|
וואַלעריע שישקאָוואַ |
|
די דרעזדענער "וואָך" פֿון ייִדישער מוזיק און טעאַטער (ווי אויך ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, מאָלערײַ אאַז״וו) איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ ניט־פּאָליטישער, ריין קינסטלערישער פֿעסטיוואַל. און אַזוי איז עס, קען מען זאָגן, געווען און געבליבן ביזן הײַנטיקן יאָר. דאָס מאָל האָט די פּאָליטיק אַרויסגעקוקט פֿון יעדן ווינקל אין זאַל און אויף דער בינע; און ניט אַזוי פֿון די פּיעסעס, לידער און לייענונגען, ווי אין קאָפּ און אין האַרצן בײַ די אַרטיסטן און דעם צושויער. צוויי פֿאַקטן, ווי צוויי וועגווײַזערס, האָבן באַשטימט די געדאַנקען און די עמאָציעס: דער ניט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקטער (אָדער נאָך ניט פֿאַרענדיקטער?) צווייטער ישׂראל־לבֿנונישער קריג, און דער רעזולטאַט פֿון די וואַלן דעם 17טן סעפּטעמבער אין דעם "דײַטשן בערווינקל" מעקלענבורג־פּאָמעראַניע (Meklenburg-Pomeranie); שוין דאָס צווייטע לאַנד אין דער בונדעס־רעפּובליק, וווּ אין דעם פּאַרלאַמענט זײַנען אַרײַן דעפּוטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער NDP־פּאַרטיי. אין זאַקסען, גענויער געזאָגט אין דרעזדען, זיצן די נעאָ־נאַציסטן אין דעם לאַנדטאַג שוין פֿולע צוויי יאָר.
וועגן דעם האָט אין זײַן באַגריסונגס־וואָרט גערעדט בײַם דערעפֿענען דעם פֿעסטיוואַל אַנדרע בריִע, מיטגליד פֿון דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. ער האָט דערבײַ ניט פֿאַרגעסן צו באַמערקן, אַז זײַן ייִדישער זיידע און זײַן ייִדישע באָבע האָבן שוין אַ מאָל געמוזט, צוזאַמען מיט די קינדער, אַנטלויפֿן פֿון פּראָג, ווען אַהין האָבן אַרײַנמאַרשירט די דײַטשישע נאַציסטן.
"דאָ דאַרף איך קיינעם נישט דערציילן, — האָט ווײַטער געזאָגט אַנדרע בריִע, — ווי אָרעמער ס׳וואָלט געווען דײַטשלאַנד אָן די ייִדישע דיכטער און דענקער, מוזיקאַנטן, שוישפּילער, וויסנשאַפֿטלער, פּובליציסטן, אַרבעטער, אונטערנעמער; ווי אָרעמער וואָלט געווען די דײַטשישע שפּראַך אָן אירע ייִדישע און העברעיִשע וואָרט־וואָרצלען. (...) ניט לאַנג צוריק האָב איך געזען אַן אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע, פֿון אָנהייב 1943: אַ שיין פֿריילעך מיידעלע פֿון אַ יאָר פֿינף. דאָס קינד פֿאָרט אויף אַ הילצערנעם וועלאָסיפּעדל, אין דעם דרעזדענער 'יוגנטלאַגער העלעבערג’. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער איז דער 'יוגנטלאַגער’ ליקווידירט געוואָרן, און דאָס מיידעלע, אין איינעם מיט אַלע אַנדערע קינדער, וואָס האָבן נישט געטויגט צו פֿיזישער אַרבעט, זײַנען געוואָרן, נאָך אַ 'סעלעקציע’, אַוועקגעשיקט קיין אוישוויץ, וווּ אויף זיי האָבן שוין געוואַרט אין בירקענאַו די גאַזקאַמערן 'בונקער־1’ און 'בונקער־2’... איך ווייס נישט דעם נאָמען פֿונעם מיידעלע... איך ווייס, אַז איך האָב דרײַ טעכטער, וואָס די קלענסטע פֿון זיי איז הײַנט עטוואָס קלענער פֿון דעם מיידעלע אויפֿן פֿאָטאָ... יאָ, טאָלעראַנץ איז אַ גרויסע דערגרייכונג אין דער פּאָליטיק און אין די געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען, מיר דאַרפֿן זי אָפּהיטן מיט אַלע כּוחות; וואָס שליסט אָבער אויס יעדע טאָלעראַנץ צו דעם ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם".
