֿאַרפֿליכטעט אַרויסצוגעבן אַזעלכע האַקעלע באַפֿעלן"; "צי האָט איר נישט געזען גרונטלעך אויסצופֿאָרשן אַ מענטש מיט אַזאַ האַקעלע[ר] פּאָזיציע?".

אין אינטערנעץ געפֿינט מען אַ סך האַקעלע דוגמאות: "זייער אַ האַקעלע טעמע", "אין אַזעלכע האַקעלע צײַטן", "האַקעלע ענינים", "האַקעלע ייִדישע באַגריפֿן".

איר האָט, אַ פּנים, באַמערקט דעם "ניטאַמאָל" אין דער אויבן-ציטירטער פֿראַזע פֿונעם אַנאָנימען קריטיקער: "דער פּראָבלעם איז אַז עס קוקט ניטאַמאָל אויס אמת!" "ני(ש)טאַמאָל" באַגעגנט זיך זייער אָפֿט און מיינט "לחלוטין ניט", "בשום-אופֿן ניט", "גאָר ניט". אַ שטייגער: "איך וואָלט נישט געמאַכט דעם [די] רײַזע ... נאָר כּדי צו באַאיינדרוקן איינעם וועם [וועמען] איך קען נישטאַמאָל, אַז איך ווייס געהיימע זאַכן"; "ער האָט נישט געקענט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי ער איז אַזוי לײַכט גרייט צו באַצאָלן דעם פּרײַז, ווען ער איז דאָס נאָך ניטאַמאָל געקומען זען"; זײַנע "פֿינגער זענען אַזוי פֿלינק געלאָפֿן, אַז ער האָט ניטאַמאָל געקענט מיטהאַלטן וויפֿל קנעפּלעך ער האָט געדרוקט"; "ער האָט ניטאַמאָל פּרובירט [זיך] צוצורירן צום [צו דער] קליאַמקע צו עפֿענען דעם [די] טיר, אָננעמענדיק אויף זיכער, אַז דער [די] טיר איז פֿאַרשלאָסן".

דײַטשמעריזמען און סלאַוויזמען

איך האָב קיין מאָל ניט געהערט צו די פֿאַרביסענע אַנטי-דײַטשמעריסטן, ווײַל איך האַלט, אַז בײַם "רייניקן" ייִדיש האָט מען בשעת-מעשׂה פֿאַרלוירן אַ היפּש ביסל פֿונעם ווערטער-אוצר. קיין אַנטי-דײַטשמערישן ברען פֿילט מען ניט אין די חרדישע טעקסט. צוריק גערעדט, אַ הייסער קעמפֿער מיט דײַטשמעריזמען וואָלט זיכער אַרויסגעגעבן אַ גאָב אויך אַברהם רייזענען, בפֿרט פֿאַר נוצן אַזאַ וואָרט ווי "פֿאַראורזאַכן". דעם דאָזיקן ווערב זעט מען גאַנץ אָפֿט אין ביידע ביכער: "דאָס איינציקע זאַך וואָס האָט פֿאַראורזאַכט דעם פּראָבלעם"; "אַנטשולדיקט מיר פֿאַר די אומאָנגענעמלעכקייט, וואָס איך האָב אײַך פֿאַראורזאַכט". מע באַגעגנט עס אויך אין די אַרטיקלען, וועלכע עס דרוקט דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" און די אינטערנעץ-שמועסן.

אַנשטאָט "גלײַך" צי "תּיכּף" זעט מען געוויינטלעך "זאָפֿאָרט". און ניט נאָר אין די ביכער. דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" שרײַבט: "אין דער רעזאָלוציע, וואָס איז געווען איניציִיִרט דורך ענגלאַנד, דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך, און איז עטוואָס 'פֿאַרוואַסערט’ געוואָרן כּדי צופֿרידנשטעלן רוסלאַנד, ווערט אָפֿן פֿאַרלאַנגט אַז טעהעראַן מוז זאָפֿאָרט אָפּשטעלן אַלע אויספֿאָרש-אַרבעט צו באַרײַכערן אוראַניום..." וועגן דער פּאָפּולערקייט פֿון "זאָפֿאָרט" האָט שוין געהאַט געשריבן מרים אײַזיקס אין איר אַרטיקל "Languages Sometimes in Contact: Components in Yiddish Hasidic Children’s Literature" , וואָס איז אַרויס אין 2004 אין דעם באַנד "Yiddish After the Holocaust", רעדאַגירט דורך יוסף שערמאַן.

