בליומע קאָטיק (1908—1968)
און אירע באַרימטע אָבֿות
וועגן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָוויטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש וואָס האָט קיין מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קיין מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט".
די ווערטער דערמאָן איך אַנטקעגן דעם, ווײַל אין 1941, ווען די נאַצישע האָרדעס האָבן אָנגעהויבן אײַננעמען אַ שטאָט נאָך אַ שטאָט, האָט דער דאַן שוין באַוווּסטער פֿילאָלאָג, איינער פֿון די גרעסטע ייִדיש־קענער, אלי פֿאַלקאָוויטש, געבעטן און געפֿאָדערט מען זאָל אים בליצשנעל נעמען אין אַרמיי און טאַקע גלײַך אויפֿן פֿראָנט.
בליומע קאָטיק |
זומער 1942 איז פֿאַלקאָוויטש אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן אין די הענט. אַ צעבלוטיקטער, אונטער די קלעפּ פֿון די ביקסן־קאָלבעס, איז ער געטריבן געוואָרן אין געפֿאַנגענשאַפֿט, אָבער גלײַך אויפֿן אָרט האָט מען אים ניט דערשאָסן. זײַן אויסזען האָט קיין חשד ניט אַרויסגערופֿן. ער איז געווען אַ העל־האָריקער, אויך די פּנים־שטריכן האָבן ניט געלאָזט אין אים צו דערקענען אַ ייִד.
פֿאַרשפּאַרט האָט מען די געפֿאַנגענע אין אַ גרויסן שפּײַכלער און בײַ דער טיר אַוועקגעשטעלט אַ וואַכמאַן, באַוואָפֿנט מיט אַן אויטאָמאַט. שפּעט אין אָוונט האָט דער סאָלדאַט פֿאַלקאָוויטש אַ טאָרקע געטאָן זײַן שכן, אַ קאַפּיטאַן, וואָס האָט שוין באַוויזן אַראָפּצורײַסן זײַנע קאָמאַנדיר־סימנים פֿונעם קעלנערל, און שטיל אַ שעפּטשע געטאָן: "ביז די פֿראָנט־ליניע איז נאָענט, דאַרף מען אַנטלויפֿן". דער ענטפֿער איז געווען: "ניין, ניין. דאָס וועט זיך אונדז ניט אײַנגעבן, און אַלע וועלן מיר אומקומען".
אָן איינצלהייטן, ווי דאָס איז געשען, נאָר אין דער זעלבער נאַכט האָט זיך פֿאַלקאָוויטשן אײַנגעגעבן צו ראַטעווען ניט נאָר זיך אַליין, נאָר נאָך זעכצן סאָלדאַטן און זייער קאָמאַנדיר. נסימדיק, נאָר ער איז לעבן פֿאַרבליבן. די לאַנדשאַפֿט איז אים געווען גוט באַקאַנט, ווײַל דאָ, אין די מקומות, האָט ער געקעמפֿט אין האַרבסט 1941. דאַן איז די רויטע אַרמיי אָפּגעטראָטן און ניט ווײַט פֿון דאַנען זײַנען אומגעקומען פֿינף מאָסקווער ייִדישע שרײַבער, ווי ער, אָפּאָלטשענצעס (פֿרײַוויליקע פֿאָלקס־שוץ).
דער קריגס־געפֿאַנגענער פֿאַלקאָוויטש האָט, אויף וויפֿל זײַנע אויגן האָבן פֿאַרכאַפּט, פֿאַרגעדענקט די ערטער, וווּ ס’זײַנען געווען צעשטעלט די גוט פֿאַרמאַסקירטע דײַטשישע פֿײַערנעסטן, טאַנקען, האַרמאַטן, קוילנוואַרפֿער. אָנגעטראָפֿן האָט ער צוריק אין זײַן מיליטער־טייל, און זײַן קאָמאַנדיר, וואָס האָט אים אויסגעהערט, האָט מיטגעטיילט דער הויכער "נאַטשאַלסטווע", אַז דער סאַניטאַר רופֿט אַרויס צוטרוי און אַלץ, וואָס ער האָט אים מיטגעטיילט, איז אמת.
ס’האָט נאָך ניט אָנגעהויבן צו טאָגן, בעת פֿאַלקאָוויטש, גייענדיקן פֿאָרויס, האָט געוויזן דעם וועג אַ רויט־אַרמיייִשן אינפֿאַנטעריע־פּאָלק. אין גיכן האָט דער "סאָוואינפֿאָרמביוראָ" מיטגעטיילט וועגן אַ באַזונדער געלונגענער מיליטערישער אָפּעראַציע, ווען אַ היפּשע צאָל דײַטשישע סאָלדאַטן זײַנען אומגעריכט אַרומגערינגלט און פֿאַרניכטעט געוואָרן.
