|
נחום-מאיר שײַקעווישט |
|
אין 1888 איז אין בערדיטשעוו אַרויס אַ ביכל, אויפֿן שער-בלאַט פֿון וועלכן ס׳איז געשטאַנען געשריבן: "שמרס משפּט, אָדער דער סוד פּריסיאַזשניך אויף אַלע ראָמאַנען פֿון שמר". "סוד פּריזיאַזשניך" מיינט אויף רוסיש "געריכט מיט זשורי" — אַזאַ "געריכט" האָט פֿאַר דעם פּאָפּולערן ייִדישן מחבר שמ״ר — נחום-מאיר שײַקעווישט (1846–1905) — צוגעטראַכט דער יונגער שלום-עליכם. שמ״ר און אַנדערע שרײַבער פֿון דער פּאָפּולערער ליטעראַטור, אָדער "שונד", האָט מען אויסגעלאַכט ניט איין מאָל, אָבער נישט שטענדיק זײַנען די פֿײַנשמעקערישע קריטיקער געווען גערעכט.
אין איצטיקן "פּינטעלע ייִדיש" דרוקן מיר איבער אַברהם רייזענס אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין "פֿאָרווערטס" דעם 17טן נאָוועמבער 1940, צו שמ״רס 35סטן יאָרצײַט, און פֿילאָלאָגישע באַמערקונגען וועגן דעם הײַנטיקן "שונד", וואָס ווערט פּראָדוצירט דורך די חסידישע בעלעטריסטן.
אַז שמ״רן האָבן געלייענט בלויז דינסטמיידלעך, איז געווען אַ בילבול פֿון זײַנע קעגנער. כאָטש דאָס וואָס "דינסטמיידלעך" האָבן אים אויך געלייענט, האָט אַוודאי געהערט צו די פּאָזיטיווע זײַטן. אינטערעסאַנט איז אָבער, וואָס די קעגנער פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין יענער צײַט האָבן ניט נאָר שמ״רן פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז ער שרײַבט בלויז פֿאַר דינסטמיידלעך. אויך דאָס ייִדישע טעאַטער האָט מען באַקעמפֿט דערמיט, וואָס אין ייִדישן טעאַטער גייען — זען און הערן — בלויז דינסטמיידלעך און שוסטער-יונגען און סתּם יונגע באַלמעלאָכעס. דאָס איז שוין געווען אַ שוואַכקייט, מילד גערעדט, פֿון די אַמאָליקע משׂכּילים, די "ליבהאָבער" פֿון העברעיִש, פֿאָרצוּוואַרפֿן דער ייִדישער שפּראַך, אירע פֿרײַנד — די אַרבעטער, די באַלמעלאָכעס, צי די אָרעמע דינסטמיידלעך און קעכינס... פֿון אַ מעלה האָבן זיי, די דעמאָלטיקע קעגנער, געמאַכט אַ זינד...
אין דער אמתן האָבן שמ״רן, ווי בכלל די ייִדישע מעשׂה-ביכלעך, וואָס זײַנען דערשינען אין יענער צײַט — אין סוף פֿון די זיבעציקער און אין אָנהייב ביזן סוף פֿון די אַכציקער יאָרן פֿון פֿאָריקן [19טן] יאָרהונדערט — געלייענט אויך די באַלעבאַטישע מיידלעך, ווײַבלעך, און יונגעלײַט-משׂכּילים... ניט אומזיסט האָט שמ״ר צו זײַנע גרעסערע ראָמאַנען אויך געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט — בײַם סאַמע אָנהייב, באַלד נאָכן שער-בלאַט — אַ שיר אויף העברעיִש. דאָס האָט ער שוין, קאָנטיק, געוואָלט באַלוינען זײַן לשון-קודשדיקן לעזער דערפֿאַר, וואָס ער מוז לייענען אַ ביכל אויף זשאַרגאָן, צי אויף עבֿרי-טײַטש, ווי ייִדיש האָט אין יענער צײַט געהייסן בײַ דעם משׂכּיל בכלל, און, פֿאַרשטייט זיך, אַז מיטן נאָמען "זשאַרגאָן" איז מען אויסן געווען דעם ווערט פֿון ייִדיש צו פֿאַרמינערן... בכלל, אָבער, האָבן שמ״רן געלייענט אַלע די, וואָס האָבן געלייענט ביכלעך, וואָס האָבן געהאַט די נײַגעריקייט און חשק צו לייענען. אַזעלכע זײַנען געווען צווישן אַלע קלאַסן, און צווישן ביידע מינים, מאַנצבילן און פֿרויען, יונגעלײַט און מיידלעך, סײַ באַלעבאַטישע, משׂכּילישע, סײַ דינסטמיידלעך, אַרבעטער און באַלמעלאָכעס.
