משה-יעקבֿ אַדערשלעגער
משה-יעקבֿ אַדערשלעגער

אַב. קאַהאַן, וואָס האָט באַשטימט די ליטעראַרישע פּאָליטיק פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ הייסער אָנהענגער פֿון רעאַליזם. וועגן דעם האָט ער זיך אַרויסגעזאָגט צענדליקער, צי אַפֿילו הונדערטער, מאָל. למשל, אין 1905 האָט ער געשריבן: "דער הײַנטיקער רעאַליזם איז פֿאַראינטערעסירט אין ווירקלעכן לעבן — אין דעם לעבן גופֿא, מיט זײַנע דערשײַנונגען, ווי זיי שטייען און גייען. ... די לעבעדיקייט און ריכטיקייט פֿון דעם געשילדערטן לעבן — דאָס איז די הויפּטזאַך".

צווישן אַזעלכע רעאַליסטן, וועמעס ווערק זײַנען געווען צום האַרצן דעם קאַפּריזנעם שעף-רעדאַקטאָר, איז געווען דער שרײַבער משה-יעקבֿ אַדערשלעגער (1881—1940). זײַן נאָמען איז הײַנט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, כאָטש אַן אינפֿאָרמאַציע וועגן זײַן לעבן קען מען געפֿינען אין אַ צאָל ביאָגראַפֿיש-ביבליאָגראַפֿישע אויסגאַבעס.

דער קומענדיקער פּראָזאַיִקער איז געבוירן געוואָרן אין גאַליציע מיט 125 יאָר צוריק, דעם 11טן נאָוועמבער 1881. קיין אַמעריקע איז ער געקומען אין יאָר 1899. שווער געאַרבעט, און האָט וועגן זײַן דערפֿאַרונג אָנגעשריבן אין "פֿאָרווערטס". זײַן בריוו איז געפֿעלן געוואָרן קאַהאַנען, ער האָט געמוטיקט דעם קאָרעספּאָנדענט, און זינט 1905 באַווײַזן זיך אין דער צײַטונג אַדערשלעגערס דערציילונגען.

אין אַ היפּשער מאָס, דערמאָנט אַדערשלעגערס געשיכטע די ליטעראַרישע ביאָגראַפֿיעס פֿון די סאָוועטישע פּען-מענטשן, וועלכע זײַנען געקומען צו פּראָפֿעסיאָנעלער שרײַבערישער טעטיקייט דורך דער באַוועגונג פֿון די אַזוי-גערופֿענע "אַרבעטער-קאָרעספּאָנדענטן". אין יענער באַוועגונג, האָבן די רעדאַקטאָרן אויך געזוכט מיט ליכט און צוגעצויגן צום שרײַבן די ליטעראַטן-אָנהייבער, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן סימנים פֿון אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט. און נאָך איין זאַך איז געווען ענלעך: מע האָט דערוואַרט רעאַליסטישע ווערק, וואָס אַ פּשוטער לייענער האָט געקענט פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן.

אין די ביבליאָטעקן קען מען איצט געפֿינען בלויז צוויי ביכער פֿון אַדערשלעגערס דערציילונגען. אין 1910 איז אַרויס ניט קיין גרויסער באַנד, "וועלטעלעך", מיט מאָריס ראָזענפֿעלדס וואַרעמע אַרײַנפֿיר-ווערטער. אין 1941, האָט דעם שרײַבערס אַלמנה אַרויסגעגעבן אַ גרעסערע זאַמלונג, "שריפֿטן". דער דאָזיקער באַנד טראָגט דעם נומער 1, דאָס מיינט, אַז מע האָט פּלאַנירט צו האָבן, לכל-הפּחות, נאָך איין באַנד, אָבער קיין המשך האָבן די "שריפֿטן" ניט געהאַט. די אויסגאַבע פֿון 1941 האָט צוויי הקדמות — ראָזענפֿעלדס (דער זעלבער טעקסט ווי אין 1910), און קאַהאַנס.