אין די מיליטער־טיילן האָט מען געלייענט דעם אוקאַז פֿונעם פּרעזידיום פֿונעם אויבער־ראַט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד וועגן באַלוינען דעם רויט־אַרמייער פֿאַלקאָוויטש מיטן סאַמע העכסטן מלוכה־אָרדן. נאָך אַ באַפֿעל, וואָס אַזוינס טרעפֿט זעלטן, האָט מען אים, אַ געוויינלעכן סאָלדאַט, צוגעאייגנט דעם ראַנג פֿון אַ קאַפּיטאַן.
וועגן א. פֿאַלקאָוויטשעס אומגעהערטן העלדנטאַט האָט אין דער צענטראַלער צײַטונג Правда (אמת) מיטגעטיילט דער סאַמע באַוווּסטער מלחמה־קאָרעספּאָנדענט איליאַ ערענבורג (1891—1967). דעם אַרטיקל האָבן איבערגעדרוקט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן הונדערטער צײַטונגען. די גוטע בשׂורה האָט דעם ייִדישן לייענער אונטערגעטראָגן דוד בערגעלסאָן אין דער צײַטונג "אייניקייט".
איך שרײַב און קלער, צי איז באַרעכטיקט אַזאַ אָפּווענדונג פֿון מײַן טעמע? מיר שײַנט, אַז ס׳איז יאָ באַרעכטיקט. קוים האָט אַ געלערנטער, וואָס איז שוין אין די יאָרן, דורכגעמאַכט אַזאַ העראָיִשן מלחמה־וועג, פֿאַרדינט ער עס און מיר מעגן זיך מיט אים גרויסן. איז נאָך עטלעכע שורות וועגן א. פֿאַלקאָוויטשעס ווײַטערדיקע פֿראָנט־וועגן.
אונדזער ייִדישער פֿילאָלאָג האָט אויך גלענצנדיק באַהערשט די דײַטשישע שפּראַך, האָט ער אויסער זײַן געווער, באַקומען אַ הילכער און פֿון די שוצגראָבנס, וואָס זײַנען געווען די סאַמע נאָעטסטע צו דער פֿראָנט־ליניע, פֿלעגט ער זיך "דורכריידן" מיט די דײַטשישע סאָלדאַטן. ניט זעלטן פֿלעגן זיי ענטפֿערן ניט מיט קיין ווערטער, נאָר מיט קוילן, גראַנאַטן.
אַזאַ געפֿערלעכע מיסיע האָט זיך ניט געקענט לאַנג ציִען. בעת איינעם אַזאַ געשפּרעך, האָט אַ דײַטשישער אָפֿיציר אויך מיט דער הילף פֿון אַ הילכער אויסגעשריִען:
— ווי איך פֿאַרשטיי, ביסטו פֿון די ניט־אַסימילירטע פֿאָלקס־דויטשען. איז ניט מיר צו אײַך, נאָר דו דאַרפֿסט זיך צו אונדז אַריבערקלײַבן. אויב ניט, וועלן מיר זיך מיט דיר צערעכענען ווי מיט די ייִדן.
וואָס דער "פֿאָלקס־דויטשע" אלי פֿאַלקאָוויטש האָט אָפּגעענטפֿערט דעם דײַטשישן אָפֿיציר ווייס איך ניט. ניט אין דעם טאָג, נאָר שפּעטער, איז ער אַזוי שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, אַז צו דער מיליטערישער דינסט האָט ער שוין מער ניט געטויגט.
זומער 1944, נאָך דעם ווי מײַן פּאַרטיזאַנער־פּאָלק האָט זיך פֿאַראייניקט מיט דער רויטער אַרמיי, בין איך אויף אַ קורצער צײַט געקומען קיין מאָסקווע. ווען איך בין אַרײַן אין "עמעס"־פֿאַרלאַג האָב איך זיך גלײַך געלאָזט צום גרויסן צימער, וווּ ס’האָבן געאַרבעט די רעדאַקטאָרן. די טיר איז געווען ניט צוגעמאַכט, בין איך אַרײַנגעגאַנגען און שטילערהייט שטיין געבליבן בײַ דער שוועל. אין דרײַען זײַנען זיי געזעסן אַרום פֿאַלקאָוויטשעס טיש און געווען איז מען אַזוי פֿאַרטאָן, אַז קיינער האָט מיך ניט באַמערקט.
