|
מאָסקווער ביכער־יריד פֿון דער אינטעלעקטועלער ליטעראַטור — ״non/fiction״ |
|
אין די אַלטע סאָוועטישע צײַטן איז דער מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יריד געווען אַ זעלטענע געשעעניש — דאָס איינציקע פֿענצטערל אין דער וועלט־קולטור, וואָס האָט דערמעגלעכט אַ קוק צו טאָן אויף דער ביכער־פּראָדוקציע פֿון אַנדערע לענדער. די ייִדישע קולטורעלע, רעליגיעזע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ישׂראל און אַמעריקע האָבן זיך זייער קונציק באַנוצט מיט דער דאָזיקער מעגלעכקייט, כּדי אויפֿצושטעלן קאָנטאַקטן מיט סאָוועטישע ייִדן.
מ׳פֿלעגט ברענגען קיין מאָסקווע כּלערליי ביכער אויף פֿאַרשידענע טעמעס און זיי אַרויסשטעלן פֿאַרן נײַגעריקן סאָוועטישן עולם. בײַם אַרײַנגאַנג אין די ייִדישע אָפּטיילן זײַנען תּמיד געשטאַנען די סאַמע לענגסטע רייען, ווײַל מ׳פֿלעגט אַרײַנגיין, אָבער ניט אַרויסגיין. די נײַגעריקע באַזוכער האָבן געבלעטערט אין די ביכער, געמאַכט נאָטיצן פֿאַר זיך, און געשמועסט מיט די פֿאָרשטייער פֿון די ייִדישע פֿאַרלאַגן און קולטורעלע אַנשטאַלטן. דאָ האָט מען געקאָנט כאַפּן אַ וואָרט אויף עבֿרית און ייִדיש, אויספֿרעגן די געסט וועגן די נײַעס פֿון דער ייִדישער קולטור, אָדער דערציילן וועגן אייגענע אינטערעסן. דער מאָסקווער ביכער־יריד איז געווען ממש אַ יום־טובֿ פֿון ייִדישער קולטור, וואָס מען האָט דערנאָך געדענקט אַ לאַנגע צײַט.
איצט פֿאַרנעמען פֿאַרשידענע ביכער־ירידן אַ חשובֿ אָרט אינעם ליטעראַרישן לעבן פֿון רוסלאַנד, אָבער זיי האָבן ניט דעם זעלביקן טעם, ווי אַ מאָל, אין יענע יאָרן פֿונעם כראָנישן ביכער־הונגער. הײַנט זײַנען די רוסישע ביכער־קראָמען פֿול געפּאַקט מיט כּלערליי ביכער, סײַ אָריגינעלע און סײַ איבערגעזעצטע; ביכער זײַנען הײַנט בשפֿע, אָבער דער נאָכפֿרעג אויף דער ליטעראַטור־פּראָדוקציע פֿון ייִדישער טעמאַטיק איז ווײַט ניט אַזוי גרויס ווי אַ מאָל. אַזאַ מין ליטעראַטור ברענגט גאָר באַשיידענע רווחים, און ווערט כּסדר סובסידירט דורך מנדבֿים. מיט גרויס רחבֿותדיקייט האָבן די מנדבֿים אונטערגעשטיצט די פּרעזענטאַציע פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף דעם הײַיאָריקן מאָסקווער ביכער־יריד פֿון דער אינטעלעקטועלער ליטעראַטור — "non/fiction". מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער פֿונדאַציע "אַבֿי־חי" האָט דער מאָסקווער פּראָיעקט "אשכּול" אָרגאַניזירט אַ ריי פּרעזענטאַציעס, דיסקוסיעס און "רונדע טישן", וווּ מען האָט פֿאָרגעשטעלט די מאָדערנע ישׂראלדיקע און ייִדישע ליטעראַטור.