* * *
אַז דעם פּאָליטישן אַספּעקט וועט מען דאָס מאָל ניט אויסמײַדן, האָבן שוין פֿון פֿריִער געוווּסט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פֿעסטיוואַל. זיי האָבן זיך געוואָנדן צו מיר מיט אַ פֿאָרשלאָג, זיך צו טרעפֿן אויף אַן עפֿנטלעכער דיסקוסיע, הייסט עס, בײַ איין טיש אויפֿן פּאָדיום, מיט אַן אַראַבישן שרײַבער, וועלכער לעבט שוין אַ סך יאָרן אין לײַפּציג און איז גרייט צו פֿירן אַ דיאַלאָג מיט מיר. ס’איז געווען באַשטימט די דאַטע פֿון דעם 30סטן אָקטאָבער, 19:00 אַזייגער (7:00 אָוונט), אין דער ייִדישער געמיינדע, און די דיסקוסיע האָט געדאַרפֿט ווערן, ווי מ’האָט מיר דערקלערט, די אַקטועלסטע דיסקוסיע אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל — מיט זשורנאַליסטן און די היגע פּאָליטיקער.
פּאָליטיק האָט מיך קיין מאָל ניט אינטערעסירט. אָבער נאָך דעם, וואָס איך האָב איבערגעלעבט דעם לעצטן זומער, אַנטלויפֿנדיק מיט מײַן קליין אייניקל מרים אויף די הענט פֿון עכּו (וווּ די ראַקעטן זײַנען געפֿאַלן רעכטס און לינקס פֿון מײַן הויז) — קיין רמת־גן, און פֿון רמת־גן (ווען נאַסראַלאַ האָט צוגעזאָגט צו פֿאַרשיטן מיט ראַקעטן דעם צענטער פֿון לאַנד) — קיין באר־שבֿע; נאָך דעם ווי פֿינף לאַנגע וואָכן איז מיר די נשמה אַרויסגעפֿאַלן פֿון מורא פֿאַר מײַן מאָביליזירטן זון; נאָך דעם ווי מײַן אַלטע מאַמע איז אָפּגעזעסן אין דער צעבאָמבירטער נהריה דעם גאַנצן מלחמה־חודש אין אַ קעלער און האָט שפּעטער געמוזט אָפּערירט ווערן און איז אַוועק פֿון דער וועלט, עליה־השלום, — נאָך דעם אַלעמען, האָב איך גענוג געהאַט וואָס צו זאָגן אין דײַטשלאַנד; און וואָס צו זאָגן אין דײַטשלאַנד דעם אַראַבישן שרײַבער. זײַן נאָמען איז אַדעל קאַראַשאָלי. אין דער אינטערנעץ האָב איך געפֿונען זײַן ביאָגראַפֿיע און זײַנע לידער, און בין פּשוט דערשטוינט געווען, ווי ענלעך — אויף יעדן פֿאַל, אויסערלעך — זײַנען אונזערע ביאָגראַפֿיעס, שטרעבונגען און לעבנס־דרכים.
ביידע — געבוירן געוואָרן ווי אַ "פֿרעמדער עלעמענט", ער — אין אַ קורדישער פֿאַמיליע אין סיריע, אין 1936; איך — אין אַ ייִדישער פֿאַמיליע אין רומעניע, אין 1939.
ביידע — נע־ונדניקעס: זײַן וועג — סיריע, לבֿנון, דײַטשלאַנד; מײַן וועג — בעסאַראַביע, רוסלאַנד, ישׂראל.
ביידע — צוויישפּראַכיקע אויטאָרן: ער — מיט אַראַביש און דײַטש; איך — מיט ייִדיש און רוסיש.
ביידע — פֿרי דעביוטירט אין דער דיכטונג: ער — בײַ 15 יאָר אין דמשׂק; איך — בײַ 14 יאָר אין קעשענעוו.