אין פֿאַרלאַג האָט מען געוווּסט, אַז אין אָקטאָבער 1941 בין איך אין די שלאַכטן הינטער מאָסקווע אומגעקומען, און דאָ... בליומע קאָטיק האָט קינדעריש־פֿאַרחידושט זיך צעוויינט. אַבֿרהם פֿרומקין האָט מיך ברידערלעך צוגעדריקט צו זיך און געהאַלטן אין איין איבערחזרן: "מיך האָט מען אויך געהאַלטן פֿאַר אַן אומגעקומענעם, מיך אויך"...
אלי פֿאַלקאָוויטש איז אויפֿגעשטאַנען פֿון זײַן בענקל און ווי מיר וואָלטן זיך ערשט נעכטן צעשיידט, האָט ער מיר דערלאַנגט אַ האַנט און מיט אַן אָלימפּיש־רויִקער שטים וואָס דריקט, דאַכט זיך, גאָרניט אויס, אַ זאָג געטאָן: "ס’איז, חבֿר לעוו, גוט וואָס מיר האָבן אײַך אַ לעבעדיקן".
בײַ מײַן אַוועקגיין האָט ער מיך אַ ביסעלע באַגלייט און שוין שטייענדיק אויפֿן שמאָלן טראָטואַר, אַ זאָג געטאָן: "אויב איר האָט ניט וווּ צו נעכטיקן איז פֿאַרשרײַבט מײַן אַדרעס, — און גלײַך אַ פֿראַגע: — און ווי איז בײַ אײַך מיט געלט? ערשט נעכטן האָבן מיר באַקומען געהאַלט, און איך האָב נאָך קיין קאָפּיקע ניט אויסגעגעבן. זאָרגט זיך ניט. איר וועט מיר אָפּגעבן, איז ווי?"
מײַן ענטפֿער: "אַ דאַנק, נאָר איך נייטיק זיך ניט אין גאָרניט" — האָט אים ניט געשטערט אַרויסנעמען פֿון זײַן בלאָקנאָטל אַ בלעטל (דאַן איז געווען אַ גרויסער דוחק אין פּאַפּיר, האָט מען זיך צוגעוווינט צו שרײַבן מיט קליינע אותיותלעך) און אַזוי באַשריבן און דערקלערט ווי זיך צו דערקלײַבן צו זײַן גאַס און הויז, אַז אַפֿילו אַ בלינדער וואָלט, דאַכט זיך, אָן עמעצנס הילף געקענט אַהין אָנטרעפֿן.
בײַ אלי פֿאַלקאָוויטשן, דעם אויסגעצייכנטן רעדנער, האָט צו מאָל זײַן האַרץ גערעדט בעסער ווי זײַן מויל. אויך זײַן בליק האָט געהאַט פֿיל צו זאָגן. זײַן אויסזען: ער איז געווען גוט פֿאָרמירט, שטענדיק אָנגעטאָן בגדי־יום־טובֿדיק און מעגלעך דערפֿאַר האָט ער אויסגעזען ייִנגער פֿון זײַנען יאָרן.
ווי אַ רעדאַקטאָר, האָט פֿאַלקאָוויטש געקענט נאָכגעבן אַ מחבר, נאָר די פֿרײַהייט איז געווען אַ באַגרענעצטע. פֿון אַלעמען האָט ער געפֿאָדערט שטרענג אָפּצוהיטן די גראַמאַטישע כּללים. זײַן שפּראַך האָט זיך אויסגעטיילט מיט קורצקייט, שפּאָרעוודיקייט. זי איז געווען אַ דעסטיליזירטע און איינצײַטיק אַ נאַטירלעכע.
חידושן זיך איז ניטאָ וואָס. קודם־כּל, איז ער מיט אַלע זײַנע גלידער געווען אַ פּעדאַגאָג מיט אַן אַנאַליטישן געדאַנקען־גאַנג, טיפֿער לאָגיק און דורכגעטראַכטקייט. אויסער שפּראַך, האָט ער מיט זײַנע סטודענטן געקנעלט גוטסקייט, מענטשלעכקייט, זיטלעכע זויבערקייט. ער איז געווען דער מחבר פֿון אַזוינע וויכטיקע לערנביכער, ווי גראַמאַטיק פֿאַר דערוואַקסענע, פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אין די 20ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. הויך איז אָפּגעשאַצט געוואָרן זײַן לערנבוך ייִדיש — פֿאָנעטיק, לעקסיק און גראַמאַטיק (1940), און אין געציילטע טעג ווי די מלחמה איז אויסגעבראָכן, אָנהייב יוני 1941, דערשײַנט אונטער זײַן רעדאַקציע אַ רוסיש־ייִדיש ווערטערביכל (טיראַזש — 20 טויזנט עקזעמפּלאַרן).
