דער מצבֿה־קריצער (1928) |
די "ייִוואָ"־פֿונדאַציע אין אַרגענטינע האָט אַרויסגעלאָזט אַ וווּנדערלעכן אַלבאָם פֿון די קונסטווערק פֿונעם מאָלער מאָריס מינקאָווסקי.
מאָריס מינקאָווסיק איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1881 בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, אָבער בײַ פֿינף יאָר, צוליב אַן אומגליק־סיבה איז ער געבליבן טויב. זײַן טאַלאַנט פֿאַר קונסט האָט זיך אָבער אַנטוויקלט, בפֿרט פֿאַר צייכענונג און מאָלערײַ. פֿינף יאָר האָט ער שטודירט קונסט אין דער חשובֿער קראָקעווער קונסט־אַקאַדעמיע.
אין 1905 נאָכן ביאַליסטאָקער פּאָגראָם האָט ער אָנגעהויבן צו מאָלן לײַדנדיקע ייִדן. אין 1907 איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע. פֿאַר די ווערק, געשאַפֿן בעת די רײַזעס, האָט ער באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון דער אַקאַדעמיע. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט די פּוילישע צײַטונג "שוויאַט" אים געשיקט איבער די שטעטלעך ווי אַ קאָרעספּאָנדענט. אַ גרויסער טייל פֿון זײַנע בילדער האָבן דעמאָלט געשילדערט דעם מצבֿ פֿון ייִדן און זענען אויסגעשטעלט געוואָרן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע שטעט. מאָריס מינקאָווסקיס נאַטוראַליסטישע ווערק זענען נישט געווען אונטער דער השפּעה פֿון די מאָדערנע קונסט־באַוועגונגען פֿון זײַן צײַט; זיי האָבן אויף אַן עקספּרעסיוון אופֿן איבערגעגעבן די לעבנס־דראַמע פֿון ייִדישן לעבן אין גלות.
לויט די אַרײַנפֿיר־ווערטער אינעם נײַעם אַלבאָם פֿון פּראָפֿ׳ סילוויאַ בראָנשטיין־ווילקיס פֿונעם "ייִוואָ"־מוזיי אין בוענאָס־אײַרעס, פֿאַרנעמט די פֿרוי אַ "צענטראַלע ראָלע אין זײַנע בילדער. ער שילדערט אויך אָפּ דעם לעבנס־שטייגער פֿון די ייִדן בײַ זיך אין דער היים, בײַ דער אַרבעט און בײַם דאַווענען." משה־זכריה בעקער דערציילט אינעם אַרײַנפֿיר וועגן דער נאָענטער פֿאַרבינדונג וואָס מינקאָווסקי האָט אָנגעהאַלטן מיט דער שטאָט ווילנע.
ווען מאָריס מינקאָווסקי איז אַרויסגעפֿאָרן קיין אַרגענטינע אין 1930 האָט די אָרטיקע געזעלשאַפֿט, סײַ די ייִדישע, סײַ די נישט־ייִדישע, אים וואַרעם אויפֿגענומען. אָבער דעם 28סטן נאָוועמבער 1930 איז מינקאָווסקי אומגעקומען אין אַ טראַגישן אויטאָ־אינצידענט.
צוויי וויכטיקע זאַמלונגען פֿון זײַנע בילדער געפֿינען זיך אויף דער וועלט — יוסף מאָשקאָוויטשעס פּריוואַטע קאָלעקציע און די זאַמלונג פֿונעם אַרגענטינער "ייִוואָ", וועלכע פֿאַרמאָגט 67 קונסטווערק — איילבילדער און צייכענונגען. נאָכן טעראָריסטישן אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־בנין אין בוענאָס־אײַרוס דעם 18טן יולי 1994, איז דאָס ווערק "אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון די ברוכשטיקער". אַ דאַנק די אַן ערך 800 וואָלונטירן, וועלכע האָבן שווער געאַרבעט צו ראַטעווען די אוצרות, וואָס זענען כּמעט צעשטערט געוואָרן, האָט מען געקענט צוזאַמענשטעלן דעם פּרעכטיקן מינקאָווסקי־אַלבאָם.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע בוך געווידמעט מינקאָווסקיס שאַפֿונג וואָס דער "ייִוואָ" האָט אַרויסגעגעבן, אָבער ווי סע שרײַבט ד״ר שׂמחה דרײַער, דער פֿאָרזיצער פֿונעם אַרגענטינער "ייִוואָ" — "נעמענדיק אין אַכט מינקאָווסקיס באַדײַטונג אויף דער גאַנצער וועלט, האָט די ייִוואָ־פֿונדאַציע פֿאַרשטאַנען, אַז דער ברייטער עולם מוז האָבן די מעגלעכקייט צוצוקומען צו זײַנע בילדער. דעריבער האָט זי, אין דעם איצטיקן ווידעראויפֿבוי, באַשלאָסן צום צווייטן מאָל, אים ווידמען אַ נײַ בוך".
דאָס בוך "מאָריס מינקאָווסקי" איז טאַקע אַ פּראַכט־אויסגאַבע און האָט אַ באַגלייט־טעקסט אויף שפּאַניש און ענגליש, און אַן אַרײַנפֿיר אויף שפּאַניש, ענגליש און ייִדיש.
אויטאָ־פּאָרטערט אין דער יוגנט (אָן אַ דאַטע) |
פֿרויען אין שיל (1927) |