אלי פֿאַלקאָװיטש (1898—1979)
װעגן דעם הױפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָװיטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש װאָס האָט קײן מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קײן מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט".
די װערטער דערמאָן איך אַנטקעגן דעם, װײַל אין 1941, װען די נאַצישע האָרדעס האָבן אָנגעהױבן אײַננעמען אַ שטאָט נאָך אַ שטאָט, האָט דער דאַן שױן באַװוּסטער פֿילאָלאָג, אײנער פֿון די גרעסטע ייִדיש־קענער, אלי פֿאַלקאָװיטש, געבעטן און געפֿאָדערט מען זאָל אים בליצשנעל נעמען אין אַרמײ און טאַקע גלײַך אױפֿן פֿראָנט.
אלי פֿאַלקאָװיטש |
זומער 1942 איז פֿאַלקאָװיטש אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן אין די הענט. אַ צעבלוטיקטער, אונטער די קלעפּ פֿון די ביקסן־קאָלבעס, איז ער געטריבן געוואָרן אין געפֿאַנגענשאַפֿט, אָבער גלײַך אױפֿן אָרט האָט מען אים ניט דערשאָסן. זײַן אױסזען האָט קײן חשד ניט אַרױסגערופֿן. ער איז געװען אַ העל־האָריקער, אױך די פּנים־שטריכן האָבן ניט געלאָזט אין אים צו דערקענען אַ ייִד.
פֿאַרשפּאַרט האָט מען די געפֿאַנגענע אין אַ גרױסן שפּײַכלער און בײַ דער טיר אַוועקגעשטעלט אַ װאַכמאַן, באַװאָפֿנט מיט אַן אױטאָמאַט. שפּעט אין אָװנט האָט דער סאָלדאַט פֿאַלקאָװיטש אַ טאָרקע געטאָן זײַן שכן, אַ קאַפּיטאַן, װאָס האָט שױן באַװיזן אַראָפּצורײַסן זײַנע קאָמאַנדיר־סימנים פֿונעם קעלנערל, און שטיל אַ שעפּטשע געטאָן: "ביז די פֿראָנט־ליניע איז נאָענט, דאַרף מען אַנטלױפֿן". דער ענטפֿער איז געװען: "נײן, נײן. דאָס װעט זיך אונדז ניט אײַנגעבן, און אַלע װעלן מיר אומקומען".
אָן אײנצלהײטן, װי דאָס איז געשען, נאָר אין דער זעלבער נאַכט האָט זיך פֿאַלקאָװיטשן אײַנגעגעבן צו ראַטעװען ניט נאָר זיך אַלײן, נאָר נאָך זעכצן סאָלדאַטן און זײער קאָמאַנדיר. נסימדיק, נאָר ער איז לעבן פֿאַרבליבן. די לאַנדשאַפֿט איז אים געװען גוט באַקאַנט, װײַל דאָ, אין די מקומות, האָט ער געקעמפֿט אין האַרבסט 1941. דאַן איז די רױטע אַרמײ אָפּגעטראָטן און ניט װײַט פֿון דאַנען זײַנען אומגעקומען פֿינף מאָסקװער ייִדישע שרײַבער, װי ער, אָפּאָלטשענצעס (פֿרײַװיליקע פֿאָלקס־שוץ).
דער קריגס־געפֿאַנגענער פֿאַלקאָװיטש האָט, אױף װיפֿל זײַנע אױגן האָבן פֿאַרכאַפּט, פֿאַרגעדענקט די ערטער, װוּ ס’זײַנען געװען צעשטעלט די גוט פֿאַרמאַסקירטע דײַטשישע פֿײַערנעסטן, טאַנקען, האַרמאַטן, קױלנװאַרפֿער. אָנגעטראָפֿן האָט ער צוריק אין זײַן מיליטער־טײל, און זײַן קאָמאַנדיר, װאָס האָט אים אױסגעהערט, האָט מיטגעטײלט דער הױכער "נאַטשאַלסטװע", אַז דער סאַניטאַר רופֿט אַרױס צוטרױ און אַלץ, װאָס ער האָט אים מיטגעטײלט, איז אמת.
ס’האָט נאָך ניט אָנגעהױבן צו טאָגן, בעת פֿאַלקאָװיטש, גייענדיקן פֿאָרױס, האָט געוויזן דעם וועג אַ רױט־אַרמײיִשן אינפֿאַנטעריע־פּאָלק. אין גיכן האָט דער "סאָװאינפֿאָרמביוראָ" מיטגעטײלט װעגן אַ באַזונדער געלונגענער מיליטערישער אָפּעראַציע, װען אַ היפּשע צאָל דײַטשישע סאָלדאַטן זײַנען אומגעריכט אַרומגערינגלט און פֿאַרניכטעט געװאָרן.