קאַהאַנס אָפּשאַצונג איז זייער ברייטהאַרציק, אָבער מיר ווייסן ניט, צי ער איז טאַקע געווען אין גאַנצן אויפֿריכטיק בײַם אָפּשאַצן דעם פֿאַרשטאָרבענעם מחבר. לייענען מיר, אַז אַדערשלעגער האָט פֿאַרנומען אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַ הויך אָרט "אין דעם בעסטן זין פֿון די ווערטער. ער איז געווען אַ געבוירענער רעאַליסט און זײַן רעאַליזם איז געווען קונסט ווי דאָס וואָרט ווערט פֿאַרשטאַנען צווישן די אָנערקענטסטע פֿאָרשטייער פֿון בעלעטריסטיק."

איז לאָמיר אַרײַנקוקן אין אַ מוסטער פֿון אַדערשלעגערס בעלעטריסטישער קונסט. די דערציילונג "אַמעריקע..." איז געווען אָנגעשריבן אין 1908. זי ווערט דאָ געבראַכט אין אַ ביסל געקירצטער רעדאַקציע.

אַמעריקע...

שבת אין דער פֿרי.

אַ פֿאָטער מיט אַ קינד גייען צוזאַמען. פֿאָרויס גייט דער פֿאָטער, און עטלעכע טריט הינטער אים גייט נאָך דאָס קינד, אַ ייִנגל פֿון אַ יאָר עלף, וועלכער טראָגט נאָך דעם טאַטנס טלית.

גייענדיק, באַגעגנט זיך דאָס ייִנגל אויפֿן טראָטואַר מיט אַ גרופּע חבֿרים, שפּילנדיק אין קנעפּלעך. ווערט דאָס ייִנגל מיטגעריסן פֿון דער שפּיל און בלײַבט אויף אַ ווײַלע שטיין.

דער פֿאָטער קוקט זיך ענדלעך אום און, דערזעענדיק זײַן קינד אין אַ שפּיל, קומט ער צו מיט שנעלע טריט.

— וואָס איז דאָס? יעצט, ווען מע גייט דאַווענען?

און באַלד דערויף כאַפּט ער אָן זײַן תּכשיט בײַ אַן אויער און לאָזט אים אַראָפּ אַ הילכיקן פּאַטש.

אַ צעשראָקענער, בייגט זיך דאָס ייִנגל אײַן, הייבט אויף דעם טלית, וועלכער איז געבליבן ליגן אויפֿן טראָטואַר, און לאָזט זיך גיין נאָכן פֿאָטער ווי אַ פֿאַראורטיילטער.

— אום שבת? — קען זיך דער פֿאָטער ניט אײַנהאַלטן פֿון כּעס — אום שבת?...

און ניט פֿיל רעדנדיק, הילכט ווידער אַ פּאַטש.

"טו העלל וויטה יו!" ["כאַפּט דיך דער רוח!"] — טוט דער תּכשיט, אַ צערייצטער, מיט אַ מאָל אַ שלײַדער דעם טלית אָן דער ערד און, זידנדיק פֿאַר כּעס, לויפֿט ער אַוועק מיט אַן אײַנגעהאַלטענעם געוויין...

דער פֿאָטער בלײַבט שטיין ווי אַ צעשלאָגענער. ער הייבט פֿאַרשעמט אויף דעם טלית, שאָקלט טרויעריק מיטן קאָפּ און פֿאַרקוקט זיך מיט שטאַרע בליקן אין דער ריכטונג, וווּ דאָס ייִנגל איז אַוועק — קוקט מיט אַזאַ פֿאַרצווייפֿלונג, ווי אַלץ וואָס ער האָט אין זײַן לעבן געבויט, אַלץ וואָס ער האָט געהאָפֿט, וואָלט פֿאַר אים פּלוצלינג אין דער מינוט צעשטערט געוואָרן.

— אַמעריקע!... — רײַסט זיך פֿון אים בלויז אַרויס. אַ טיפֿער שמערצלעכער זיפֿץ...