קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָסקווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שמעון שוחט
שמעון שוחט

לעצטנס, האָט דער וויצע־פּרעמיער פֿון ישׂראל, אַבֿיגדור ליבערמאַן, באַזוכט קעשענעוו. געקומען איז ער מיט אַן אומאָפֿיציעלן וויזיט, און די דאָזיקע ידיעה האָט זיך פֿאַרשפּרייט מינדלעך, נישט דורך דער מעדיאַ. די באַגעגעניש מיט די אָרטיקע אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער ייִדיש־רוסישער צײַטונג "ייִדיש שטעטל".

ליבערמאַן האָט דערציילט זײַנע בני־עיר, ווי אַזוי ער זעט די לייזונג פֿונעם קריזיס, אין וועלכן עס געפֿינט זיך איצט ישׂראל. ער האַלט, אַז דער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט ווערט באַלויכטן אין דער וועלט נישט ריכטיק, פֿאַרקריפּלט. ווי אַ בײַשפּיל האָט ער געבראַכט די לעצטע אָפּשאַצונגען פֿונעם ענגלישן פּרעמיער, טאָני בלער, וואָס מיינט, אַז דווקא דער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט איז דער שטרויכלשטיין אינעם גאַנצן מיטעלן מיזרח. די סיבות, וואָס בלער האָט אָנגערופֿן — שטחים, באַפֿעלקערונג, אָקופּאַציע, פּליטים — איז אַ באַווײַז פֿון נישט פֿאַרשטיין וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר אין דער אמתן.

ליבערמאַן האַלט, אַז ישׂראל געפֿינט זיך אויף דער אייבערשטער ליניע פֿונעם גלאָבאַלן קאָנפֿליקט צווישן צוויי ציוויליזאַציעס — דער פֿרײַער וועלט און די עקסטרעמיסטישע מוסולמענישע באַוועגונגען, וועלכע דאָמינירן אין דער איסלאַמישער וועלט. באַזונדערס האָט ליבערמאַן זיך אָפּגעשטעלט אויף דער נוקלעאַרער פּראָבלעם פֿון איראַן.

לויט ליבערמאַנס מיינונג, וועט ישׂראל, אין אַ פּאָר יאָר אַרום, בלײַבן שטיין פּנים־אל־פּנים מיט איראַן. דעמאָלט וועלן שוין קיין לײַכטע באַשלוסן נישט זײַן. דעריבער, האַלט ער פֿאַר נייטיק אויסצואַרבעטן אַ סטראַטעגיע אויף די נאָענטסטע צוויי יאָר. אַ וויכטיק אָרט וועלן אין דער סטראַטעגיע פֿאַרנעמען די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות, וועלכע טאָרן נישט דערלאָזן, אַז די רעגירונגען, צוליב פֿאַלשע, קורצווײַליקע זיכערהייט־באַשלוסן, זאָלן "אונטערשטעלן" ישׂראל. ליבערמאַן האָפֿט, אַז אין די קומענדיקע צוויי יאָר וועט זיך אים אײַנגעבן איבערצובויען די צווישנבאַציִונגען פֿון ישׂראל און די ייִדישע קהילות אין דער וועלט; מאַכן זיי מער אַקטיוו און טיפֿער.

נאָך זײַן אויפֿטריט האָט אַבֿיגדוֹר ליבערמאַן געענטפֿערט אויף פֿראַגעס.

* * *

50 יאָר פֿון שמעון שוחטס שעפֿערישער אַרבעט האָט געפֿײַערט די ייִדישע קהילה אין קעשענעוו. אַ פֿאַרדינסטפֿולער אַרכיטעקט, אַ געווינער פֿון דער מלוכישער פּרעמיע האָט פֿרײַנד שוחט זיך באַטייליקט אין אַ סך וויכטיקע פּראָיעקטן אין מאָלדאָווע, סײַ אַדמיניסטראַטיווע און סײַ קולטורעלע. צווישן זײַנע לעצטע אַרבעטן דאַרף מען באַזונדערס דערמאָנען דעם דענקמאָל אין קעשענעוו, לזכּרון די קרבנות פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם 1903; די אומגעבראַכטע אין דעם שטעטל דובאָסאַר אין 1941; דעם נײַעם קהילה־צענטער.

אויף דעם פֿײַערלעכן אָוונט לכּבֿוד דעם יובילאַר, האָט מען געלייענט די באַגריסונגען פֿונעם מלוכה־פּרעזידענט, פּאַרלאַמענט־ספּיקער, דער אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ייִדישן קאָנגרעס אין מאָלדאָווע. אַ האַרציקע באַגריסונג איז איבערגעגעבן געוואָרן אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן".

* * *

דעם 29סטן נאָוועמבער האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט זייער האַרציק אָפּגעמערקט די ערשטע יאָרצײַט נאָכן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. אַרום 200 מענטשן האָבן אויסגעפֿילט דעם זאַל פֿונעם קהילה־צענטער. אויף דער בינע איז געזעסן די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, מאַרינע, און געפֿירט האָט דעם אָוונט אַנדריי מונטיאַן, דער פֿעיִקער פֿאַרוואַלטער פֿון די קולטור־פּראָגראַמען בײַם "צענטער".

צו דערמאָנען דעם ייִדישן שרײַבער זײַנען געקומען די פֿירנדיקע מאָלדאַווישע שרײַבער, אַרטיסטן, מוזיקער, ייִדישע אַקטיוויסטן — ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון. אינעם ייִדישן מוזיי איז צוגעגרייט געוואָרן אַן אויסשטעלונג פֿון שרײַבמאַנס פּערזענלעכע זאַכן, זײַנע ביכער, בילדער, אויסשניטן פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן.