קונסט

אַ ייִדיש ייִנגלע
אַ ייִדיש ייִנגלע

פּרײַטיק דעם 8טן דעצעמבער איז אַוועק פֿון דער וועלט, אין עלטער פֿון 86 יאָר, דער באַקאַנטער קינסטלער, און די לעצטע יאָרן אויך דיכטער, משה בערנשטיין.

ער איז אַוועק פֿון אונדז אומגעריכט, נאָך אַ פּלוצעמדיקער מאָגן־אָפּעראַציע — ווײַל מיט געציילטע טעג פֿריִער איז ער נאָך געווען מיט אונדז, אַזוי ווי יעדן מאָל, אויף דעם רעגולערן צוזאַמענטרעף פֿון דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ. ער איז שוין אָבער אין יענע טעג געווען שטאַרק דערשלאָגן, צוליב זײַן שוואַכן געזונט און שלעכטער ראיה, וואָס האָבן אים נישט דערמעגלעכט מער אָנצוגיין מיט דער שאַפֿערישער שליחות, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען אין זײַן קינסטלערישן באַרוף: דאָס פֿאַראייביקן אין זײַנע ווערק דעם זכר פֿון דעם גרויסן חורבן; דאָס באַקלאָגן דעם אַכזריותדיק פֿאַרשניטענעם אָקאָרשטיקן אַמאָל און די היים, אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן, צוזאַמען מיט זײַן דור און מיט די פֿאַרגאַנגענע ייִדישע דורות.

ווי אַ ניצול־געוואָרענע האָלאָוועשקע פֿון דעם גרויסן פֿײַער, האָט ער מיט אַ מין עקזאַלטירטן פֿלאַם, מיט זײַן גאַנצן לײַב־און־לעבן זיך געווידמעט דעם דאָזיקן ציל אין זײַן לעבן; אים אָפּגעהיט מיט דער גרעסטער התמדה, ווי אַ הייליקן געבאָט פֿון זײַן מענטשלעכן געוויסן און פֿון זײַן קינסטלערישן שליחות.

זײַן פֿאַרלוירענע היים איז געווען אין דעם שטעטל קאַרטוז־בערעזע אין פּוילן, וווּ עס איז אומגעקומען זײַן משפּחה. ער האָט אָנגעהויבן אין חדר און איז שפּעטער אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדיש־וועלטלעכער סבֿיבֿה אין ווילנע, אין דער ייִדישער קונסט־שול, וווּ ער האָט דעראָבערט זײַן קינסטלערישן באַרוף. קינסטלעריש רײַף האָט אים אָבער געמאַכט דאָס לעבן אַליין.

די מלחמה־יאָרן האָט ער אַדורכגעמאַכט ווי אַ פּליט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַנטלויפֿנדיק פֿון דעם שוין אָקופּירטן, דורך די דײַטשן, ביאַליסטאָק. גלײַך נאָך דער מלחמה געקומען קיין ישׂראל, געזוכט אויפֿן וועג קורצווײַליקע היימישקייט אין האָלאַנד, זיך דערלערנט אין פּאַריז און, צום סוף, געפֿונען זײַן באָהעמישע סבֿיבֿה אין דער ייִדישער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ.

זײַן נײַע משפּחה האָט ער אויפֿגעשטעלט נאָכן באַהעפֿטן זיך מיט דער סאַברע אילנה פֿון קיבוץ עין חרוד. דאָ, אין עין חרוד, איז דעם זונטיק פֿאָרגעקומען זײַן לוויה, אויף וועלכער אילנה, זייערע צוויי טעכטער און אַן אייניקל האָבן אים אויפֿן בכּבֿודיקסטן אופֿן, מיט ליבשאַפֿט און מיט אינטימער נאָענטקייט, מספּיד געווען. דאָך האָט ער כּמעט אַלע זײַנע יאָרן אין לאַנד געלעבט אין תּל-אָבֿיבֿ. דאָ האָט ער — ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען — זיך געפֿילט היימישער, געפֿונען דאָ אַ נאָענטע ייִדישע סבֿיבֿה.