מרים אײַזיקס באַמערקט ריכטיק אין דעם אַרטיקל, אַז סלאַוויזמען באַגעגענען זיך גאַנץ זעלטן אין איצטיקע חסידישע טעקסטן, אַ חוץ די געציילטע ווערטער, וואָס האָבן זיך גוט אײַנגעבירגערט אין דער חרדישער שפּראַך. באַזונדערס וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער ווערב "עספּיִען" (צי "עספּעיען"), וואָס מיינט "באַווײַזן (צו דער צײַט)": "נאָך איידער ער האָט עספּיִעט איר צו זאָגן". אין די אינטערנעץ-שמועסן איז עס אויך זייער ברייט פֿאַרשפּרייט: "האָבן נאָך נישט עספּיִעט זיך רירן פֿון אָרט", "אין די פּאָר שעה האָסטו שוין עספּיִעט צו נעמען", "זי האָט נאָך עספּיִעט קאָלן [טעלעפֿאָנירן] יעדן פֿון שווערס סעלפֿאָון".

גראַמאַטיק און אַנגליציזמען

אין 2006 איז אַרויס אַ בוך פֿון ברוס מיטשעל, וואָס הייסט "Language Politics and Language Survival: Yiddish Among the Haredim in Post-War Britain". צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע פֿאָרשונג דערזען די ליכט נאָך איידער זי איז, ווי עס דאַרף צו זײַן, אַרײַן אין די פֿעדערן. דאָך, האָט דער מחבר אַ צאָל אינטערעסאַנטע באַמערקונגען. ער שרײַבט, אַ שטייגער, וועגן "a total collapse of the gender and case system", ד״ה. "אַ פֿולער בראָך פֿון דער סיסטעם פֿון מינים און בייגפֿאַלן". אין דעם זין איז עס טאַקע אַ הפֿקר-וועלט.

ס׳רובֿ סובסטאַנטיוון זײַנען לשן-זכר. אָט האָב איך זיך דערפֿרייט, אַז עס האָט זיך באַוויזן — פֿאַר אַ נאָווינע (הגם ניט ריכטיק לויט די תּקנות פֿון סטאַנדאַרט-ייִדיש) — אַ "די שניי", נאָר אַ פּאָר שורות נידעריקער איז שוין "דער שניי". דאָס וואָרט "גאַס" באַווײַזט זיך סײַ ווי אַ "זי" און סײַ ווי אַן "ער" אין דער זעלבער פֿראַזע: "אין רעזולטאַט פֿון די פֿילע אויטאָס וועלכע זענען געפֿאָרן אויף איר [ד״ה. דער גאַס], האָט דער גאַס געטראָגן אַ פּנים ווי שוואַרצע טייג."

וועגן אַן אונטערשייד צווישן דאַטיוו און אַקוזאַטיוו איז ניטאָ וואָס צו רעדן: "געוויינטלעך איז ער שוין אינדערהיים אין די צײַט". אמת, אין דעם פֿאַל איז עס אפֿשר ניט קיין "קאָלאַפּס", נאָר פּשוט אַ גערעדטע פֿאָרעם, וואָס באַגעגנט זיך אין אַ צאָל דיאַלעקטן.

ווען מע גייט אַריבער פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער, פּלאָנטערט מען גאַנץ אָפֿט די פּרעפּאָזיציעס. אין ייִדיש האָט זיך געשאַפֿן אַ סיסטעם פֿון פּרעפּאָזיציעס, וועלכע זײַנען סעמאַנטיש זייער סלאַוויש. אָבער אין אַ סך פֿאַלן האָט זיך ייִדיש פֿאַרעקשנט און ניט איבערגענומען די סלאַווישע מאָדעלן. אַ שטייגער, ווען די רייד גייט וועגן די טעג — מאָנטיק, דינסטיק אאַ״וו — נוצט מען ניט בדרך-כּלל אין ייִדיש קיין פּרעפּאָזיציע: "ער קומט מאָנטיק", "פֿרײַטיק וועלן מיר עסן עסיקפֿלייש". (עס גלייבט זיך ניט, אַז ס׳איז פֿאַרבונדן מיט דער השפּעה פֿון ייִדיש, נאָך אין הײַנטיקן אַמעריקאַנער באַנוץ פֿאַרשווידט אויך אָפֿט מאָל די פּרעפּאָזיציע on, וואָס מאַכט משוגע דעם בריטישן עולם.)

