װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)

אין אַ געוויסן זין ווערט די גאַנצע קולטור־וועלט אַ סך מער "דעמאָקראַטיש", די ייִדישע קולטורוועלט, בתוכם, אַ דאַנק דער נײַער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע. ווער סע וויל קען אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אין דער באַליבטער וועבזײַט "יוטוב" (youtube.com) , אויף וועלכער מע קען קוקן קורצע ווידעאָ־פֿילמען. אויף דער וועבזײַט טרעפֿט מען אַ ברייטע גאַמע "שאַפֿונגען" — פֿון דער העכסטער קוואַליטעט ביז גאַנץ פּראָסטע, וואָס ס׳איז אַ שאָד די צײַט זיי צו זען.

ווען מע זוכט אויף "יוטוב" די ווידעאָס, וועלכע האָבן אַ שײַכות מיט ייִדיש , עפֿנט זיך אַ וועלט, אָדער אַפֿילו וועלטעלעך, פֿון משפּחות, קינסטלער, טעלעוויזיע־סטאַנציעס און סתּם פֿאַרדרייטע, וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן די מי צו שאַפֿן ווידעאָס אויף, אָדער וועגן, מאַמע־לשון. די באַטייליקטע ווילן, געוויינטלעך, אַז אַ ברייטער עולם זאָל אויך זען זייער אַרבעט.

איינער פֿון די ערשטע ווידעאָס וואָס מע געפֿינט, האָט אַרײַנגעשיקט אַ מיטל־יעריקער ייִד, אירווין פֿרייזער. אין אַ טונקל באַלויכטענעם צימער, זינגט ער מיט האַרץ, אָבער קוים מיט דער ריכטיקער מעלאָדיע, "מײַן שטעטעלע בעלץ" און "שיין ווי די לבֿנה". פֿאַר וואָס טרעט אויף פֿרייזער, אַ נישט־פּראָפֿעסיאָנעלער זינגער, און ווי מע זעט אויך, נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלער ווידעאָגראַף, פֿאַר אַן עולם? נו, דעם ענטפֿער אויף די פֿראַגעס וועט מען אפֿשר קיין מאָל נישט וויסן, ווײַל קיין ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן אים און זײַן פֿאָרשטעלונג איז נישט פֿאַראַן אויפֿן עקראַן. בלײַבט עס אַ מיסטעריע. אַזוינע מיסטעריעס געפֿינען זיך אָן אַ שיעור אויף "יוטוב." מע קען אויך זען אויף דעם וועבזײַטל ווי אַ יונגע פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין, "עלס", זינגט אַ חורבן־ליד אויף ייִדיש פֿון דער בינע מיט אַן אָרקעסטער. ווער איז די "עלס"? אפֿשר אַ בעלגישע זינגערין, אָבער, צום באַדויערן, קען מען נישט אויסגעפֿינען מער וועגן איר דורך דער וועבזײַט.

"יוטוב", ווי די אינטערנעץ בכלל, קען אויך צוזאַמענפֿירן אַלטע חבֿרים, וועלכע האָבן זיך שוין לאַנג נישט געזען. דער פֿילאַדעלפֿיער ייִדישיסט, מרדכי אַלשער, אַן אַלטער באַקאַנטער, רעציטירט אויף אַ ווידעאָ, שלום־עליכמס "מיסטער גרין האָט אַ דזשאַב", לכּבֿוד שלום־עליכמס יאָרצײַט. די ווידעאָס, וועלכע מע געפֿינט אויף "יוטוב" קענען אויך געבן אַ בליק אַרײַן אין אינטימע, אָפֿט רירנדיקע, משפּחה־סצענעס. אין איינער אַזאַ סצענע זעט מען ווי אַ רוסיש־ייִדישע מומע, גאָלדע, זינגט פֿראַגמענטן פֿון ייִדישע לידער וואָס זי דערמאָנט זיך.