מעגלעך, אַז אַן אַנדער משׂכּיל האָט שמ״רס אַ "זשאַרגאָנישן ראָמאַן" געלייענט ניט בפֿרהסיא. וויבאַלד אָבער, אַז אין הויז האָט זיך שוין געפֿונען דאָס ווײַב, צי די טאָכטער, צי אַפֿילו טאַקע דאָס שטוב-מיידל, וואָס האָט שמ״רס ראָמאַנען יאָ געלייענט — האָט ער, דער משׂכּיל, שוין אויך אַרײַנגעקוקט און טאַקע פֿאַרכאַפּט געוואָרן גלײַך מיט זיי, מיט די, וואָס האָבן שמ״רס ראָמאַנען געקראָגן אַליין אין ערגעץ: געקויפֿט בײַם פּאַקנטרעגער, צי גענומען אויף פּראָקאַט בײַ דעם ייִדן אין שטאָט גופֿא, וואָס האָט געמאַכט אַ געשעפֿט פֿון אַרויסגעבן זשאַרגאָנישע מעשׂה-ביכלעך אויף פּראָקאַט, דער עיקר, נאַטירלעך, טאַקע — שמ״רס...
דאָס לייענען בלויז שמ״רן, זײַן פּאָפּולאַריטעט, איז געוואַקסן דערפֿאַר, ווײַל ער איז דעם דעמאָלטיקן דורכשניטלעכן לייענער אַזוי שטאַרק געפֿעלן געוואָרן; האָט ער טאַקע מער געשריבן און געדרוקט. די פֿאַרלעגער האָבן געריסן די מאַנוסקריפּטן בײַ אים פֿון די הענט, און קענענדיק דערציילן גלאַט די סאַמע פֿאַנטאַסטישע פּאַסירונגען, האָט שמ״רן, קאָנטיק, אַ ראָמאַן, צי אַ לענגערע דערציילונג, ניט לאַנג גענומען אָנצושרײַבן, בפֿרט אַז געוויסע ראָמאַנען האָט ער איבערגעאַרבעט אין אַ ייִדישן נוסח פֿון אַנדערע שפּראַכן. האָט שוין זײַן פּראָדוקטיוויטעט פֿאַראורזאַכט אויך זײַן פּאָפּולאַריטעט, און אויך דערפֿאַר די באַגײַסטערונג פֿון די דעמאָלטיקע לייענער פֿאַר שמ״רן בכלל.
און מע מוז צוגעבן: שמ״ר האָט געהאַט אַ כּוח צו "נעמען" דעם לייענער, צו פֿאַראינטערעסירן, צו פֿאַרכאַפּן אים, אַז ביז מע האָט דעם ראָמאַן ניט פֿאַרענדיקט, איז מען געווען פֿאַרזאָרגט איבער דעם גורל פֿון די העלדן און די העלדינען.
שמ״ר האָט שוין אין די ערשטע צוויי קאַפּיטלען פֿאָרגעשטעלט זײַן גאַנצן פּערסאָנאַל, פֿאַראינטערעסירט מיט זיי, און נאָך דעם האָט מען ערשט געדאַרפֿט דערגיין וואָס מיט יעדן האָט פּאַסירט ווײַטער.
ניט געקוקט אויף דעם ביסעלע דײַטש, וואָס שמ״ר האָט גענוצט אין זײַן שרײַבן, איז אָבער זײַן שפּראַך געווען זייער לײַכט, אָנציִענד. די איינציקע דײַטשישע ווערטער האָט מען שוין, נאָכן איבערלייענען זײַנע אַ פּאָר ראָמאַנען, געדענקט. ווער האָט עס ניט געוווּסט, אַז "מאָנד" איז די לבֿנה, און די "זאָננע", אויב אַפֿילו מיט צוויי נונען — די זון. די משׂכּילים, וואָס האָבן געזינדיקט מיט לייענען אַ זשאַרגאָנישן ראָמאַן פֿון שמ״רן, האָבן געוווּסט די דײַטשישע ווערטער פֿון דעם וואָס זיי האָבן געלייענט דעם תּנ״ך מיט מענדעלסאָנס דײַטשישער איבערזעצונג. די פֿרויען, ווידער, האָבן גענוג דײַטשישע ווערטער געוווּסט פֿון טײַטש-חומש, פֿון די תּחינות אַפֿילו אויף הויך-דײַטש... און אפֿשר האָט טאַקע דאָס ביסעלע דײַטש אַרײַנגעמישט אין די ייִדישע רייד, צי אין נאַטור-מאָלערײַ, ווי "עס וואַר אַן הערליכער אָוונט, דער מאָנד האָט געשטראַלט אין זײַן פֿאָלען גלאַנץ" — צוגעגעבן געהויבנקייט דעם בוך בכלל... האָט דאָך אויך אַזאַ, אייגנטלעך, קינסטלערישער דערציילער ווי שמ״רס פֿאָרגענגער, אײַזיק-מאיר דיק, אויך געזינדיקט מיט דײַטשישע אויסדרוקן, און פֿונדעסטוועגן איז זײַן "ייִדיש" בכלל איינער פֿון די פֿײַנסטע און פֿאָלקסטימלעכסטע.
