- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך האָבן זיך אין טעהעראַן צונויפֿגענומען אויף אַ קאָנפֿערערנץ 67 פֿאַלשע מומחים (פֿאַרגלײַך מיט פֿאַלשע נבֿיאים) פֿון 30 לענדער אַרומצורעדן די טעמע וועגן חורבן. ריכטיקער, צו באַקומען די מעגלעכקייט צו דערקלערן אָפֿן דער וועלט, אַז די גאַנצע מעשׂה מיטן אומברענגען 6 מיליאָן ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז אַ בילבול, אויסגעטראַכט פֿון די ייִדן און דער מערבֿ־וועלט, כּדי אויפֿן חשבון פֿון די פּאַלעסטינער אויפֿצושטעלן אַ ייִדישע מדינה, ווי אַ מין חרטה־זשעסט לטובֿת די ייִדן. וועגן רעדן און זאָגן איז פֿאַראַן, ווי באַוווּסט, זייער אַ רײַכער פֿאָלקלאָר. מ'קען אָנשרײַבן — און מ'האָט שוין געשריבן — אויף דער דאָזיקער טעמע גאַנצע דיסערטאַציעס מיט אָן אַ שיעור ציטאַטן פֿון חז"ל, פֿון כּלערליי אייגענע און פֿרעמדע חכמים, פֿון פֿילאָסאָפֿן און פֿון דער פּשוטער און סאַמע טרעפֿלעכסטער פֿאָלקס-חכמה..
עס איז דאָ אַ געזעץ אין מדינת־ישׂראל, אַז די אַלע רעגירונגס־אַנשטאַלטן און אינסטיטוציעס, וואָס באַקומען זייערע יערלעכע בודזשעטן, דאַרפֿן עס אויסניצן ביזן סוף פֿון דעם לויפֿנדיקן יאָר. אויב זיי באַווײַזן עס ניט צו טאָן ביז דעם 31טן דעצעמבער, דאַרף די רעשט פֿון די געלטער צוריקגעגעבן ווערן צום פֿינאַנץ־מיניסטעריום; מען קען עס ניט אַריבערפֿירן ווי אַ צוגאָב צו דעם בודזשעט פֿון דעם קומענדיקן יאָר.
אין די אַלטע סאָוועטישע צײַטן איז דער מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יריד געווען אַ זעלטענע געשעעניש — דאָס איינציקע פֿענצטערל אין דער וועלט־קולטור, וואָס האָט דערמעגלעכט אַ קוק צו טאָן אויף דער ביכער־פּראָדוקציע פֿון אַנדערע לענדער. די ייִדישע קולטורעלע, רעליגיעזע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ישׂראל און אַמעריקע האָבן זיך זייער קונציק באַנוצט מיט דער דאָזיקער מעגלעכקייט, כּדי אויפֿצושטעלן קאָנטאַקטן מיט סאָוועטישע ייִדן.
פּרײַטיק דעם 8טן דעצעמבער איז אַוועק פֿון דער וועלט, אין עלטער פֿון 86 יאָר, דער באַקאַנטער קינסטלער, און די לעצטע יאָרן אויך דיכטער, משה בערנשטיין. ער איז אַוועק פֿון אונדז אומגעריכט, נאָך אַ פּלוצעמדיקער מאָגן־אָפּעראַציע — ווײַל מיט געציילטע טעג פֿריִער איז ער נאָך געווען מיט אונדז, אַזוי ווי יעדן מאָל, אויף דעם רעגולערן צוזאַמענטרעף פֿון דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ. ער איז שוין אָבער אין יענע טעג געווען שטאַרק דערשלאָגן, צוליב זײַן שוואַכן געזונט און שלעכטער ראיה, וואָס האָבן אים נישט דערמעגלעכט מער אָנצוגיין מיט דער שאַפֿערישער שליחות, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען אין זײַן קינסטלערישן באַרוף: דאָס פֿאַראייביקן אין זײַנע ווערק דעם זכר פֿון דעם גרויסן חורבן; אונדזער פּרשה דערציילט וועגן יוספֿס פּאַסירונגען און אומוואַנדלונגען פֿון זינט ער איז אַוועקגענומען געוואָרן פֿון זײַן פֿאָטערס היים און זײַן פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ קנעכט, ביז זײַן דערהייבונג באַשטימט צו ווערן ווי דער משנה־למלך פֿון מצרים.
