ליטעראַטור
די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע באַגריסט האַרציק דעם דיכטער לעוו בערינסקי צו זײַן ווערן אַ בן־שיבֿעים. מיר ווינטשן אים געזונט און שאַפֿערישקייט אויף לאַנגע יאָרן.

קאָלומב

דאָ פֿלעג איך זיך אָפּשטעלן אין די זאַמדן —
אויף דער בלוטיקער סטעזשקע קיין בבֿל.

דאָ האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אין אָקעאַן —
אויפֿן שיף-בריקל פֿון "סאַנטאַ מאַריִאַ".

דאָ אין הימל שטעל איך זיך אָפּ מיטן אַעראָפּלאַן
פֿאַר מײַן בלאָוון וויראַזש אויף צוריק —

טעאַטער
פֿון לעוו בערינסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"די צוויי קוני–לעמל" אין אַ נײַער אויפֿפֿירונג פֿונעם "טרוים–טעאַטער"

פּאַריז קען זיך נישט באַרימען, אַז זי זאָל האָבן אַ מאָל געווען צווישן די מע­טראָפּאָליעס פֿון ייִדישן טעאַטער. די צאָל ייִדיש–רעדנדיקע אײַנוווינער אין גאַנץ פֿראַנ­קרײַך האָט אַפֿילו אין די בעסטע צײַטן, אין די דרײַסיקער יאָרן, נישט אַרי­בער­געשפּאַנט די הונדערט טויזנט; און דווקא ווען ס׳ייִדישע טעאַטער האָט דאָ גע­האַלטן אין וואַקסן, האָט דער חורבן פֿאַר­שניטן דעם גרעסטן טייל פֿון יענעם ווירקלעכן אָדער פּאָטענציעלן עולם.

ליטעראַטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סאַנדלער. פֿריילעכע צוויי־שורותלעך וועגן חיות און פֿייגל; אַרויסגעבער: קינד־און־קייט"און דער "ייִדישער קולטור־קאָנגרעס". ניו־יאָרק. 2007.

חוית און פֿייגל, ווי פּערסאָנאַזשן, זײַנען אין בוך פֿאַראַן בײַ די פֿיר צענדליקער, און יעדן איינעם פֿון זיי איז געווידמעט, חוץ די צוויי פּאָעטישע שורות אויף אַן אילוסטרירטן הינטערגרונט, נאָך איין פֿאַרביקער "פּאָר­טרעט" אָדער "סוזשעט" אויף דער צעעפֿנ­טער זײַט, וואָס העלפֿט דעם קינד (און פֿאַר אַ נויט — זײַנע עלטערן) בעסער צו פֿאַרשטיין, וועגן וואָס סע רעדט זיך אין דער אָנגעשריבענער סטראָפֿע. דער טעקסט פֿון דער סטראָפֿע איז אויך פֿאַרשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות.

ליטעראַטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וואָלף בירמאַן (לינקס) און לעוו בערינסקי. רענדסבורג, אַפּריל 1994

קאַרל־וואָלף בירמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1936, אין האַמבורג. זײַן פֿאָטער דאַגאָבערט בירמאַן — אַ ייִד און אַ קאָמוניסט — האָט געאַרבעט בײַ דער שיפֿבויערײַ און איז געווען אַנגאַזשירט אין דער אַנטיפֿאַשיסטישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, שפּעטער אַרעסטירט און אומגעקומען אין 1943, אין אוישוויץ. נאָך דעם קריג טרעט אַרײַן דער קליינער וואָלף אין דער קאָמוניסטישער קינדער־אָרגאַניזאַציע "יונגע פּיאָנערן" און באַטייליקט זיך ווי אַ לייטער פֿון אַ פּיאָנערן־אָטריאַד אין דער "אינטערנאַציאָנאַלער יוגנט־באַגעגעניש" אין מיזרח־בערלין (1950).

ליטעראַטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿ בעסער (בסר) איז געבוירן געוואָרן אין קאַליש, פּוילן. די קינדעד־יאָרן פֿאַרבראַכט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די פֿאַמיליע האָט זיך געראַטעוועט פֿון די דײַטשן. יענע ווײַטע יאָרן אין רוסלאַנד מיט דער ווײַסער ליכט פֿון פֿאַרשנייטע פֿעלדער און בערעזעס, פֿון דער מאַמעס יונג פּנים, — איז ווי אַ געהיים־טיפֿער גען, אויף תּמיד אַרײַן אין זײַן זכּרון, אין זײַן לעבן און זײַן פּאָעזיע. אין בעסערס דיכטונג איז די קעגנוואַרט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט ניט אָפּצוטיילן, בלויז עפּעס אַ קורצינקע שורה גיט אונדז דאָ און דאָרט צו פֿאַרשטיין: וואָס געהערט צום "אַמאָל", און וואָס קומט "איצט" פֿאָר. און אויף דער פֿראַגע "וואָס וועט זײַן?" געפֿינט דער לייענער אין בעסערס לידער ניט קיין ענטפֿער, בלויז אפֿשר נאָר אַ פֿילאָסאָפֿישע טרייסט, דעם אַלטן תּלמודישן פֿאַטאַליזם פֿון דער ביז הײַנט אַקטועלער סענטענץ: "אין מוקדם ומאוחר בתּורה".

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואַלעריע שישקאָוואַ

די דרעזדענער "וואָך" פֿון ייִדישער מוזיק און טעאַטער (ווי אויך ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, מאָלערײַ אאַז״וו) איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ ניט־פּאָליטישער, ריין קינסטלערישער פֿעסטיוואַל. און אַזוי איז עס, קען מען זאָגן, געווען און געבליבן ביזן הײַנטיקן יאָר. דאָס מאָל האָט די פּאָליטיק אַרויסגעקוקט פֿון יעדן ווינקל אין זאַל און אויף דער בינע; און ניט אַזוי פֿון די פּיעסעס, לידער און לייענונגען, ווי אין קאָפּ און אין האַרצן בײַ די אַרטיסטן און דעם צושויער. צוויי פֿאַקטן, ווי צוויי וועגווײַזערס, האָבן באַשטימט די געדאַנקען און די עמאָציעס: דער ניט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקטער (אָדער נאָך ניט פֿאַרענדיקטער?) צווייטער ישׂראל־לבֿנונישער קריג, און דער רעזולטאַט פֿון די וואַלן דעם 17טן סעפּטעמבער אין דעם "דײַטשן בערווינקל" מעקלענבורג־פּאָמעראַניע (Meklenburg-Pomeranie); שוין דאָס צווייטע לאַנד אין דער בונדעס־רעפּובליק, וווּ אין דעם פּאַרלאַמענט זײַנען אַרײַן דעפּוטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער NDP־פּאַרטיי. אין זאַקסען, גענויער געזאָגט אין דרעזדען, זיצן די נעאָ־נאַציסטן אין דעם לאַנדטאַג שוין פֿולע צוויי יאָר.