קיין מאָסקווע זײַנען געקומען די ישׂראלדיקע שרײַבער, וואָס זייערע שעפֿערישע אינטערעסן זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט רוסלאַנד. דער סאַמע באַקאַנטער צווישן זיי איז געווען מאיר שלבֿ, וואָס זײַן "רוסישער ראָמאַן" איז אָקערשט אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג. צוויי נײַע נעמען פֿאַרן רוסישן לייענער זײַנען געווען אַלונה קימחי און רעי חן. קימחיס ראָמאַנען מאָלן אויס דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿונעם הײַנטיקן תּל־אָבֿיבֿ, וווּ עס מישן זיך צונויף ייִדן און ניט־ייִדן פֿון פֿאַרשידענע לענדער און קולטורן. געבוירן אין לעמבערג, איז זי געקומען קיין ישׂראל ווי אַ קינד און שרײַבט אויף עבֿרית, אָבער רוסיש רעדט זי ווי מאַמע־לשון. רעי חן האָט דערשטוינט דעם מאָסקווער עולם מיט זײַנע טיפֿע קענטענישן פֿון רוסישער שפּראַך און ליטעראַטור. אַ ספֿרדי, אָן וואָרצלען אין רוסלאַנד, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין דער רוסישער שפּראַך און באַהערשט זי ממש ווי מאַמע־לשון. ער האָט זיך קונה שם געווען מיט זײַנע איבערזעצונגען פֿון רוסיש אויף עבֿרית און מיט זײַן אַרבעט אין טעאַטער. אַ מאָל פֿלעגן די ישׂראלדיקע שרײַבער קומען אויף די מאָסקווער ביכער־ירידן מיט פּראָפּאַגאַנדע־צילן; איצט קומען זיי מיט מער פּראַקטישע כּוונות׃ זיי זוכן נײַע פֿאַרלעגער און לייענער פֿאַר זייערע ווערק.
דער פֿאַרלאַג "נײַער ליטעראַרישער רעוויו", וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף דער פֿײַנשמעקערישער און אינטעלעקטועלער ליטעראַטור, האָט דורכגעפֿירט אַ "רונדן טיש" ווי אַ הזכּרה נאָך דעם רוסיש־ישׂראלדיקן שרײַבער אַלכּסנדר גאָלדשטיין, ע״ה. גאָלדשטיינס שעפֿערישע ירושה וועט נאָך לאַנג האָבן אַן אָפּקלאַנג אין דער רוסישער ליטעראַטור ניט בלויז אין ישׂראל, נאָר אויך אין אַנדערע תּפֿוצות פֿון דער אַמאָליקער סאָוועטישער אימפּעריע. גאָלדשטיין האָט געפֿונען אַ פּאַסיקן טאָן פֿאַר אויסדריקן דעם אומרו פֿון דער רוסיש־ייִדישער נשמה, וואָס האָט פֿאַרלוירן די אַלטע היים און קיין נײַע ניט געפֿונען. בײַם אַנדערן "רונדן טיש" איז די רייד געגאַנגען וועגן דעם גורל פֿון ייִדיש. געשמועסט האָבן דער דיכטער וועלוול טשערנין, דער קונסט־היסטאָריקער הלל קאַזאָווסקי, דער ליטעראַטור־פֿאָרשער לעאָניד קאַציס און דער שרײַבער אַסאַר עפּעל. צו דעם ביכער־יריד איז אַרויס אויף רוסיש דער נײַער ראָמאַן פֿון מיכאל פֿעלזנבאַום "שבתדיקע שוועבעלעך", וואָס האָט שוין באַקומען אַ פּאָר פּאָזיטיווע רעצענזיעס אין די רוסיש־ייִדישע אינטערנעץ־אויסגאַבעס.
ייִדיש איז אַן עקזאָטישע חיה אין דער הײַנטיקער מאָסקווע. מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָבן די אויסלענדישע געסט אויף די מאָסקווער ביכער־ירידן געקאָנט פֿרײַ שמועסן מיט אַ סך באַזוכער אויף ייִדיש. פֿאַרן נײַעם דור מאָסקווער ייִדן איז ייִדיש אַן אַלט־פֿאַרשטאָרבענע שפּראַך, וואָס איז צוטריטלעך נאָר פֿאַר יחידי־סגולה. אַפֿילו שלום־עליכם, ניט געקוקט אויף די נײַע אויסגאַבעס פֿון זײַנע ווערק אויף רוסיש, איז מער ניט קיין טייל פֿונעם קולטורעלן "קאַנאָן" פֿון רוסישע ייִדן. אַ שאָד, וואָס מען האָט ניט פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע די ייִדיש־פֿאָרשער און איבערזעצער פֿון פּעטערבורג. מיט זיי וואָלט דער שמועס וועגן ייִדיש זיך דערהויבן אויף אַ גאָר אַנדער מדרגה.