אין די מיליטער־טײלן האָט מען געלײענט דעם אוקאַז פֿונעם פּרעזידיום פֿונעם אױבער־ראַט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד װעגן באַלױנען דעם רױט־אַרמײער פֿאַלקאָװיטש מיטן סאַמע העכסטן מלוכה־אָרדן. נאָך אַ באַפֿעל, װאָס אַזױנס טרעפֿט זעלטן, האָט מען אים, אַ געװײנלעכן סאָלדאַט, צוגעאײגנט דעם ראַנג פֿון אַ קאַפּיטאַן.
װעגן א. פֿאַלקאָװיטשעס אומגעהערטן העלדנטאַט האָט אין דער צענטראַלער צײַטונג Правда (אמת) מיטגעטײלט דער סאַמע באַװוּסטער מלחמה־קאָרעספּאָנדענט איליאַ ערענבורג (1891—1967). דעם אַרטיקל האָבן איבערגעדרוקט אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן הונדערטער צײַטונגען. די גוטע בשׂורה האָט דעם ייִדישן לײענער אונטערגעטראָגן דוד בערגעלסאָן אין דער צײַטונג "אײניקײט".
איך שרײַב און קלער, צי איז באַרעכטיקט אַזאַ אָפּװענדונג פֿון מײַן טעמע? מיר שײַנט, אַז ס׳איז יאָ באַרעכטיקט. קױם האָט אַ געלערנטער, װאָס איז שױן אין די יאָרן, דורכגעמאַכט אַזאַ העראָיִשן מלחמה־וועג, פֿאַרדינט ער עס און מיר מעגן זיך מיט אים גרױסן. איז נאָך עטלעכע שורות װעגן א. פֿאַלקאָװיטשעס װײַטערדיקע פֿראָנט־װעגן.
אונדזער ייִדישער פֿילאָלאָג האָט אױך גלענצנדיק באַהערשט די דײַטשישע שפּראַך, האָט ער אױסער זײַן געװער, באַקומען אַ הילכער און פֿון די שוצגראָבנס, װאָס זײַנען געװען די סאַמע נאָעטסטע צו דער פֿראָנט־ליניע, פֿלעגט ער זיך "דורכרײדן" מיט די דײַטשישע סאָלדאַטן. ניט זעלטן פֿלעגן זײ ענטפֿערן ניט מיט קײן װערטער, נאָר מיט קױלן, גראַנאַטן.
אַזאַ געפֿערלעכע מיסיע האָט זיך ניט געקענט לאַנג ציִען. בעת אײנעם אַזאַ געשפּרעך, האָט אַ דײַטשישער אָפֿיציר אױך מיט דער הילף פֿון אַ הילכער אױסגעשריִען:
— װי איך פֿאַרשטײ, ביסטו פֿון די ניט־אַסימילירטע פֿאָלקס־דױטשען. איז ניט מיר צו אײַך, נאָר דו דאַרפֿסט זיך צו אונדז אַריבערקלײַבן. אױב ניט, װעלן מיר זיך מיט דיר צערעכענען װי מיט די ייִדן.
װאָס דער "פֿאָלקס־דױטשע" אלי פֿאַלקאָװיטש האָט אָפּגעענטפֿערט דעם דײַטשישן אָפֿיציר ווייס איך ניט. ניט אין דעם טאָג, נאָר שפּעטער, איז ער אַזױ שװער פֿאַרװוּנדיקט געװאָרן, אַז צו דער מיליטערישער דינסט האָט ער שױן מער ניט געטױגט.
זומער 1944, נאָך דעם װי מײַן פּאַרטיזאַנער־פּאָלק האָט זיך פֿאַראײניקט מיט דער רױטער אַרמײ, בין איך אױף אַ קורצער צײַט געקומען קײן מאָסקװע. װען איך בין אַרײַן אין "עמעס"־פֿאַרלאַג האָב איך זיך גלײַך געלאָזט צום גרױסן צימער, װוּ ס’האָבן געאַרבעט די רעדאַקטאָרן. די טיר איז געװען ניט צוגעמאַכט, בין איך אַרײַנגעגאַנגען און שטילערהײט שטײן געבליבן בײַ דער שװעל. אין דרײַען זײַנען זײ געזעסן אַרום פֿאַלקאָװיטשעס טיש און געװען איז מען אַזױ פֿאַרטאָן, אַז קײנער האָט מיך ניט באַמערקט.