דאָ איז ער געווען סײַ איינזאַם און סײַ אַנגאַזשירט. דאָ האָט ער געהאַט זײַנע חסידים, וואָס פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען אַרום זײַן טיש אין קאַפֿע "כּסית", וווּ ער האָט געהאַט זײַן ווינקל, שפּעטער אין "דיצה". די ראשי־העיר פֿלעגן קומען אים באַזוכן אין זײַן ענגער שטוב, וואָס איז געווען אָנגעפּראָפּט מיט בילדער און מיט רעקוויזיטן פֿון יודאַיִקאַ, און וווּ ער פֿלעגט זיי מכבד זײַן מיט שמאַלץ־הערינג, מיט געפֿילטע פֿיש און מיט זאַפֿטיקן באָרשט...

גראָד דאָ, אין דער רוישיקער שטאָט, האָט ער געקענט אויסלאָדן דעם ווייטיק פֿון זײַן עקזאַלטירטער נשמה, זײַנע פּראָטעסטן, זײַנע כּעסן און פֿאַרביטערונגען צוליב דעם חטא פֿון דעם פֿאַרשווײַגן, פֿון גרינגשעצן און פֿון וועלן פֿאַרגעסן וואָס עס איז געשען מיטן ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע. ער איז דערמיט געווען אַ יוצא דופֿן אין דער תּל־אָבֿיבֿער לאַנדשאַפֿט.

סײַ מיט דעם שליחות, וואַס ער האָט אויף זיך גענומען ווי דער מאָנער און דערמאָנער, און סײַ מיט זײַן האַלטונג און מיט זײַן אייגנאַרטיקער אויסערלעכקייט, איז ער געווען אַ יחיד במינו אין דער תּל־אָבֿיבֿער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט און אין דער תּל־אָבֿיבֿער באָהעמיע, וועלכע האָט אים, פֿון איין זײַט, נישט געוואָלט פֿאַרטראָגן, ווײַל ער האָט זיי כּסדר און אָן אויפֿהער "געמאַטערט"; צו אָפֿט זיי דערמאָנט דעם גלות, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן פֿאַרהאַסט, און פֿלעגט פאַרלאַנגען פֿון זיי דרך־ארץ פאַר ייִדיש; פֿון דער אַנדערער זײַט האָט אים די זעלבע העברעיִשע באָהעמע באַטראַכט ווי אַן אייגענעם, אַ שותּף צום גלעזל און צום באָהעמיע־שטייגער, ווי אַ יאָרנלאַנגער "זיצער" אין "כּסיתּ" — דעם לעגענדאַרן קאַפֿע־הויז אויף דיזענגאָף, צוזאַמען מיט אַלטערמאַן, שלאָנסקי, מיט די שרײַבער און אַרטיסטן פֿון אַמאָל. אויף די ווענט פֿון "כּסיתּ" זענען אויך אַ סך יאָרן געהאָנגען זײַנע "גלותדיקע" בילדער.

מיט זײַן אויסערלעכקייט — זײַן זייער נידעריקן וווּקס, זײַן קורצן שפּיציקן שלום־עליכם־בערדל און מיט זײַנע שוואַרצע קליידער באַהאָנגענע מיט קייטן און מעדאַליאָנען — האָט ער אויסגעזען אַ סך מער באָהעמיש פֿון זיי...

ווער עס וועט שרײַבן די געשיכטע פֿון דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, וועט נישט קענען אויסמײַדן די דערשײַנונג, וואָס רופֿט זיך: משהלע בערנשטיין. און ווער עס וועט שרײַבן די געשיכטע פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קונסט, וועט נישט קענען אויסמײַדן דעם קינסטלער משהלע בערנשטיין. און דאָס אַלץ — אין קעגנזאַץ צו זײַן ספּעציפֿישער אייגנאַרטיקייט, ווי אַן אויסנעמלעכע דערשײַנונג פֿאַר ביידע: טאַקע ווײַל ער איז אַ היפּוך צו דעם, וואָס תּל־אָבֿיבֿ שטעלט הײַנט מיט זיך פֿאָר — איז ער אַן אָרגאַנישער חלק פֿון איר לאַנדשאַפֿט; און וואָס שייך דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קונסט — איז ער אויך אין איר אַן אויסנאַם. ווײַל — ווער פֿון די הײַנטצײַטיקע מאָלער, דערונטער טאַקע ייִדישע, פֿאַרנעמט זיך מיט דער ייִדישער טעמאַטיק אין דער קונסט? און וואָס האָט זי צו טאָן מיט דער העדאָניסטישער, טומלדיקער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ?