אין 1960 — אַ בוך אין רוסיש Искусство лектора (די קונסט פֿון אַ לעקטאָר), וואָס איז גלײַך געוואָרן אַ בעסטסעלער. 100 טויזנט עקזעמפּלאַרן זײַנען פֿאַר געציילטע טעג אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן. פֿאַר דעם ערשטן נומער "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט ער געבראַכט אַן עסיי "אָפּשײַ פֿאַרן לשון" מיט פֿיל בײַשפּילן, ווי מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם האָבן אָן אויפֿהער גערייניקט און אויסגעבעסערט זייער שפּראַך.
פֿאָרמעל, האָט א.פֿאַלקאָוויטש זיך מער ניט פֿאַרנומען מיט רעדאַקטור, נאָר מחברים, וואָס האָבן זיך באַצויגן צום ייִדישן וואָרט מיט גרויס ייִראת־הכּבֿוד, פֿלעגן, צו ערשט, באַווײַזן אים זייערע מאַנוסקריפּטן, און געוויינלעך מיט דאַנקבאַרקייט אָננעמען זײַנע באַמערקונגען.
אלי פֿאַלקאָוויטש האָט געגלייבט אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש און ביזן סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער ממשיך געווען זיך צו פֿאַרנעמען מיט זײַן באַליבטן געביט — ייִדישע פֿילאָלאָגיע.
אַבֿרהם פֿרומקין (1896—1961)
ווען איך שרײַב מײַנע "זקנישע נאָטיצן" לעב איך אין דער זעלבער צײַט מיט די מענטשן וועגן וועלכע איך דערצייל. אין די שעהען באַקומט זיך ווי עמעצער וואָלט מיט אַ כּישוף־שטעקעלע מיך ייִנגער געמאַכט אויף ניט איין צענדליק יאָר. איך זע מײַנע העלדן ווי זיי וואָלטן נאָך הײַנט זײַן לעבעדיקע. זאָל עס אײַך ניט חידושן, נאָר אַ גוטער זכּרון איז גאָרניט אַזאַ טײַערע מציאה. דאָס דאַרף מען דערפֿילן און דאַן וועט זיך עס לאָזן אויסטײַטשן.
און נאָך אַ מערקווערדיקע זאַך, וואָס איז שוין פֿון לאַנג קיין נײַס ניט: וועגן אַ שרײַבער לאָזט זיך זאָגן, אַז די געשטאַלטן פֿון זײַן ווערק און דער מחבר אַליין זײַנען ניט אידענטיש. אַ רעדאַקטאָר איז שטענדיק אַזאַ ווי ער איז.
אַבֿרהם פֿרומקין האָט געהערט צו די פֿילזײַטיקסטע און אינטערעסאַנטסטע רעדאַקטאָרן, וואָס לאָזן זיך ניט פֿאַרגעסן. פֿון אים האָט קיינער קיין מאָל קיין בייז וואָרט ניט געהערט. ער האָט באַצויבערט מיט זײַן וויסן, אָפֿנקייט, אויפֿריכטיקייט, מיט זײַן אָפּשײַ און אָפֿט ליבע צום מחבר. זײַן קרעדאָ: אַ רעדאַקטאָר מוז אויף וויפֿל דאָס איז נאָר מעגלעך, אויסמײַדן חילוקי־דעות מיטן מחבר. ער דאַרף אַרויסזאָגן, נאָר ניט אָנבינדן זײַן מיינונג. אַליין האָט ער זיך געהיט אָנצורירן די ווערדע פֿון דעם שאַפֿער. עפּעס ענדערן אין טעקסט האָט ער זיך דערלויבט נאָר דאַן, ווען קיין אַנדער אויסוועג איז ניט געווען.
אין יענע יאָרן, און אפֿשר גיכער נאָך הײַנט, איז פֿרומקין מיט זײַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו קינסטלערישער פּראָזע געווען ווי אַ ליטעראַרישער נס. ווי קיינער ניט האָט ער געקענט דערגרייכן אַ פֿולע האַרמאָניע צווישן דעם שרײַבער און זײַן רעדאַקטאָר. מען האָט געגלייבט אין זײַן רײַפֿער מײַסטערשאַפֿט, ערלעכקייט, גוטוויליקייט, אין זײַן קינסטלערישן געשמאַק.