פֿון ישׂראל שטאַמען, מסתּמא, די אינטערעסאַנטסטע ווידעאָס. אויף איין סאַטירישער טעלעוויזיע־פּראָגראַם קען מען זען עטלעכע סצענעס פֿון אַ חרדישער פּערזענלעכקייט, "ספּײַדערמענטש" (שפּינמענטש) . דאָס איז אַ "סופּערהעלד" מיט באָרד און פּיאות אָנגעטאָן ווי אַ שפּין, וואָס רעדט און זינגט נאָר אויף ייִדיש. פֿאַרן צוקוקער אין אַמעריקע איז די סאַטירע פֿונעם חרדישן ייִד און זײַן שפּראַך נישט אָנגענעם, אָבער די פּראָגראַם גיט אַ בליק אויף דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און איר צעשפּליטערטקייט אין פֿרומע און פֿרײַע סעקטאָרן.

אָבער אַנדערע ייִדישע ווידעאָס פֿון ישׂראל אויף "יוטוב", באַציִען זיך מער ערנסט צו ייִדיש, אָן חוזק. מע קען זען ווי "ייִדישפּיל"־אַקטיאָרן טרעטן אויף אין אַ מושב־זקנים, מע זעט גוט־געמאַכטע רעקלאַמעס אויף דער ישׂראל־טעלעוויזיע אויף ייִדיש (אמת זיי מאַכן אַ ביסל חוזק פֿון ייִדיש, אָבער זיי זענען געמאַכט מיט ליבע, און זענען פֿאָרט קאָמיש). נאָך אַ שאַפֿונג איז פֿון דער קולטור־גרופּע "יונג־ייִדיש", וועלכע האָט צוזאַמענגעשטעלט אַ פֿילם וואָס באַשטייט פֿון בילדער פֿון די הילעס פֿון ייִדישע ביכער, בשעת מענדי כּהן לייענט איציק מאַנגערס ליד "איך האָב יאָרן געוואַנדערט".

מיט דער צײַט וועט "יוטוב" ווערן אַן אוצר פֿון אַ גרויסער היסטאָרישער ווערט. דערווײַל קען מען זען סצענעס ווי די אַלטע אַמעריקאַנער קלעזמאָרים, די ברידער עפּשטיין, שפּילן געוויסע לידער. ווען משפּחות וועלן אַרײַנשיקן אַלטע פֿילמען פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין אייראָפּע און אין דער נײַער היים, וועט מען האָבן נאָך מער אויף וואָס צו קוקן.

"יוטוב" גיט אויך אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט דער אַרבעט פֿון קינסטלער וואָס הייבן ערשט אָן עפּעס נײַעס, עקספּערימענטירן מיט נײַע פֿאָרמען, אָדער מיט אַ נײַער שפּראַך (ייִדיש). מאַקס כּהנס אַנימירטער פֿילם אויף ייִדיש, "די מעשׂה פֿון דער ציג", איז אַ באַאַרבעטונג פֿון ש. עגנונס דערציילונג. זי ווערט איבערגעגעבן מיט פּשוטע ליניעס און אַמאַטאָרן־ אַקטיאָרן, אָבער האָט עפּעס רירנדיקס אין זיך.

דורך "יוטוב" קענען משפּחות אָפּגעבן כּבֿוד זייערע קרובֿים, אָדער באַקאַנטע קולטור־טוערס אין דער ייִדישער סבֿיבה. פֿיל ראָזענבאַום איז אַן אייניקל פֿון פּינחס גאָלדהאַר, דער באַקאַנטער פּויליש־אויסטראַלישער ייִדישער שרײַבער. אין זײַן 6־מינוטיקן ווידעאָ — "גאָלהאַר פּלאַץ" — באַשרײַבט ראָזענבאַום זײַן באַציִונג צום זיידן און גיט אַן אַרײַנפֿיר וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון גאָלדהאַרן. אַנדערע ווידעאָס זענען טאַקע רעקלאַמעס, אָבער זיי האָבן אויך אַ ווערט. מע קען דאָך זיך גוט באַקענען מיט קלעזמער־קאַפּעליעס און ייִדישע זינגער, איידער מע קויפֿט זייערע רעקאָרדירונגען.

די וועלט פֿון "יוטוב" הייבט ערשט אָן צו וואַקסן און וועט זיכער ווערן אַ וויכטיקער מקור פֿון ייִדישע שאַפֿונגען און זייער פֿאַרשפּרייטונג אין דער צוקונפֿט. לאָמיר האָפֿן אַז אַזאַ "דעמאָקראַטישע" וועבזײַט וועט דערפֿירן צו אַ נײַער שאַפֿערישקייט אין אונדזער קולטור.