ליטעראַטור, געשיכטע
נחום-מאיר שײַקעווישט

אין 1888 איז אין בערדיטשעוו אַרויס אַ ביכל, אויפֿן שער-בלאַט פֿון וועלכן ס׳איז געשטאַנען געשריבן: "שמרס משפּט, אָדער דער סוד פּריסיאַזשניך אויף אַלע ראָמאַנען פֿון שמר". "סוד פּריזיאַזשניך" מיינט אויף רוסיש "געריכט מיט זשורי" — אַזאַ "געריכט" האָט פֿאַר דעם פּאָפּולערן ייִדישן מחבר שמ״ר — נחום-מאיר שײַקעווישט (1846–1905) — צוגעטראַכט דער יונגער שלום-עליכם. שמ״ר און אַנדערע שרײַבער פֿון דער פּאָפּולערער ליטעראַטור, אָדער "שונד", האָט מען אויסגעלאַכט ניט איין מאָל, אָבער נישט שטענדיק זײַנען די פֿײַנשמעקערישע קריטיקער געווען גערעכט.