אין פֿאַרלאַג האָט מען געװוּסט, אַז אין אָקטאָבער 1941 בין איך אין די שלאַכטן הינטער מאָסקװע אומגעקומען, און דאָ... בליומע קאָטיק האָט קינדעריש־פֿאַרחידושט זיך צעװײנט. אַבֿרהם פֿרומקין האָט מיך ברידערלעך צוגעדריקט צו זיך און געהאַלטן אין אײן איבערחזרן: "מיך האָט מען אױך געהאַלטן פֿאַר אַן אומגעקומענעם, מיך אױך"...
אלי פֿאַלקאָװיטש איז אױפֿגעשטאַנען פֿון זײַן בענקל און װי מיר װאָלטן זיך ערשט נעכטן צעשײדט, האָט ער מיר דערלאַנגט אַ האַנט און מיט אַן אָלימפּיש־רויִקער שטים װאָס דריקט, דאַכט זיך, גאָרניט אױס, אַ זאָג געטאָן: "ס’איז, חבֿר לעװ, גוט װאָס מיר האָבן אײַך אַ לעבעדיקן".
בײַ מײַן אַװעקגײן האָט ער מיך אַ ביסעלע באַגלײט און שױן שטײענדיק אױפֿן שמאָלן טראָטואַר, אַ זאָג געטאָן: "אױב איר האָט ניט װוּ צו נעכטיקן איז פֿאַרשרײַבט מײַן אַדרעס, — און גלײַך אַ פֿראַגע: — און װי איז בײַ אײַך מיט געלט? ערשט נעכטן האָבן מיר באַקומען געהאַלט, און איך האָב נאָך קײן קאָפּיקע ניט אױסגעגעבן. זאָרגט זיך ניט. איר װעט מיר אָפּגעבן, איז װי?"
מײַן ענטפֿער: "אַ דאַנק, נאָר איך נײטיק זיך ניט אין גאָרניט" — האָט אים ניט געשטערט אַרױסנעמען פֿון זײַן בלאָקנאָטל אַ בלעטל (דאַן איז געװען אַ גרױסער דוחק אין פּאַפּיר, האָט מען זיך צוגעװױנט צו שרײַבן מיט קלײנע אותיותלעך) און אַזױ באַשריבן און דערקלערט װי זיך צו דערקלײַבן צו זײַן גאַס און הױז, אַז אַפֿילו אַ בלינדער װאָלט, דאַכט זיך, אָן עמעצנס הילף געקענט אַהין אָנטרעפֿן.
בײַ אלי פֿאַלקאָװיטשן, דעם אױסגעצײכנטן רעדנער, האָט צו מאָל זײַן האַרץ גערעדט בעסער װי זײַן מױל. אױך זײַן בליק האָט געהאַט פֿיל צו זאָגן. זײַן אױסזען: ער איז געװען גוט פֿאָרמירט, שטענדיק אָנגעטאָן בגדי־יום־טובֿדיק און מעגלעך דערפֿאַר האָט ער אױסגעזען ייִנגער פֿון זײַנען יאָרן.
װי אַ רעדאַקטאָר, האָט פֿאַלקאָװיטש געקענט נאָכגעבן אַ מחבר, נאָר די פֿרײַהײט איז געװען אַ באַגרענעצטע. פֿון אַלעמען האָט ער געפֿאָדערט שטרענג אָפּצוהיטן די גראַמאַטישע כּללים. זײַן שפּראַך האָט זיך אױסגעטײלט מיט קורצקײט, שפּאָרעװדיקײט. זי איז געװען אַ דעסטיליזירטע און אײנצײַטיק אַ נאַטירלעכע.
חידושן זיך איז ניטאָ װאָס. קודם־כּל, איז ער מיט אַלע זײַנע גלידער געװען אַ פּעדאַגאָג מיט אַן אַנאַליטישן געדאַנקען־גאַנג, טיפֿער לאָגיק און דורכגעטראַכטקײט. אױסער שפּראַך, האָט ער מיט זײַנע סטודענטן געקנעלט גוטסקײט, מענטשלעכקײט, זיטלעכע זױבערקײט. ער איז געװען דער מחבר פֿון אַזױנע װיכטיקע לערנביכער, װי גראַמאַטיק פֿאַר דערװאַקסענע, פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אין די 20ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. הױך איז אָפּגעשאַצט געװאָרן זײַן לערנבוך ייִדיש — פֿאָנעטיק, לעקסיק און גראַמאַטיק (1940), און אין געצײלטע טעג װי די מלחמה איז אױסגעבראָכן, אָנהײב יוני 1941, דערשײַנט אונטער זײַן רעדאַקציע אַ רוסיש־ייִדיש װערטערביכל (טיראַזש — 20 טױזנט עקזעמפּלאַרן).