אַוודאי האָט שמ״רס "סטיל" — אויב ס׳האָט געקאָנט הייסן סטיל — געפֿעלט אייגנאַרטיקייט, פּערזענלעכקייט און אַפֿילו לאָקאַלער קאָלאָריט, וואָס, למשל, עס האָט פֿאַרמאָגט — ניט געקוקט אויף דעם ביסל דײַטשמערישקייט — דער שוין דערמאָנטער אײַזיק-מאיר דיק; אָבער דערפֿאַר האָט מען טאַקע שמ״רן אומעטום פֿאַרשטאַנען, אין אָדעס ווי אין ווילנע, אין מינסק ווי אין פּאָלטאַווע. זײַן ייִדישער סטיל, די שפּראַך, האָט געהאַט דעם קאָלאָריט פֿון בוך-שפּראַך... הגם אין געוויסע "הומאָריסטישע" דיאַלאָגן פֿון פֿרומע ייִדן, אָדער פֿון אַן עלטערער קעכין צי פֿון אַ שדכנטע, איז שוין די שפּראַך געווען ריין-ייִדיש און אַפֿילו כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער סבֿיבֿה, אין וועלכער די העלדן, צי די העלדינען, וואָס האָבן געפֿירט דעם געשפּרעך — האָבן זיך געפֿונען...
דער סיפּור-המעשׂה איז בײַ שמ״רן געווען פֿאַבלהאַפֿטיק. אָבער עס האָט זיך געגלייבט, עס האָט זיך געלייגט אויפֿן געפֿיל... זאָל טאַקע זײַן, ווי דער אמת איז, אַז קיין הויכע ליטעראַטור איז שמ״ר ניט געווען, אָבער איינס — און ניט נאָר איינס — מוז מען מודה זײַן, אַז שמ״ר האָט געהאַט אַ געוואַלדיקע פֿעיִקייט צו דערציילן, און אויב אַפֿילו איבערצודערציילן, ווי זײַנע קריטיקער האָבן אים פֿאָרגעוואָרפֿן, און מסתּם מיט רעכט, האָט ער עס איבערדערציילט מיט זײַן אייגנטימלעכן געמיט. יאָ, מיר האָבן, ווי עס דאַכט זיך אונדז איצט, געקראָגן דאָס ריכטיקע וואָרט צו באַצייכענען שמ״רס אייגנשאַפֿט — דער ספּעציעלער דערציילונגס-געמיט. עס איז ניט בלויז פֿעיִקייט — עס איז אויך אַליין אַרײַנגלייבן זיך אין דעם, וואָס מע דערציילט... ווען ניט אָט די אייגנשאַפֿט שמ״רס, וואָלט ער ניט געהאַט די מאַכט איבער אַזוי פֿיל לייענער, אַפֿילו אין יענער צײַט. אַ ראיה, אין זײַן צײַט זײַנען געווען נאָך ראָמאַנען-שרײַבער, ווי עוזר בלאָשטיין, בוכבינדער, זייפֿערט און אַנדערע — און קיינער האָט ניט געהאַט דעם דערפֿאָלג וואָס שמ״ר. עוזר בלאָשטיינס גרויסן, פֿיר-בענדיקן ראָמאַן "דער כּהן" האָט דער שרײַבער פֿון די ציילן, ווען ער איז נאָך געווען אַ קליין ייִנגל פֿון אַכט צי נײַן יאָר, און שוין אָבער אַ גרויסער לייענער פֿון ראָמאַנען, מסתּם ביזן צוועלפֿטן יאָר — ביז 1888 — ניט געהאַט דעם געדולד צו לייענען מער ווי איין טייל; און ווי אים דאַכט זיך איצט, אַפֿילו דער ראָמאַן פֿון זעלביקן בלאָשטיין, "די בייזע שוויגער", האָט זיך אָבער אַלץ ניט געקאָנט גלײַכן צום דערפֿאָלג, וואָס שמ״רס אַ ראָמאַן האָט געהאַט.