דאָ שטערט ניט צו דערמאָנען, אַז פֿרומקין איז אַליין געווען אַ פּראָזאַיִקער. הײַנט איז מיר שווער צו זאָגן ווי ס’איז גרינטלעך געווען זײַן שרײַבערישער באַרוף. מײַנע ביכער האָבן ערשט געדאַרפֿט אָנגעשריבן ווערן, ווען ער האָט זיך שוין געדרוקט אין די זשורנאַלן "די רויטע וועלט", "סאָוועטיש", אין זאַמלבוך "היימלאַנד" און אין נאָך פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס.
ווי מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, איז אַ. פֿרומקין געווען דער זעלביקער בקי אין ייִדיש, עבֿרית און רוסיש. ער איז געווען דער רעדאַקטאָר און קאָמענטאַטאָר פֿון שלום־עליכמס "געזאַמלטע ווערק", דער צונויפֿשטעלער און קאָמענטאַטאָר פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס און י. ל. פּרצעס אויסגעוויילטע ווערק. אַפֿילו פֿאַרייִדישטע אַנטלײַונגען פֿון העברעיִש פֿלעגט אויסקומען צו דערקלערן. דער לייענער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿלעגט זיי אָפֿט ניט פֿאַרשטיין אָדער אָננעמען גאָר אַנדערש ווי אין דעם מקורדיקן פֿאָנעטישן אויסלייג. פֿאַרגרײַזט זײַנען געווען ווערטער, פּסוקים.
ווי ער וואָלט געזעסן טאָג־און־נאַכט און געלערנט תּורה, איז פֿרומקין געווען אַ יודע־ספֿר. ס’איז ניט צום אויסדריקן אין איין זאַץ, נאָר פֿון אים האָב איך זיך פֿיל דערוווּסט ווי דער תּנ"ך האָט באַאײַנפֿלוסט די ליטעראַטור, מאָלערײַ און סקולפּטור אין גאָר דער וועלט.
מען קען פֿרעגן: פֿון וואַנען האָט זיך עס צו אים גענומען? טיילווײַז דערקלערן עס אַבֿרהמס פֿרומקינס ביאָגראַפֿישע אָנגאַבן. זײַן אויסבילדונג: צי איז ער געווען אַ ישיבֿה־בחור און געלערנט תּורה ווען ער איז שוין געווען אַ דערוואַקסענער, דאָס ווייס איך ניט. נאָר אַז בײַ זיי אין שטוב האָט מען שטרענג אָפּגעהיט אַלע ימים־טובֿים און אַליין איז ער געווען אַ פֿרום ייִנגעלע און ווי עס זעט אויס אַ פֿלײַסיקער און פֿעיִקער תּלמיד. וועגן דעם האָט ער ליב געהאַט צו דערציילן. זײַן רעד־ און לערן־שפּראַך איז געווען ניט נאָר ייִדיש. אין 1926 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, נאָר נאָך פֿריִער, אין די יאָרן 1925—1931, האָט ער שוין געאַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר אין ייִדישן סעקטאָר פֿון צענטער־פֿאַרלאַג. פֿון 1931 ביז 1948 — אין "עמעס"־פֿאַרלאַג.
די נאַצי־אָקופּאַציע איז פֿרומקינען, צום גליק, ניט אויסגעקומען אויסצופּרוּוון. אין געטאָ, לאַגערן איז ער ניט געווען, נאָר אין די יאָרן פֿון בירגערקריג, ווען ס’האָבן זיך אָנגעהויבן די שרעקלעכע שחיטות אויף ייִדן און אין יאָרן אַרום, ווי נאָר די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַזוי האָט ער אָפּגעלייגט די פּען אין אַ זײַט און גענומען אַ ביקס אין האַנט.
אַבֿרהם פֿרומקין איז געשטאָרבן מיט אַ יאָר פֿריִער ווי אין מאָסקווע האָט ווידער אָנגעהויבן דערשײַנען אַ ייִדישער זשורנאַל. זײַן ליטעראַרישע ירושה, וואָס זײַן זון האָט געבראַכט אין רעדאַקציע, איז באַשטאַנען פֿון דרײַ ניט פֿאַרעפֿנטלעכטע דערציילונגען און עפּעס ענלעכס אויף אַ גרויסן בלאָקנאָט, וווּ ניט אַלץ האָט זיך געלאָזט איבערלייענען. זײַנע נאָטיצן האָט ער אָנגערופֿן ,רעדאַקטאָרישע בעל־מלאָכישקייט".