אין 1960 — אַ בוך אין רוסיש Искусство лектора (די קונסט פֿון אַ לעקטאָר), װאָס איז גלײַך געװאָרן אַ בעסטסעלער. 100 טױזנט עקזעמפּלאַרן זײַנען פֿאַר געצײלטע טעג אױספֿאַרקױפֿט געװאָרן. פֿאַר דעם ערשטן נומער "סאָװעטיש הײמלאַנד" האָט ער געבראַכט אַן עסײ "אָפּשײַ פֿאַרן לשון" מיט פֿיל בײַשפּילן, װי מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם האָבן אָן אױפֿהער גערײניקט און אױסגעבעסערט זײער שפּראַך.
פֿאָרמעל, האָט א.פֿאַלקאָװיטש זיך מער ניט פֿאַרנומען מיט רעדאַקטור, נאָר מחברים, װאָס האָבן זיך באַצױגן צום ייִדישן װאָרט מיט גרױס ייִראת־הכּבֿוד, פֿלעגן, צו ערשט, באַװײַזן אים זײערע מאַנוסקריפּטן, און געװײנלעך מיט דאַנקבאַרקײט אָננעמען זײַנע באַמערקונגען.
אלי פֿאַלקאָװיטש האָט געגלײבט אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש און ביזן סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער ממשיך געװען זיך צו פֿאַרנעמען מיט זײַן באַליבטן געביט — ייִדישע פֿילאָלאָגיע.
אַבֿרהם פֿרומקין (1896—1961)
װען איך שרײַב מײַנע "זקנישע נאָטיצן" לעב איך אין דער זעלבער צײַט מיט די מענטשן װעגן װעלכע איך דערצײל. אין די שעהען באַקומט זיך װי עמעצער װאָלט מיט אַ כּישוף־שטעקעלע מיך ייִנגער געמאַכט אױף ניט אײן צענדליק יאָר. איך זע מײַנע העלדן װי זײ װאָלטן נאָך הײַנט זײַן לעבעדיקע. זאָל עס אײַך ניט חידושן, נאָר אַ גוטער זכּרון איז גאָרניט אַזאַ טײַערע מציאה. דאָס דאַרף מען דערפֿילן און דאַן װעט זיך עס לאָזן אױסטײַטשן.
און נאָך אַ מערקװערדיקע זאַך, װאָס איז שױן פֿון לאַנג קײן נײַס ניט: װעגן אַ שרײַבער לאָזט זיך זאָגן, אַז די געשטאַלטן פֿון זײַן װערק און דער מחבר אַלײן זײַנען ניט אידענטיש. אַ רעדאַקטאָר איז שטענדיק אַזאַ װי ער איז.
אַבֿרהם פֿרומקין האָט געהערט צו די פֿילזײַטיקסטע און אינטערעסאַנטסטע רעדאַקטאָרן, װאָס לאָזן זיך ניט פֿאַרגעסן. פֿון אים האָט קײנער קײן מאָל קײן בײז װאָרט ניט געהערט. ער האָט באַצױבערט מיט זײַן װיסן, אָפֿנקײט, אױפֿריכטיקײט, מיט זײַן אָפּשײַ און אָפֿט ליבע צום מחבר. זײַן קרעדאָ: אַ רעדאַקטאָר מוז אױף װיפֿל דאָס איז נאָר מעגלעך, אױסמײַדן חילוקי־דעות מיטן מחבר. ער דאַרף אַרױסזאָגן, נאָר ניט אָנבינדן זײַן מײנונג. אַלײן האָט ער זיך געהיט אָנצורירן די װערדע פֿון דעם שאַפֿער. עפּעס ענדערן אין טעקסט האָט ער זיך דערלױבט נאָר דאַן, װען קײן אַנדער אױסװעג איז ניט געװען.
אין יענע יאָרן, און אפֿשר גיכער נאָך הײַנט, איז פֿרומקין מיט זײַן אײגנאַרטיקן צוגאַנג צו קינסטלערישער פּראָזע געװען װי אַ ליטעראַרישער נס. װי קײנער ניט האָט ער געקענט דערגרײכן אַ פֿולע האַרמאָניע צװישן דעם שרײַבער און זײַן רעדאַקטאָר. מען האָט געגלײבט אין זײַן רײַפֿער מײַסטערשאַפֿט, ערלעכקײט, גוטװיליקײט, אין זײַן קינסטלערישן געשמאַק.
