מױני שולמאַן
װער זשע איז געװען מױני שולמאַן, װאָס כּמעט אַלע אָנגעזעענע פּראָזאַיִקער האָבן זיך צו אים באַצױגן מיט אַזױ פֿיל אָפּשײַ און אַפֿילו ליבע?
געװאַקסן איז ער אין אַ דורכױס ייִדישער שטוב און, ניט געקוקט אױף די פֿאַרװיסטונגען, װאָס האָבן זיך אָנגעהױבן נאָך אין די דרײַסיקער יאָרן, האָט ער שטענדיק געטענהט, אַז כּל־זמן ייִדן זײַנען פֿאַרשפּרײט איבער גאָר דער װעלט װעט אונדזער לשון ניט אונטערגײן.
למען־האמת מוז מען זאָגן, אַז אָט דער שײנער מענטש און גרױסער בקי פֿון קינסטלערישן װאָרט האָט פֿאַרמאָגט װײַט ניט קײן גרינגן כאַראַקטער. געװען איז ער אַ ספּילטשעװער, אַ גרױסער ליבהאָבער אַרײַנצוטרעטן אין הײסע שטרײַטן; און שרײַבער, װאָס אין שפּראַך זײַנען זײ געװען ניט קײן גרױסע קענער (געצײלטע, נאָר אױך אַזױנע זײַנען געװען), האָבן מורא געהאַט פֿאַר זײַנע שאַרפֿע אַרײַנזאָגענישן. זײ האָט זיך געדאַכט, אַז בלױז בײַ זײ זוכט ער און געפֿינט טעותן.
מױני שולמאַן |
לױט דער נאַטור אַ שפּאָרעװדיקער, װאָס לעבט מיט חשבון, אַ גרױסער קמצן, אָבער בלױז בנוגע זיך אַלײן און חס־וחלילה, אַז עמעצער זאָל װעגן דעם דערמאָנען, אָדער גאָר אױסגעבן אױף אים אַ גראָשן.
קינדװײַז האָט מױני שולמאַן איבערגעלעבט די פּאָגראָמען, װעלכע האָבן זיך אים אױף שטענדיק אײַנגעקריצט אין זכּרון. אין זײַן אַרכיװ איז עס די ערשטע פֿאַרנאָטירונג. דער אָריגינאַל איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן. אױפֿגעשטעלט פֿון ס׳נײַ — אין סוף פֿון די פֿערציקער. זעט אױס, אַז אױך די צײַט האָט אים דערמאָנט אין יענע יאָרן.
נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿון דעם אומאַנער בױ־טעכניקום, קומט ער אָן װי אַ שול־לערער און מיט דערפֿאָלג קנעלט ער מיט זײַנע תּלמידים מאַמע־לשון. נאָך דער מלחמה האָט ער אין קיִעװ אױסגעזוכט זײַן אַלטיטשקן לערער, װאָס װעט אים דערנאָך אָנשרײַבן: "...ביז הײַנט געדענק איך דײַן שול־אױפֿזאַץ אױף אַ פֿרײַער טעמע, און אָנגעשפּיקעװעטע מיט ניט קײן קינדערישע געדאַנקען. איך געדענק אַפֿילו דײַנע זײער שײנע קאַליגראַפֿישע אותיותלעך, מיט װעלכע דו האָסט געשריבן אין דער װאַנטצײַטונג".
אין כאַרקאָװ, דער דעמאָלטיקער הױפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע, דרוקן זיך זײַנע ערשטע צײַטונג־נאָטיצן, אַרטיקלען, װאָס נעמען אױס בײַם עולם און אין גיכן װערט ער אײַנגעלאַדן אױף סטאַבילער אַרבעט אין "יונגע גװאַרדיע" (1924—1936). נאָכן פֿאַרמאַכן די צײַטונג קומט ער אָן אין קיִעװער זשורנאַל "דער שטערן" (כאַרקאָװ-קיִעװ, 1925—1941). די מלחמה טרעפֿט אים אין לװאָװ, װוּהין ער איז געשיקט געוואָרן װי אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט. זײַן לעצטער מאַטעריאַל, װאָס ער האָט געדאַרפֿט אָפּשיקן אין דער צײַטונג, האָט זיך בײַ אים פֿאַרהיט. שױן ניט געװען װעמען און װוּהין צו שיקן.
אין קריגס־צײַטן איז ער כּמעט פֿון די ערשטע ביז די לעצטע טעג — אױפֿן פֿראָנט. אין ראַנג פֿון אַן עלטערן לײטענאַנט דעמאָביליזירט ער זיך און אין דער מאָסקװער צײַטונג "אײניקײט" װאַרט מען שױן אױף דעם נײַעם פֿאַרװאַלטער פֿון אַן אָפּטײל.