ווער האָט געקאָנט, אין יענער צײַט, אָנהייבן און ניט ענדיקן לייענען אַזעלכע ראָמאַנען שמ״רס ווי "דער חרם", "דער בעל-תּשובֿה", "די בלינדע יתומה", "דער בלוטיקער אַדיע", "פֿון חופּה צום טויט", "די אײַזערנע פֿרוי", "צווישן צוויי פֿלאַמען" און פֿיל, פֿיל אַנדערע... יעדער העלד און העלדין, צי פֿון לעבן, צי אויסגעטראַכטע, האָט מען געזען, בײַם לייענען און נאָכן לייענען, שוועבן פֿאַר די אויגן. מע האָט געלעבט מיט זיי, מיטגעפֿילט זייערע לײַדן, און מיטגעצאָרנט אויף זייערע באַליידיקער, אונטערדריקער, און געוויינט אויף דעם גורל פֿון די פֿאַרוואָגלטע שיינהייטן, ווי די שיינע בלומע פֿון דערמאָנטן "בלוטיקן אַדיע", וואָס איר שיין געשטאַלט האָט לאַנג, לאַנג געשוועבט פֿאַר די אויגן...
עפּעס האָט איבער דעם גרעסטן טייל פֿון שמ״רס ראָמאַנען — אָדער ריכטיקער, איבער די העלדן פֿון די ראָמאַנען — געטראָגן זיך ווי אַ צויבער... אַוודאי איז דאָס געווען צו פֿאַרדאַנקען מער — אָדער ריכטיקער, אויך — דער פֿאַנטאַזיע פֿון די לייענער... מע איז געווען פֿאַרבענקט נאָך שיינקייט, נאָך ווײַטע שטעט, לענדער, נאָך וועלדער און פֿעלדער, און איבערהויפּט נאָך שיינע וווינונגען — מיט זאַלן, וווּ עס שטייען "פֿאָרטאָפּיאַנאָס", און שיינע איידעלע טעכטער זיצן און שפּילן אויף זיי מיט זייערע צאַרטע, ווײַסע, לאַנגע ליליען-פֿינגער...
און טאָמער האָט שמ״ר אונדז צוגעטראָגן אַ ראָמאַן פֿון אונדזער געשיכטע, זײַנען מיר אים אַוודאי דאַנקבאַר געווען. דאָ האָבן מיר שוין אויך געקראָגן גרויס דרך-ארץ פֿאַר זײַן וויסן... "דער לעצטער ייִדישער קעניג" פֿון בר-כּוכבאס צײַט; "חתן-דמים", פֿון דער צײַט פֿון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע, צי "דער געבילדעטער עם-האָרץ", פֿון דער לעגענדע וועגן אַברהם אבן-עזרא, וואָס האָט, באַזוכנדיק דעם גרויסן פּאָעט יהודה הלוי, געשפּילט די ראָלע ווי אַן עם-האָרץ, און ווי אַזוי לאה, ר׳ יהודה הלויס טאָכטער, האָט זיך דאָך פֿאַרליבט אין אבן-עזרא, אַפֿילו מיינענדיק אַז ער איז אַן אומגעבילדעטער, — דאָס זײַנען געווען הייליקע מאָמענטן, וואָס מיר, יענער דור, צי ייִנגלעך, צי מיידלעך, צי דערוואַקסענע, צי אַפֿילו מיטל-יאָריקע, האָבן דורכגעלעבט בײַם לייענען אָט די צי אַנדערע שמ״רס ראָמאַנען...