ביידע — דיפּלאָמירטע ליטעראַטן: ער — מיט דעם דיפּלאָם פֿון דעם לײַפּציגער "יאָהאַנעס בעכער־אינסטיטוט", וועלכן ער האָט פֿאַרענדיקט אין 1970 מיט דער באַקאַלאַווראַט־אַרבעט וועגן בערטאָלדט ברעכטס טעאַטער; איך — מיטן דיפּלאָם פֿון דעם מאָסקווער "מאַקסים גאָרקי־אינסטיטוט", וועלכן איך האָב פֿאַרענדיקט אין 1970 מיט דער באַקאַלאַווראַט־אַרבעט וועגן בערטאָלדט ברעכטס טעאַטער.
ביידע — דערפֿונען פֿאַר אונדזערע לידער די "צענטרירטע סטראָפֿיק"; בײַ אים:
און ער האָט געזאָגט
פֿאַרמאַך דײַנע אויגן
און לויף אַזוי גיך ווי לויפֿן דו קענסט..."
"אַזוי האָט גערעדט אַבדולאַ"
בײַ מיר:
אַך, דער Shop און די סאַונע, און דער פּינג־פּאָנג,
מעדיצין־מיטלען, אַנטי־
מעדיצין־מיטלען, אַנטי־
מעדיצין־אַנטימיטלען אויף צו נאַשן און דיסימילירן..."
"מענטשן אָן פֿליגל"
פּלוצעם טעלעפֿאָנירט מיר מיכאַעל ראָקשטראָ, דער פּראָיעקט־לייטער פֿון דעם פֿעסטיוואַל: אַדעל קאַראַשאָלי האָט זיך פּלוצעם אָפּגעזאָגט. בין איך אפֿשר מסכּים זיך צו טרעפֿן מיט אַ פּראָזאַיִקער, מיט יוסוף נאַאָום, אַ געבוירענער אין 1941, אין טריפּאָלי (ליביע), לעבט אין דײַטשלאַנד זינט 1983.
— מיטן רוח אַליין, — איז געווען מײַן ענטפֿער.
בקיצור, קיין איינער פֿון די עטלעכע צענדליקער אַראַבישע ליטעראַטן אין דײַטשלאַנד — אַהין אָנגעקומענע שוין מיט יאָרן צוריק פֿון מאַראָקאָ, לבֿנון, סיריע, פּאַלעסטינע, איראַק און אַנדערע מוסולמענישע לענדער, — האָט זיך ניט אָנגענומען מיט מוט אָדער ריינעם געוויסן, אָדער ניט באַקומען, אפֿשר, די דערלויבעניש...
* * *
אין דײַטשלאַנד איז די דרעזדענער "ייִדישע וואָך" ניט דער איינציקער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום פֿון "jüdischer" קולטור, אָבער דער איינציקער, דאַכט זיך, וואָס רעפּרעזענטירט אַזוי סטאַביל די "jiddische" קולטור, וועלכע באַזירט זיך אויף דער ייִדישער שפּראַך און אַשכּנזישער מענטאַליטעט.
וועגן דער "ייִדישער וואָך" און דעם דרעזדענער "Theater-Rock" מיט דעטלעף הוטשענרויטער ווי דעם לייטער און איניציאַטאָר פֿון אָט דעם יערלעכן פֿעסטיוואַל, האָב איך שוין געשריבן אין "פֿאַרווערטס" ("איציק מאַנגער אין דרעזדען", 06.08.2001), אַזוי אַז ס’איז גענוג דאָ צו זאָגן, אַז אויך דער הײַנטיקער 10טער פֿעסטיוואַל איז דורכגעטראַכט און דערפֿאָלגרײַך דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער דער לייטונג פֿון דעטלעף הוטשענרויטער און זײַן "אַלטער גוואַרדיע" — מיכאַעל ראָקשטראָ, מאַריאַנע שטיינהאַגען, דיטער קרומפּמאַן. ניט געשטאַנען אין דער זײַט זײַנען אויך די קוראַטאָריום־מיטגלידער — שטעפֿאַן דרעכסלער, יורי צאָגלין, וואַלעריאַ שישקאָוואַ, סינטיאַ שוואַב, א״אַנד.
די 10טע "ייִדישע וואָך" (וואָס האָט פֿאַקטיש געדויערט גוטע צוויי וואָכן, און אייניקע געסט זײַנען זיך צעפֿאָרן נאָך שפּעטער) איז געווען די סאַמע פּרעזענטאַטיווע פֿאַר אַלע צען יאָר. עס זײַנען פֿאָרגעשטעלט געווען כּמעט אַלע וויכטיקסטע קונסט־זשאַנערן און קולטור־ריכטונגען — טעאַטער (דראַמע, מיוזיקל, קאַבאַרעט, מאָנאָ־ספּעקטאַקל), ייִדישער קינאָ־פֿילם, געזאַנג, טאַנץ, כּלי־זמר־מוזיק, מאָלערײַ; דורכגעפֿירט געוואָרן ליטעראַרישע לייענונגען און היסטאָרישע עקסקורסיעס, און אַפֿילו "קולינאַרישע אָוונטן".
