מיט אַ חודש צוריק האָט זיך געדרוקט אינעם מאָדע־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" אַ רעצעפּט פֿאַר אַ ברויט, וואָס מע דאַרף אין גאַנצן נישט קנעטן. איך האָב עס געוואָלט אויספּרוּוון, נאָר כ׳האָב געדאַרפֿט צו ערשט קויפֿן די ריכטיקע כּלי, אין וועלכער צו באַקן דאָס ברויט. דער מחבר פֿונעם רעצעפּט האָט געהייסן ניצן אַ שווער־וואָגיקן טאָפּ פֿון 6 ביז 8 קוואָרט (צווישן 5.5 און 7.5 ליטער) מיט אַ דעקל, און רעקאָמענדירט, אַז דער טאָפּ זאָל זײַן געמאַכט פֿון טשוגון, קעראַמיק, אַ לאַקירטן שטאָף אָדער אַ שווער גלאָז, וואָס מע קען אַרײַנשטעלן אין אויוון (פֿון דער פֿירמע Pyrex).
האָב איך אָנגעקלונגען אין אַ ספּעציעלער קראָם פֿאַר בעקערס און קאָכמײַסטערס, און געפֿרעגט: "צי האָט איר אַ טאָפּ געמאַכט פֿון טשוגון, קעראַמיק, לאַק אָדער שווערער גלאָז, מיט אַ דעקל?" האָט דער קרעמער זיך צעלאַכט און געפֿרעגט: "וואָס, איר ווילט מאַכן דאָס ברויט, וואָס מע דאַרף נישט קנעטן?" אַ פּנים, אַז אַ סך אַנדערע מענטשן ניצן אויס דעם רעצעפּט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", דערפֿאַר האָט דער קרעמער שוין געהאַט אויספֿאַרקויפֿט אַלע אַזעלכע מכשירים. שפּעטער, האָב איך טאַקע באַמערקט אַ נאָטיץ אויף דער וועבזײַט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", אַז יענער אַרטיקל איז ביז הײַנט איינער פֿון די פּאָפּולערסטע (דאָס הייסט, וואָס די לייענער האָבן דורך בליצפּאָסט צום מערסטנס געשיקט זייערע באַקאַנטע) אינעם מאָדע־אָפּטייל פֿון דער צײַטונג.
הכּלל, איך האָב סוף־כּל־סוף געפֿונען אַ טשוגונענעם טאָפּ, פֿון דער פֿראַנצויזישער פֿירמע "Le Creuset" און אים קוים אַהיימגעשלעפּט, אַזוי שווער איז ער געווען. דאָס ערשטע מאָל, וואָס כ׳האָב דאָס ברויט געמאַכט, איז עס געווען נישט שלעכט. אָבער מײַן מאַן האָט געזאָגט, אַז ס׳האָט עפּעס נישט קיין ייִדישן טעם. האָט מײַנע אַ חבֿרטע פֿאָרגעלייגט כ׳זאָל צוגעבן, אַחוץ דער ווײַסער מעל, אויך קאָרנמעל (rye flour) און ראַזעווע מעל (whole wheat flour). דאָס מאָל האָט דאָס ברויט סײַ מיר, סײַ מײַן מאַן שטאַרק געשמעקט — ממש אַזוי גוט ווי דאָס ברויט וואָס מע דערלאַנגט אין די רעסטאָראַנען.
1/2־2 טעפּלעך ווײַסע מעל
1/4 טעפּל קאָרנמעל
1/4 pt טעפּל ראַזעווע מעל
1/4 לעפֿעלע הייוון
1/4־1 לעפֿעלע זאַלץ
5/8־1 טעפּל וואַרעם (אָבער נישט הייס) וואַסער
3 לעפֿל קוקורוזע־מעל, צום באַשפּרענקלען
מישט גוט אויס די ערשטע פֿינעף באַשטאַנדטיילן אין אַ גרויסער שיסל. גיסט אַרײַן דאָס וואַסער און מישט ווײַטער. די טייג וועט זײַן נאַס און קלעפּיק. דעקט צו די שיסל מיט פּלאַסטיק, און לאָזט די טייג אויפֿגיין צווישן 12 און 18 שעה, אין אַ וואַרעם אָרט, וווּ די שטוב־טעמפּעראַטור איז בערך 70 גראַד (20 צעלזיוס) און עס בלאָזט נישט קיין צוג. עס קען זײַן אין אַ פֿאַרמאַכטן, אויסגעלאָשענעם אויוון אָדער אויף אַ וואַרעמער באַהייצונג.
נאָך 12־16 שעה, וואָלטן זיך געדאַרפֿט באַווײַזן בולבעלעך (בלעזלעך) אין דער טייג — דאָס איז אַ סימן, אַז זי איז גרייט. צעשיט אַ ביסל מעל אויפֿן טיש אָדער אויפֿן וואַלגער־ברעט, און לייגט דערויף די טייג. באַשפּרענקלט אַ ביסל ווײַסע מעל אויף דער טייג, און בייגט זי איבער עטלעכע מאָל. דעקט זי צו מיט פּלאַסטיק און לאָזט שטיין 15 מינוט.
באַשטויבט די פֿינגער מיט נאָך אַ ביסל מעל, און מאַכט אַ פּילקע (באַל) פֿון דער טייג. צעשיט אויף אַ באַוועלן האַנטעכל קוקורוזע־מעל, און לייגט אַרויף די טייג. באַשפּרענקלט די טייג מיט נאָך אַ ביסל קוקורוזע־מעל. דעקט צו מיט אַ צווייטן באַוועלן האַנטעכל. לאָזט די טייג אויפֿגיין בערך 2 שעה. איר וועט וויסן, אַז זי איז גרייט, ווען די גרייס וועט פֿאַרטאָפּלט ווערן, און ווען איר שטעקט אַרײַן אַ פֿינגער אין דער טייג און זי שפּרינגט נישט גלײַך צוריק.
שטעלט אַרײַן דעם ליידיקן טאָפּ מיטן דעקל אין אויוון און הייצט אים אָן ביז 450 גראַד (232 צעלזיוס). לאָזט דעם טאָפּ אינעם הייסן אויוון אויף אַ האַלבער שעה. ווען די טייג איז גרייט, נעמט אַרויס דעם טאָפּ, און גליטשט פּאַוואָליע אַרײַן די טייג (זי וועט זײַן זייער ווייך) אינעם טאָפּ. דעקט צו דעם טאָפּ און באַקט דאָס ברויט 30 מינוט, דערנאָך נעמט אַראָפּ דאָס דעקל און באַקט נאָך אַ 20־30 מינוט, ביז דאָס ברויט ווערט האַרט און ברוין.
לאָזט דאָס ברויט זיך אָפּקילן איידער איר צעשנײַדט עס. אויב איר ווילט דאָס ברויט זאָל בלײַבן פֿריש, צעשנײַדט עס אין פֿיר חלקים. לאָזט איין חלק אין דער שטוב־טעמפּעראַטור, און האַלט די אַנדערע דרײַ — אין פֿריזער, ביז איר דאַרפֿט זיי.