לעצטנס, האָט דער וויצע־פּרעמיער פֿון ישׂראל, אַבֿיגדור ליבערמאַן, באַזוכט קעשענעוו. געקומען איז ער מיט אַן אומאָפֿיציעלן וויזיט, און די דאָזיקע ידיעה האָט זיך פֿאַרשפּרייט מינדלעך, נישט דורך דער מעדיאַ. די באַגעגעניש מיט די אָרטיקע אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער ייִדיש־רוסישער צײַטונג "ייִדיש שטעטל". אין אַ געוויסן זין ווערט די גאַנצע קולטור־וועלט אַ סך מער "דעמאָקראַטיש", די ייִדישע קולטורוועלט, בתוכם, אַ דאַנק דער נײַער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע. ווער סע וויל קען אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אין דער באַליבטער וועבזײַט "יוטוב" (youtube.com) , אויף וועלכער מע קען קוקן קורצע ווידעאָ־פֿילמען. אויף דער וועבזײַט טרעפֿט מען אַ ברייטע גאַמע "שאַפֿונגען" — פֿון דער העכסטער קוואַליטעט ביז גאַנץ פּראָסטע, וואָס ס׳איז אַ שאָד די צײַט זיי צו זען.
בליומע קאָטיק (1908—1968)
וועגן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָוויטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש וואָס האָט קיין מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קיין מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט".
אַב. קאַהאַן, וואָס האָט באַשטימט די ליטעראַרישע פּאָליטיק פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ הייסער אָנהענגער פֿון רעאַליזם. וועגן דעם האָט ער זיך אַרויסגעזאָגט צענדליקער, צי אַפֿילו הונדערטער, מאָל. למשל, אין 1905 האָט ער געשריבן: "דער הײַנטיקער רעאַליזם איז פֿאַראינטערעסירט אין ווירקלעכן לעבן — אין דעם לעבן גופֿא, מיט זײַנע דערשײַנונגען, ווי זיי שטייען און גייען. ... די לעבעדיקייט און ריכטיקייט פֿון דעם געשילדערטן לעבן — דאָס איז די הויפּטזאַך".
די דרעזדענער "וואָך" פֿון ייִדישער מוזיק און טעאַטער (ווי אויך ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, מאָלערײַ אאַז״וו) איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ ניט־פּאָליטישער, ריין קינסטלערישער פֿעסטיוואַל. און אַזוי איז עס, קען מען זאָגן, געווען און געבליבן ביזן הײַנטיקן יאָר. דאָס מאָל האָט די פּאָליטיק אַרויסגעקוקט פֿון יעדן ווינקל אין זאַל און אויף דער בינע; און ניט אַזוי פֿון די פּיעסעס, לידער און לייענונגען, ווי אין קאָפּ און אין האַרצן בײַ די אַרטיסטן און דעם צושויער. צוויי פֿאַקטן, ווי צוויי וועגווײַזערס, האָבן באַשטימט די געדאַנקען און די עמאָציעס: דער ניט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקטער (אָדער נאָך ניט פֿאַרענדיקטער?) צווייטער ישׂראל־לבֿנונישער קריג, און דער רעזולטאַט פֿון די וואַלן דעם 17טן סעפּטעמבער אין דעם "דײַטשן בערווינקל" מעקלענבורג־פּאָמעראַניע (Meklenburg-Pomeranie); שוין דאָס צווייטע לאַנד אין דער בונדעס־רעפּובליק, וווּ אין דעם פּאַרלאַמענט זײַנען אַרײַן דעפּוטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער NDP־פּאַרטיי. אין זאַקסען, גענויער געזאָגט אין דרעזדען, זיצן די נעאָ־נאַציסטן אין דעם לאַנדטאַג שוין פֿולע צוויי יאָר. מיט אַ חודש צוריק האָט זיך געדרוקט אינעם מאָדע־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" אַ רעצעפּט פֿאַר אַ ברויט, וואָס מע דאַרף אין גאַנצן נישט קנעטן. איך האָב עס געוואָלט אויספּרוּוון, נאָר כ׳האָב געדאַרפֿט צו ערשט קויפֿן די ריכטיקע כּלי, אין וועלכער צו באַקן דאָס ברויט. דער מחבר פֿונעם רעצעפּט האָט געהייסן ניצן אַ שווער־וואָגיקן טאָפּ פֿון 6 ביז 8 קוואָרט (צווישן 5.5 און 7.5 ליטער) מיט אַ דעקל, און רעקאָמענדירט, אַז דער טאָפּ זאָל זײַן געמאַכט פֿון טשוגון, קעראַמיק, אַ לאַקירטן שטאָף אָדער אַ שווער גלאָז, וואָס מע קען אַרײַנשטעלן אין אויוון (פֿון דער פֿירמע Pyrex). |