לויט די פּראָגראַם־העפֿטלעך פֿאַר אַלע 10 יאָר האָב איך דאָ צונויפֿגעשטעלט אַ מין "סטאַטיסטישן באַריכט".
אינטערעסאַנט איז צו פֿאַרגלײַכן די פּראָגראַמען פֿונעם ערשטן און דעם צענטן פֿעסטיוואַל. דעמאָלט, אין 1997, האָבן זיך אין דער "ייִדישער וואָך" באַטייליקט: איין קינסטלערישער קאָלעקטיוו — דער דרעזדענער ראָק־טעאַטער — און זעקס אַנגאַזשירטע געסט: די איבערזעצער הובערט וויט פֿון לײַפּציג און אַנדריי יענדרודש פֿון בערלין, פּראָפֿ’ קען פֿישער און דר’ בערנד שענע פֿון דרעזדען, די אקטריסע גאָלדע טענצער פֿון פּוילן און דער דיכטער לעוו בערינסקי פֿון ישׂראל. הײַנטיקס יאָר האָבן אין דער "ייִדישער וואָך" אָנטייל גענומען נײַן מוזיקאַלע און טעאַטראַלע קאָלעקטיוון און בײַ די דרײַסיק "אינדיווידועל" אַרויסטרעטנדיקע אַקטיאָרן, זינגער, מוזיקאַנטן און ליטעראַטן פֿון דײַטשלאַנד, קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, שווייץ, טשעכיע, מאָלדאָווע און ישׂראל.
בסך־הכּל האָבן זיך באַטייליקט אין דער "וואָך", במשך די 10 יאָר, מער ווי אַכציק "באַזונדערע" שאַפֿערישע פּערזענלעכקייטן פֿון 14 לענדער (פֿון 11 שטעט נאָר אין דײַטשלאַנד), און אויסער זיי — מער ווי 30 קאָלעקטיוון פֿון אייראָפּע, צפֿון־אַמעריקע און אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליקן.
אָנהייבנדיק פֿון 1996 האָבן מיט דעם דרעזדענער ראָק־טעאַטער און דעם פֿעסטיוואַל מיטגעאַרבעט: שמואל בונים, דבֿ סעלצער, יורי שערלינג, משה יאַסור, רפֿאל גאָלדוואַסער, בורקהאַרד זײַדעמאַן, לאה שלאַנגער, רות לוין, יחיאל שרײַבמאַן, חיים ביידער, יאָסט בלום, יורגען רענערט, מרים האָפֿמאַן און אַ סך אַנדערע קונסט־ און פּען־מענטשן פֿון דער ייִדישער וועלט. אויף אַדאָפּטירטן פֿאַר דעם דײַטשישן פּובליקום ייִדיש זײַנען געשטעלט געוואָרן פּיעסעס, אינסצענירונגען און מאָנאָ־ספּעקטאַקלען לויט די ווערק פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, איציק מאַנגער (אַ גאַנצע טרילאָגיע), י. באַשעוויס־זינגער, חיים ביידער, לעוו בערינסקי, מיכאל פֿעלזענבאַום.
פֿון דעם וואָס איך האָב באַוויזן צו זען און צו הערן אויף דער 10טער "ייִדישער וואָך", האָבן אויף מיר דעם בעסטן אײַנדרוק געמאַכט דאָס גראַנדיעזע מוזיק־ און געזאַנג־רעוויו פֿון דעם ניו־יאָרקער אַנסאַמבל "Brave Old World", דער מיני־קאָנצערט פֿון וואַלעריע שישקאָוואַ (דרעזדען), די בינע־סקעטשן פֿון בורקהאַרד זײַדעמאַן (בערלין), און די לייענונג פֿון זשיל ראָזיע — אַ פּרעזענטאַציע פֿון זײַן ראָמאַן "אַ ליבע אָן קיין ווידערשטאַנד" (פּאַריז).