די וואָך האָבן זיך אין טעהעראַן צונויפֿגענומען אויף אַ קאָנפֿערערנץ 67 פֿאַלשע מומחים (פֿאַרגלײַך מיט פֿאַלשע נבֿיאים) פֿון 30 לענדער אַרומצורעדן די טעמע וועגן חורבן. ריכטיקער, צו באַקומען די מעגלעכקייט צו דערקלערן אָפֿן דער וועלט, אַז די גאַנצע מעשׂה מיטן אומברענגען 6 מיליאָן ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז אַ בילבול, אויסגעטראַכט פֿון די ייִדן און דער מערבֿ־וועלט, כּדי אויפֿן חשבון פֿון די פּאַלעסטינער אויפֿצושטעלן אַ ייִדישע מדינה, ווי אַ מין חרטה־זשעסט לטובֿת די ייִדן.
דער איראַנער אויסערן־מיניסטער האָט אויף דער דערעפֿענונג געזאָגט, אַז, "אונדזער אויפֿגאַבע איז נישט צו באַשטעטיקן אָדער אָפּלייקענען דעם פֿאַקט פֿון האָלאָקאָסט; אָבער אויב די דאָזיקע קאָנפֿערענץ וועט דערווײַזן, אַז דער האָלאָקאָסט איז געווען אַן אויסטראַכטעניש פֿון די היסטאָריקער, טאָ פֿאַרוואָס מוזן די מוסולמענער אינעם מיטעלן מיזרח, אײַנגעשלאָסן די פּאַלעסטינער, לײַדן צוליב די נאַצישע פֿאַרברעכנס?".
צי האָט עס דער הויך־געשעצטער מיניסטער געוואָלט, צי נישט, אָבער מיט זײַנע ווערטער האָט ער אַליין באַשטעטיקט "דעם פֿאַקט פֿון האָלאָקאָסט". דהײַנו: ווײַל אויב די "מוסולמענער אינעם מיטעלן מיזרח, אײַנגעשלאָסן די פּאַלעסטינער, לײַדן צוליב די נאַצישע פֿאַרברעכנס", — ווי ער האָט עס באַטאָנט, — קומט אַרויס אַז די נאַצישע פֿאַרברעכער האָבן טאַקע אומגעבראַכט דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
פֿאַלשע מומחים אויפֿן פֿעלד פֿון דעם ייִדישן חורבן זײַנען נישט קיין נאָווינע אין די לעצטע צען־צוואַנציק יאָר (אַ פּאָר פֿון זיי זיצן אַפֿילו אין תּפֿיסה פֿאַר זייערע אַנטי־האָלאָקאָסט־"טעאָריעס"). נאָך מער: זיי זײַנען אין אַלע צײַטן געווען ענלעך איינער צום אַנדערן, ווי צוויי טראָפּנס סם. זיי האָבן קיין מאָל נישט געזוכט קיין "נײַע אַרגומענטן" אין זייערע באַווײַזן קעגן ייִדן — פֿון מיטלאַלטער ביזן הײַנטיקן טאָג.
שרעקלעכער איז דער מלוכישער אַנטיסעמיטיזם, וואָס גייט, אַגבֿ, האַנט בײַ האַנט מיט מענטשן־האַס בכלל. פֿון דער מאָדערנער געשיכטע ווייסן מיר, אַז דער חושך פֿון דער "קרישטאָלנאַכט" האָט זיך שפּעטער אַראָפּגעלאָזט איבער גאַנץ אייראָפּע.
דער מלוכישער אַנטיסעמיטיזם אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אויסגערײַפֿט אין סטאַלינס קאַבינעט, האָט זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ טאָטאַלער פֿאַרניכטונג פֿון אַנדערע סאָוועטישע פֿעלקער. און שפּעטער, שוין נאָך זײַן טויט, זיך פֿאַרשפּרייט אויף די אַזוי גערופֿענע לענדער פֿון סאָציאַליסטישן לאַגער. פּוילן און רומעניע האָבן זיך באַזונדערס אויסגעטיילט אויף דעם פֿעלד פֿון מענטשן־האַס.
דער הײַנטיקער פּרעזידענט פֿון איראַן איז אַ גוטער תּלמיד פֿון זײַנע צוויי "גרויסע לערער" — היטלער און סטאַלין. ער זוכט נישט קיין "נײַע אַרגומענטן" קעגן ייִדן; זײַן נוסח איז פּראָוואָקאַציע; עס געפֿעלט אים צו זײַן אין מיטן אַ סקאַנדאַל, וואָס ער האָט אים אַליין אַרויסגערופֿן. פּונקט ווי זײַנע "גרויסע לערער" האַלט ער, אַז יעדער סקאַנדאַל ציט צו אים צו אַ גרעסערן אינטערעס.
זײַנע רייד וועגן "אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע" (אַגבֿ, איבערגעחזרט די וואָך אויף דער אַנטי־חורבן־קאָנפֿערענץ) גרילצן טאַקע אין אויער. מיר האָבן זיך שוין אָבער נישט איין מאָל איבערצײַגט, אַז צו אַזעלכע "גרילצן" ווערט די וועלט גיך צוגעוווינט און כאַפּט זיך ערשט דעמאָלט, ווען עס ברענען נישט נאָר די ייִדישע הײַזער. שׂרפֿות און מגפֿות זײַנען נישט קיין איבערקלײַבער.
דער איראַנישער פּרעזידענט און זײַן קליקע האָבן נישט אומזיסט אַזוי שטאַרק זיך אײַנגעקלאַמערט אין דעם טראַגישסטן פֿאַקט פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע אין 20סטן יאָרהונדערט; דווקא איצט, ווען די מערבֿ־וועלט זוכט אַ וועג נישט צו דערלאָזן איראַן צום נוקלעאַרן געווער, נוצט דערווײַל אויס אַכמאַדינעדזשאַד דעם אויסגעפּרוּווטן, אוניווערסאַלן "וואָפֿן" — די שׂינאה צו ייִדן בכלל און צו ישׂראל בפֿרט. דערמיט האָפֿט ער סײַ אַרײַנצוברענגען אַ שפּאַלט אין דער מערבֿ־געזעלשאַפֿט און סײַ פֿאַראייניקן אַרום זיך די אַראַביש־מוסולמענישע וועלט.
אַכמאַדינעדזשאַד פֿאַרשטייט גוט, אַז אויב ס'וועט זיך אים אײַנגעבן אָפּצוּווישן פֿונעם מענטשלעכן זכּרון דעם אָנדענק פֿונעם חורבן, וועט ער שוין דעמאָלט פֿרײַ קאָנען מאַכן זײַנען ווײַטערדיקע טריט אויפֿן וועגן פֿון אָפּווישן פֿון דער וועלט סײַ ישׂראל און סײַ די לענדער פֿון דער אַזוי גערופֿענער מערבֿדיקע ציוויליזאַציע.