ווען די רייד גייט וועגן אַ צײַט-אָפּשניט, איז ייִדיש בייגעוודיק — אָדער מע נוצט אין גאַנצן ניט קיין פּרעפּאָזיציע, אָדער מע נוצט "אין משך", "במשך" צי (גאַנץ "דײַטשמעריש") "אין פֿאַרלויף". דאָך אונטער דער השפּעה פֿון ענגליש האָט זיך אין ייִדיש פֿעסט באַזעצט "פֿאַר", וואָס מאַכט נאָך for. זעט מען עס טאַקע אויף טריט און שריט אין דער חסידישער ליטעראַטור (למשל, "פֿאַר אייניקע מינוטן"). "פֿאַר" באַווײַזט זיך אויך אָנשטאָט דעם טראַדיציאָנעלן "אויף", ווען די פֿראַזע גיט איבער דעם באַטײַט "ווי לאַנג": "אויפֿגעהויבן זײַן האַנט פֿאַר אַ סעקונדע", אַנשטאָט "אויפֿגעהויבן זײַן האַנט אויף אַ סעקונדע", פּונקט ווי עס דאַרף זײַן אין אַזעלכע פֿראַזעס ווי "אײַנגעשלאָסן דעם טשײַניק אויף אַ סעקונדע" צי "ער האָט זיך אויף אַ רגע פֿאַרטראַכט".

כ׳וועל דאָ ניט רעדן וועגן די צענדליקער אַנגליציזמען, וואָס ווערן איבערגענומען אין די חרדישע טעקסטן — "סעליולער טעלעפֿאָן" (דאָך בעסער פֿון דער ווילדער "צעלקע"), "פּאַרקינג לאָט" וכ׳. ענגליש רײַסט זיך אַרײַן אויך "שטילערהייט", למשל, אין אַזעלכע קאַלקעס ווי "צומאַכן דעם טיר אויף אים" ("to shut the door upon him").

לאָמיר איבערלייענען אָט אַזאַ זאַץ: "די גאַנצע צײַט האָט ער געהאַלטן ביידע הענט אין די טאַשן, אָנהאַלטנדיק פֿעסט צוויי רעוואָלווערס, זײַענדיק גרייט זיי צו נוצן אויב עס פֿעלט אויס." "אויספֿעלן" מיינט דאָ (און אין אַנדערע ערטער) "זײַן נייטיק", אָבער ניט דאָס בין איך אויסן, ברענגענדיק די דאָזיקע פֿראַזע. ייִדיש פֿאָדערט, מע זאָל דאָ זאָגן "... אויב עס וועט אויספֿעלן", אָבער דער מחבר בויט די פֿראַזע לויטן מוסטער פֿון ענגליש, וווּ די צוקונפֿטיקע צײַט טאָר מע ניט נוצן נאָך אַן if.

נאָך איין דוגמא פֿון ענגלישער השפּעה: "ער האָט ווויל געוווּסט, אַז איינמאָל זי פֿאַרלאָזט דעם אָפֿיס, וועט אים זײַן גאָר שווער איר צוריקברענגען." "ווויל [אַנשטאָט "גוט"] געוווּסט" שטאַמט, פֿאַרשטייט זיך פֿון דעם ענגליש well, פּונקט ווי "ווויל באַקאַנט", וואָס איך האָב ניט איין מאָל געזען אין אינטערנעץ-טעקסטן.

אינטערערסאַנט איז דאָ אויך "איינמאָל" מיט דעם פֿאַרברייטערטן ענגלישן באַטײַט פֿון once — "נאָך דעם ווי". אַזאַ "איינמאָל" באַגעגנט זיך דווקא ניט איין מאָל:

"איך האָף אַז די אַגענטן וועלן עספּיִען אָנצוקומען נאָך פֿאַר ס׳קומט אָן זייער רייע צום באַאַמטערס טישל, ווײַל איינמאָל זיי גייען אַוועק ... וועט מיר זײַן זייער שווער זיי נאַכצופֿאָלגן אַליינס." ("אַליינס" ווערט גאַנץ סיסטעמאַטיש גענוצט אַנטשטאָט "אַליין".) "אַלנפֿאַלס, איינמאָל דו הייבסט אָן דערמיט, וועט מען דיר שוין נישט לאָזן זיך אָפּזאָגן."

* * *

מע קען נאָך אַ סך שרײַבן וועגן דער איצטיקער חרדישער געשריבענער ייִדישער שפּראַך. דער אויסלייג אַליין פֿאַרדינט אַ באַזונדערע אָפּהאַנדלונג. אָבער איך וועל זיך דאָ אָפּשטעלן. זאָלן זיך מיט דעם באַשעפֿטיקן ריכטיקע לינגוויסטן, וואָס קלײַבן זיך בעסער פֿאַנאַנדער אין אַזעלכע זאַכן, בפֿרט אין דעם הײַנטיקן חרדישן לעבן.