פֿון 1961 רעדאַקטירט ער די פּראָזע אין זשורנאַל "סאָװעטיש הײמלאַנד". ניט װײניק מחברים האָבן פֿון אים אױסגעהערט אָן אַ צאָל גיפֿטיקע באַמערקונגען װעגן געשליפֿנקײט פֿון סטיל און נאָך, נאָך... זײַן רעדאַקטאָריש אױג פֿלעגט גאָרנישט דורכלאָזן. ציטערנדיק איבער עפּעס אַ װאָרט האָט ער געקענט אין אַ מאַנוסקריפּט מיט ברען מעקן, מעקן און אין אַ טאָג אַרום, אָפּװעגנדיק אַלע "פֿאַר" און "קעגן" װידער אױפֿשטעלן די אױסגעמעקטע װערטער, שורות און אַ מאָל גאַנצע זאַצן.
אַזױ האָט שולמאַן רעדאַקטירט מאַנוסקריפּטן פֿון באַװוּסטע שרײַבער און אָנפֿאַנגער. גראָד צו די לעצטע איז ער געװען אַ סך װײכער. די מערהײט זײַנען דאָס געװען זײַנע תּלמידים אױף די העכסטע קורסן בײַם ליטעראַרישן אינסטיטוט און אין הומאַניטאַרן אוניװערסיטעט אין מאָסקװע.
װאָס ס׳האָט זיך ניט פֿאַרהיט אין זײַן אַרכיװ איז, אַ װעלכער ניט איז דיפּלאָם, אַז ער האָט פֿאַרענדיקט אַ לערן־אַנשטאַלט, כאָטש מיט זײַן גאַנצער טעטיקײט האָט ער דערװיזן, אַז אָן קײן שום װיסנשאַפֿטלעכע שטופֿעס פֿאַרמאָגט ער אַלע אַטריבוטן פֿון אַן עכטן געלערנטן. באַזונדער איז עס צו באַמערקן בײַ זײַן צוגרײטן צום דרוק דעם רוסיש־ייִדישן װערטערבוך (מאָסקװע, 1984).
צו דער צײַט האָבן, לײדער, שױן ניט געלעבט די צונױפֿשטעלער פֿונעם װערטערבוך, די קאַנדידאַטן פֿון פֿילאָלאָגישע װיסנשאַפֿטן ראובֿן לערנער (1912—1972), חײם לױצקער (1898—1970), משה מײַדאַנסקי (1900—1973), משה שפּיראָ (1899—1973), ניט דער אָנפֿירער זײערער, דער מיטגליד־קאָרעספּאָנדענט פֿון דער אוקראַיִנישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, אלי ספּיװאַק. קײן אַנדער קענער פֿון ייִדיש, װאָס װאָלט זיך געקענט ספּראַװען מיט אַזאַ שװערער און פֿאַראַנטװאָרטלעכער אַרבעט איז אין לאַנד שױן ניט געװען.
אַ שאָד, אױב ס׳װעלן ניט זײַן פֿאַרהיט די אַרכיװ־מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט אָט דער אַרבעט. הײַנט די לעקסיקאָגראַפֿישע ביכער מיט װאָרט־אוצרות, װעלכע זײַנען שױן איצט ניט צום קױפֿן און כּמעט ניט צו קריגן אַפֿילו אין די גרעסטע ביבליאָטעקן.
מױני שולמאַן איז געװען דער לעצטער ייִדישער סטיליסטישער רעדאַקטאָר און מעגלעך, אַז ניט נאָר אין דעם געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אױך צו מײַנע דרײַ דערשינענע ביכער האָט ער צוגעלײגט אַ גוטע האַנט.
איך גריבל זיך אין זײַן אַרכיװ. לײען די פֿילצאָליקע בריװ, װאָס די מערהײט פֿון זײ פֿאַרמאָגן אַ ליטעראַרישע װערט און װאָלטן באַדאַרפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט װערן. דאָס, פֿאַרשטײ איך, איז שױן, לײדער, ניט צום פֿאַרװירקלעכן און דערפֿאַר ברענג איך נאָר אַזױנע אױסצוגן, װאָס כאַראַקטעריזירן שולמאַנען װי אַ מענטש און רעדאַקטאָר.
פֿון אלי שעכטמאַנס (1908—1996) בריװ, דאַטירט — 27.01.1968:
"כּמעט 40 יאָר װי מיר גײען מיט דיר פֿון דער ׳יונגער גװאַרדיע׳ ביז ׳סאָװעטיש הײמלאַנד׳ — אױף אײנעם און דעם זעלבן װעג — אױף זײער אַ שװערן װעג און אױף אַזאַ װעג איז גוט צו װיסן, אַז בײַ דער זײַט גײט אַ חבֿר, װאָס אין אַ שװערער שעה װעט ער דיך אונטערהאַלטן. אױף דער עלטער דאַרף מען האָבן אַן אַלטן פֿרײַנד און אַלטן װײַן..."