דער פֿאַרבינדלער צווישן די אַלע קעגנזאַצן איז געווען טאַקע משה בערנשטיין אַליין — משהלע, ווי מען האָט אים דאָ גערופֿן. אַזוי איז ער אויך דערשינען אין דעם נעקראָלאָג, וועלכן די תּל-אָבֿיבֿער שטאָט-פֿאַרוואַלטונג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין די העברעיִשע צײַטונגען נאָך זײַן טויט, ווי זי איז זיך נוהג לגבּי די "יקירי העיר" — די פֿאַרדינסטפֿולע בירגער פֿון דער שטאָט, וואָס זענען דורך איר געוואָרן אויסגעצייכנט — און ווי אַזעלכער איז אויך מיט אייניקע יאָרן צוריק געקרוינט געוואָרן משהלע בערנשטיין: "יקיר העיר תּל־אָבֿיבֿ".

ווי געזאָגט — ער איז געווען אַ טייל פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער לאַנדשאַפֿט און אַ יחיד־במינו אין איר, און אַ טייל פֿון דער ייִדישער קונסט — און אַ יחיד־במינו אויך אין איר.

אין אַ סך ייִדישע הײַזער קוקן אַראָפּ פֿון די ווענט בילדער, צייכענונגען און לרובֿ ליטאָגראַפֿיעס פֿון משהלע בערנשטיין. אין זײַנע — און אין אונדזערע אַלעמענס — יונגע יאָרן האָבן מיר אים געקענט ווי אַ קינסטלער, דעם מאָלער און באַמאָלער פֿון דעם פֿאַרשניטענעם ייִדישן עבֿר, פֿון ייִדישן שטעטל. און דאָס ציט זיך שוין איבער אַ האַלבן יאָרהונדערט. אין דער לעצטער העלפֿט פֿון אָט דער תּקופֿה, דהײַנו, אין די לעצטע בערך 40 יאָר — כּמעט אַ העלפֿט פֿון זײַן לעבן — דערשײַנט ער פֿאַר אונדז אויך ווי אַ דיכטער, וועלכער ראַמט אײַן אין די רעמען פֿון די געגראַמטע פֿערזן די זעלבע מאָלערײַען און צייכענונגען אין וועלכע ער צויבערט אַרויס אויפֿן לײַוונט און אויפֿן בריסטאָל דעם צויבער און דעם מיטאָס פֿון דעם עבֿר, וואָס ליגט באַגראָבן אונטער די חורבֿות.

משהלעס קינסטלערישן אויסדרוק געפֿינען מיר אַלזאָ אין דעם געפֿלעכט פֿון דער פּלאַסטישער און דיכטערישער שאַפֿונג. טיילמאָל ווי אַ מין דיאַלאָג צווישן זיי, און טייל מאָל ווי אַ קעגנזײַטיקע דערגאַנצונג. אין ביידע, איז ער אַלעמאָל געווען זייער פּראָדוקטיוו. אין ביידע איז ער אויך אַלעמאָל געווען — אינעווייניק.