דאָ שטערט ניט צו דערמאָנען, אַז פֿרומקין איז אַלײן געװען אַ פּראָזאַיִקער. הײַנט איז מיר שװער צו זאָגן װי ס’איז גרינטלעך געװען זײַן שרײַבערישער באַרוף. מײַנע ביכער האָבן ערשט געדאַרפֿט אָנגעשריבן װערן, װען ער האָט זיך שױן געדרוקט אין די זשורנאַלן "די רױטע װעלט", "סאָװעטיש", אין זאַמלבוך "הײמלאַנד" און אין נאָך פֿאַרשײדענע אױסגאַבעס.
װי מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, איז אַ. פֿרומקין געװען דער זעלביקער בקי אין ייִדיש, עבֿרית און רוסיש. ער איז געװען דער רעדאַקטאָר און קאָמענטאַטאָר פֿון שלום־עליכמס "געזאַמלטע װערק", דער צונױפֿשטעלער און קאָמענטאַטאָר פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס און י. ל. פּרצעס אױסגעװײלטע װערק. אַפֿילו פֿאַרייִדישטע אַנטלײַונגען פֿון העברעיִש פֿלעגט אױסקומען צו דערקלערן. דער לײענער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿלעגט זײ אָפֿט ניט פֿאַרשטײן אָדער אָננעמען גאָר אַנדערש װי אין דעם מקורדיקן פֿאָנעטישן אױסלײג. פֿאַרגרײַזט זײַנען געװען װערטער, פּסוקים.
װי ער װאָלט געזעסן טאָג־און־נאַכט און געלערנט תּורה, איז פֿרומקין געװען אַ יודע־ספֿר. ס’איז ניט צום אױסדריקן אין אײן זאַץ, נאָר פֿון אים האָב איך זיך פֿיל דערװוּסט װי דער תּנ"ך האָט באַאײַנפֿלוסט די ליטעראַטור, מאָלערײַ און סקולפּטור אין גאָר דער װעלט.
מען קען פֿרעגן: פֿון װאַנען האָט זיך עס צו אים גענומען? טײלװײַז דערקלערן עס אַבֿרהמס פֿרומקינס ביאָגראַפֿישע אָנגאַבן. זײַן אױסבילדונג: צי איז ער געװען אַ ישיבֿה־בחור און געלערנט תּורה װען ער איז שױן געװען אַ דערװאַקסענער, דאָס װײס איך ניט. נאָר אַז בײַ זײ אין שטוב האָט מען שטרענג אָפּגעהיט אַלע ימים־טובֿים און אַלײן איז ער געװען אַ פֿרום ייִנגעלע און װי עס זעט אױס אַ פֿלײַסיקער און פֿעיִקער תּלמיד. װעגן דעם האָט ער ליב געהאַט צו דערצײלן. זײַן רעד־ און לערן־שפּראַך איז געװען ניט נאָר ייִדיש. אין 1926 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם מאָסקװער מלוכה־אוניװערסיטעט, נאָר נאָך פֿריִער, אין די יאָרן 1925—1931, האָט ער שױן געאַרבעט װי אַ רעדאַקטאָר אין ייִדישן סעקטאָר פֿון צענטער־פֿאַרלאַג. פֿון 1931 ביז 1948 — אין "עמעס"־פֿאַרלאַג.
די נאַצי־אָקופּאַציע איז פֿרומקינען, צום גליק, ניט אױסגעקומען אױסצופּרוּװן. אין געטאָ, לאַגערן איז ער ניט געװען, נאָר אין די יאָרן פֿון בירגערקריג, װען ס’האָבן זיך אָנגעהױבן די שרעקלעכע שחיטות אױף ייִדן און אין יאָרן אַרום, װי נאָר די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַזױ האָט ער אָפּגעלײגט די פּען אין אַ זײַט און גענומען אַ ביקס אין האַנט.
אַבֿרהם פֿרומקין איז געשטאָרבן מיט אַ יאָר פֿריִער װי אין מאָסקװע האָט װידער אָנגעהױבן דערשײַנען אַ ייִדישער זשורנאַל. זײַן ליטעראַרישע ירושה, װאָס זײַן זון האָט געבראַכט אין רעדאַקציע, איז באַשטאַנען פֿון דרײַ ניט פֿאַרעפֿנטלעכטע דערצײלונגען און עפּעס ענלעכס אױף אַ גרױסן בלאָקנאָט, װוּ ניט אַלץ האָט זיך געלאָזט איבערלײענען. זײַנע נאָטיצן האָט ער אָנגערופֿן ,רעדאַקטאָרישע בעל־מלאָכישקײט".