אלי שעכטמאַן איז געװען פֿון די שרײַבער, װאָס פֿלעגן בשום־אופֿן ניט אײַנגײן מען זאָל אָן זייער הסכּמה ענדערן און װער רעדט שױן אַרױסנעמען אַ װאָרט. דער אײנציקער רעדאַקטאָר, װעמען ער האָט פֿאַרטרױט זײַנע מאַנוסקריפּטן, איז געװען מויני שולמאַן.
פֿון נתן זאַבאַרע (1908—1975), דאַטירט — 06.05.1965:
"...מױני טײַערער! דו ביסט דאָך פֿאָרט דער אײנציקער בײַ מיר צו װעמען איך האָב צוטרױ, און דרך־ארץ, און אַכטונג, און ליבע און נאָך אַ סך אַנדערע גוטע געפֿילן. און איצט װעגן מײַן דערצײלונג, װאָס איך האָב איבערגעלאָזט אין רעדאַקציע. אױב נאָר זי געפֿעלט דיר װאָלט איך זײער געװאָלט, אַז דו זאָלסט זי רעדאַקטירן".
פֿון מאיר חרץ (1912—1993), דאַטירט — 12.12.1962:
"...איר זײַט אַן ערלעכער, געװיסנהאַפֿטער און גראַמאָטנער רעדאַקטאָר".
פֿון איציק קיפּניסעס (1896—1974) בריװ, געשריבן אין פֿאַרשײדענע יאָרן:
"...מיר איז ליב צו פֿילן אײַער פֿרײַנדשאַפֿט"
און:
"איר װײַזט מיר אַרױס שײנע װאַרעמע פֿרײַנדשאַפֿט. בײַ מיר איז עס זײער אָנגעלײגט. (ס׳איז איצטיקע צײַטן אין אַ גרױסן דעפֿיציט)".
און נאָך אַ בריװעלע פֿון איציק קיפּניסן און ס׳װאָלט אַװדאי גוט געװען, װען יעדער מחבר זאָל קענען אַזױ אױפֿנעמען די קריטיק פֿון אַ דערפֿאַרענעם רעדאַקטאָר. אַזאַ ענטפֿער איז אַ זעלטנקײט.
"טײַערער ח׳ שולמאַן! איך האָב אַרױסגעקוקט אױף אײַערע בריװ. אין די װינציקע שורות האָט איר מיר געגעבן אַן אױספֿירלעכן ענטפֿער... אױך דער נעגאַטיװער אָפּרוף װעגן מײַנע דרײַ זאַכעלעך איז מיר טײַער, װײַל איך גלײב אײַך..."
קיִעװ, 01.02.1968
פֿון מאַרק ראַזומני, ריגע, 12.08.1980
"ליבער מױני שולמאַן!
זינט יענעם טאָג, װען אונדזער אַלגעמײנער פֿרײַנד, מישע לעװ, האָט אַרױפֿגעלײגט אױף מײַן טיש אײַער רוסיש־ייִדישן װערטערבוך, הער איך ניט אױף זיך צו שפּיגלען און פֿאַרטיפֿן אין אָט דעם װוּנדערלעכן ספֿר. איך געפֿין אין אים אַלץ נײַע שײנקײטן און רײַכקײטן. דאָס איז אַן ענציקלאָפּעדיע, אַ לעבעדיקער קװאַל, אין װעלכן עס שפּיגלט מיט אַלע חנען און פֿאַרבן אונדזער טײַער ייִדיש.
אין טיפֿער גערירטקײט מערק איך אָפּ אײַער גרױסן אױפֿטו און בענטש אײַך דערפֿאַר, װאָס איר האָט מיט אײַער אומדערמידלעכער שעפֿערישקײט און אײַער גרענעצלאָזער ליבע און איבערגעגעבנקײט צו אונדזער מאַמע־לשון געקרױנט דעם דאָזיקן גראַנדיעזן בנין".
און פֿאַר װאָס ניט איבערחזרן אַזױנע װערטער, געשריבן פֿון יעקבֿ יאַקיר (1908—1980) דאַטע — 07.05.1967
"חשובֿער מױני שולמאַן! זע איך אײַער פּערלדיקן כּתבֿ, דוכט מיר, אַז איך זע דעם שײנעם, פֿירגענומענעם יונגער־מאַן, װאָס איז װי צװײ טראָפּן ענלעך אױף יענע סאַמעטנע ייִדישע אינטעליגענטן פֿון יענער צײַט?.."