מיר ווילן זיי איצט ניט קריטיקירן — די דערמאָנטע אַמאָליקע ראָמאַנען — ניט פֿון קינסטלערישן, צי אַפֿילו ניט פֿון ליטעראַרישן שטאַנדפּונקט. זיי זײַנען צו טײַער געווען אונדזער פֿריִערדיקן דור — אונדז אַליין, אַלס קינדער, און אונדזערע שוועסטער, טאַטעס און מאַמעס, און אַפֿילו מאַנכע באָבעס און זיידעס — אויסצולאַכן זיי, צי גאָר חלילה, צו מישפּטן. סײַ-ווי-סײַ איז מען — נאָך דעם דערשײַנען פֿון מרדכי ספּעקטאָרס ערשטן ראָמאַן — אין מיטן פֿון די 1880ער יאָרן, און באַלד נאָך שלום-עליכמס ראָמאַנען "סענדער בלאַנק" און "קינדער-שפּיל" — צו שמ״רס ראָמאַנען קריטישער געוואָרן... אַגבֿ-אורחא, איז דער סוזשעט פֿון שלום-עליכמס "קינדער-שפּיל" אַ "געבאָרגטער", וועדליק ס׳האָט אים, שלום-עליכמען, פֿאָרגעוואָרפֿן אַ דעמאָלטיקער קריטיקער יוסף הערדער (י. י. לערנער), — דער סוזשעט איז געבאָרגט, ווײַל דער סוזשעט איז געווען, ווי אַזוי אַ זון, וואָס זײַנע עלטערן זײַנען אין קריג מיט די עלטערן פֿון זײַן געליבטער — אַנטלויפֿט מיט איר...
אַוודאַי זײַנען אַפֿילו אין דעם ראָמאַן שלום-עליכמס דאָ גרויסע קינסטלערישע שטעלן, אָבער שלום-עליכמס קריטיק אויף שמ״רן, "שמ״רס משפּט", איז פֿאָרט געווען צו שטרענג און אפֿשר צו גרויזאַם, און עס איז סײַ-ווי-סײַ ניט נייטיק געווען. עס איז שוין געקומען די נײַע צײַט און די נײַע ליטעראַטור:
ספּעקטאָרס "הויז-פֿרײַנד", אַפֿילו שוין דער ערשטער באַנד אין 1988, אי שלום-עליכמס זאַמלבוך "פֿאָלקס-ביבליאָטעק", וווּ עס איז שוין געווען געדרוקט זײַן ראָמאַן "סטעמפּעניו", און נאָך דעם פּרצעס "ייִדישע ביבליאָטעק", און באַלד די דערוואַכטע ייִדישע אַרבעטער, וואָס האָבן שוין אויסער ראָמאַנען געזוכט אַנדערע גײַסטיקע שפּײַז, אַפֿילו אין קינסטלערישער פֿאָרעם — און האָבן שוין טאַקע געפֿונען. ס׳איז געקומען דוד פּינסקי, און פֿון אַמעריקע און פֿון לאָנדאָן אַלערליי אַגיטאַציע-ליטעראַטור, מיט בעלעטריסטישער פֿאָרעם, ווי "רפֿאל נעריצך" פֿון אַב. קאַהאַן, און "די מעשׂה מיט די פֿיר ברידער", און נאָך אַנדערע. און דערצו די אומלעגאַלע לידער פֿון עדעלשטאַט, באָוושאָווער און ווינטשעווסקי — עס האָט זיך דערהערט אַ נײַע שאַלונג איבער דער ייִדישער מחנה...
שמ״ר אַליין האָט שוין דאַן געהאַט פֿאַרלאָזט רוסלאַנד. ער איז אַוועקגעפֿאָרן — אין 1890 — קיין אַמעריקע. געפּרוּווט דאָ זײַנע כּוחות. געשריבן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע, אַרויסגעגעבן דאָ אייניקע ליטעראַרישע זשורנאַלן, און געקעמפֿט פֿאַר זײַן טאָפּלטער עקזיסטענץ, ווי יעדער נײַ-געקומענער, און מיט זײַנע אויגן געזען ווי עס דערציט זיך, ווי עס וואַקסט אַ נײַער דור שריפֿטשטעלער, דיכטער, און ער האָט זיי זיכער פֿאַרגונען און איז אומגעגאַנגען צווישן זיי אַ פֿרײַנדלעכער, אַ גוטמוטיקער, ווי אין אַלע טעג פֿון זײַן באַזונדערס ניט גרינגן לעבן...
אַ זויבערע פּערזענלעכקייט ווי ער איז געווען, איז ער געווען באַליבט אויך אין דער נײַער וועלט — אין אַמעריקע — ביז דעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. ער איז געשטאָרבן אין ניו-יאָרק אין יאָר 1905, אין עלטער פֿון 59 יאָר.
איצט קלינגט דער נאָמען לעגענדאַריש. און וואָס קאָן זײַן שענער, ווען פֿון אַ מענטשלעך לעבן, צי אַפֿילו פֿון זײַן נאָמען, וועבט זיך אויס אַ לעגענדע מיט אירע אַלע קאָלירן און מיט אַלע שיינקייטן פֿון אַ לעגענדע?