ס’איז כּדאַי אויסצורעכענען בלויז די נעמען פֿון די מער ווי 15 אַלבאָמען פֿון זײַנע, דורך אים אַליין, אילוסטרירטע לידער־זאַמלונגען אָדער פּאָעטיזירטע צייכענונגען. אַזעלכע לירישע טיטלען פֿון זײַנע לידער־אַלבאָמען, ווי "מײַנע אינטימע מינוטן", "אַמאָליקער ניגון", "אין דער שטילער שעה", "אַליינזײַנקייט", "אויגן־אַפּלען", "אויסגעלאָשענע ליכט", "שלאָפֿלאָזע נעכט", "מײַן פֿאַרברענטער ווײַנגאָרטן", "אַ טויב אין פֿענצטער", אד״גל, רעפּרעזענטירן בולט דעם עקזאַלטירטן עקסטאַז פֿון זײַן שאַפֿן — אין ביידע מעדיומס. אָבער, ווען מיר קומען אָפּשאַצן אָט די געפֿלאָכטענע שאַפֿערישקייט פֿון משהלע בערנשטיין, געפֿינען מיר זי אויף דעם סאַמע קאָנצענטרירטן אופֿן אין דעם טיטל "שוואַרצער רעגן־בויגן", מיט וועלכן ער האָט באַקרוינט איינעם פֿון זײַנע לידער־אַלבאָמען. אין אָט די צוויי ווערטער, געפֿינען מיר דעם פֿאָקוס פֿון זײַן גאַנצן שאַפֿערישן לעבנסוועג, אָנהייבנדיק פֿון זײַנע חדר־יאָרן: ווײַל — טאָמער וואָלט ער נישט געצייכנט שוין דעמאָלט קיין מענטשעלעך, איז אַ ספֿק, צי ער וואָלט געווען אַ קינסטלער אויף דער עלטער.

ווי געזאָגט, איז דער טיטל "שוואַרצער רעגן־בויגן" די פּאַסיקסטע כאַראַקטעריסטיק פֿון זײַן גאַנצן וועזן, כאָטש צווישן די צוויי ווערטער פֿון דעם טיטל הערשט אויך אַ לאָגישע סתּירה: ווייסן מיר דאָך, אַז אַ רעגן־בויגן אַנטהאַלט אין זיך אַלע קאָלירן. ווי אַזוי זשע קען ער זײַן שוואַרץ?

בײַ משהלע בערנשטיינען איז ער שוואַרץ. אַזוי אין זײַן דיכטונג, ווי אויך אין זײַן מאָלערײַ. ער האָט אויך אין זײַנע בילדער נישט ווייניק פֿאַרביקע מאָלערײַען, און ער האָט זיי שוין נישט איין מאָל געהאַט אויסגעשטעלט. אָבער זײַן קינסטלערישער כּוח איז גראָד אין די שוואַרץ־ווײַסע טוש־מאָלערײַען. אין דעם שוואַרצן קאָליר איז בײַ אים אַײַנגעזאַפּט דער גאַנצער קאָלאָריט פֿון דער ייִדישער שטעטל־טעמאַטיק, פֿון דער פֿאַרשניטענער ייִדישער וועלט, וועלכע ער שילדערט און וועמען ער ווידמעט זײַן גאַנצן טאַלאַנט און זײַן קינסטלערישע ענערגיע.

"דײַנע קאָלירן האָסטו / אויף פֿאַראַשטער ערד פֿאַרלאָרן. / איבער מיר הענגסטו שוואַרצער רעגן־בויגן, / ווען מײַן לעבן איז פֿאַראָבֿלט געוואָרן. / זוך נישט דעם סוד פֿון פֿאַרגיין. פֿאַרגיין אַליין איז סוד."

* * *

מ’קאָן איצט זאָגן, אַז משהלע בערנשטיין איז נישט נאָר געבוירן געוואָרן מיטן ייִדישן לשון, נאָר ער איז אים געבליבן געטרײַ נאָך מער ווי ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן — ווײַל אין זײַן זכות האָט דאָס ייִדישע לשון אַזוי זאַפֿטיק און הילכיק געקלונגען אין קיבוץ עין חרוד אין די הספּדים פֿון שמואל עצמון (וועלכער האָט אויך געלייגט דעם קראַנץ אויף דער בקשה און אין נאָמען פֿון דעם תּל-אַבֿיבֿער ראש־העיר), און פֿון דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן-חיים אין נאָמען פֿון דעם שבֿט הייִדיש.

תּל-אביב, דעם 11טן דעצעמבער, 2006