וועגן רעדן און זאָגן איז פֿאַראַן, ווי באַוווּסט, זייער אַ רײַכער פֿאָלקלאָר. מ'קען אָנשרײַבן — און מ'האָט שוין געשריבן — אויף דער דאָזיקער טעמע גאַנצע דיסערטאַציעס מיט אָן אַ שיעור ציטאַטן פֿון חז"ל, פֿון כּלערליי אייגענע און פֿרעמדע חכמים, פֿון פֿילאָסאָפֿן און פֿון דער פּשוטער און סאַמע טרעפֿלעכסטער פֿאָלקס-חכמה..
וועגן צו שטאַרק באַרעדעוודיקע מענטשן, וועגן "פּלוידערערס" זאָגט דאָס פֿאָלק, אַז "ווען ריידן וואָלט געווען אַ פֿאַך, וואָלטן זיי געגאַנגען אין גאָלד"; די חז"ל האָבן שוין פֿון לאַנג געהאַט געוואָרנט, אַז "יפֿה שתּיקה לחכמים — קל וחומר לטיפּשים" און "חכמים, הזהרו בדבריכם" ("פֿאַר חכמים איז געזונט זיי זאָלן שווײַגן, און אוודאי פֿאַר טיפּשים", און "חכמים, היט אײַך מיט אײַערע רייד"). אין דעם רײַכן ייִדישן פֿאָלקלאָר קענען מיר געפֿינען, למשל, אַז "ריידן איז זילבער, אָבער שווײַגן איז גאָלד" און אַז "פֿון זאָגן וועט מען נאָך נישט טראָגן"; און פֿון דער אַנדערער זײַט, אַז "אַ פּאַטש פֿאַרגייט, אָבער אַ וואָרט באַשטייט".
וועגן דער וואָג, דעם באַטײַט און דער ראָלע פֿונעם וואָרט אין זײַנע פֿאַרשיידענע סיטואַציעס, דער עיקר אין דער פּאָליטיק — וואָס האָט באַהערשט די מאַכט איבער דעם גורל פֿון די פֿעלקער פֿון דער וועלט — זענען פֿאַראַן די צוויי עיקרדיקע אויפֿפֿאַסונגען: פֿאַר דיפּלאָמאַטן איז דאָס וואָרט באַשאַפֿן געוואָרן כּדי צו פֿאַרשטעלן זייערע געדאַנקען; פֿאַר די פּאָליטיקער דינט אָפֿטמאָל דאָס וואָרט פֿאַר פּאָליטישע מאַכינאַציעס. נישט זעלטן קען דאָס וואָרט ווערן אַ יש, וואָס קען באַשאַפֿן אַ נײַע ווירקלעכקייט.
לאָמיר נעמען, ווי אַ ביישפּיל, די פּאַלעסטינער מדינה. זי איז, צום ערשטן מאָל, "פּראָקלאַמירט געוואָרן" דורך אַראַפֿאַטן אין יאָר 1988 בעת דער ערשטער אינטיפֿאַדע; היות אָבער זײַן פּראָקלאַמאַציע האָט נישט געבוירן קיין רעאַלע רעזולטאַטן, איז דאָס געווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט ביל קלינטאָן, וועלכער האָט בעת זײַן באַזוך אין עזה אין די אָנהייב 90קער יאָרן געלאָזט פֿאַלן דאָס וואָרט "Palestinian homeland" (פּאַלעסטינער היימלאַנד) — וואָס איז, ווי דער ערשטער אָפֿיציעלער אַרויסזאָג פֿון אַן אַמעריקאַנער מדינה-פֿירער, באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "באַלפֿור־דעקלאַראַציע פֿאַר די פּאַלעסטינער" און ווי די פֿאַקטישע פּראָקלאַמירונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה — אין גײַסט פֿון דער פֿראַזע: "און דאָס וואָרט איז געוואָרן אַ גוף".
אָבער דאָס וואָרט איז נאָך אַלץ נישט געוואָרן קיין גוף און האָט נישט באַקומען קיין געשטאַלט. די געשטאַלט האָט ווײַטער געוואַרט נאָך צוועלף יאָר — ביז דער פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש האָט דעם 4טן יוני 2004 אויף דער שפּיצן-באַגעגעניש מיטן יאָרדאַנישן קעניג אַבדאַלאַ און דעם פּרעמיער אריאל שרון פּראָקלאַמירט די "וועגן-מאַפּע", לויט וועלכער די פּאַלעסטינער מדינה דאַרף אויפֿקומען "ניט שפּעטער ווי ביז סוף 2005", און שרון האָט דעמאָלט, צום ערשטן מאָל, אָנערקענט דאָס רעכט פֿון די פּאַלעסטינער אויף אַן אייגענער מדינה. מיר לעבן אָבער הײַנט אין דער דיגיטאַלישער עפּאָכע, און די פּאַלעסטינער לעבן אין אַ "ווירטועלער" מדינה אין אַ ים פֿון כאַאָס — מיט אייגענע אויטאָנאָמע אינסטאַנצן און אַן אייגענער כאַמאַס-רעגירונג, אָבער — מיר וועלן הײַנט נישט ריידן וועגן זייער גורל, מיר באַשעפֿטיקן זיך איצט מיט אונדזערן. — אויף זייער מדינה וואַרטן זיי נאָך אַלץ, אַזוי ווי מיר וואַרטן אויף דעם שלום און אויף די סטאַבילע, נישט קיין "ווירטועלע", גרענעצן פֿאַר מדינת־ישׂראל.
און מיר וואַרטן אויך אויף דעם טייטש פֿון די ווערטער, וואָס קומען לעצטנס אַרויס פֿונעם מויל פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט. אויב נישט אויף דעם וואָרט, וואָס זאָל ווערן אַ געשטאַלט, איז כאָטש אויף דעם, אַז דאָס וואָרט פֿון דעם רעגירונגס-שעף זאָל בלײַבן וואָרט און זאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן שוין דעם אַנדערן טאָג.
עס איז שווער צו געפֿינען נאָך אַ פּרעמיער-מיניסטער אין ישׂראל, וואָס זאָל האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן אין חלל אַרײַן אַזוי פֿיל זאָגעכצן אין אַזאַ קורצער צײַט, ווי דער פּרעמיער אָלמערט אין די זיבן חדשים פֿון זײַן הערשאַפֿט. זאָגעכצן, פֿון וועלכע די מדינה איז מיט זיי נישט געוואָרן טראָגעדיק — אָנהייבנדיק פֿון דער "התכנסות" — די אָנגעזאָגטע איינזײַטיקע עוואַקואַציע פֿון 70% זידלונגען פֿון די פּאַלעסטינער שטחים פֿונעם מערבֿדיקן ברעג — אויף מערבֿ אַריבער דער מויער; זײַן פֿריצײַטיקע נצחון-רעדע אויפֿן פֿערצנטן טאָג פֿון דער 34־טאָגיקער מלחמה אין לבֿנון; זײַנע אומנייטיקע און אומפֿאָרזיכטיקע דראָוּנגען קעגן איראַן און דאָס פּסלען דורך אים וועלכן עס איז שלום-קאָנטאַקט מיט סיריע — גראָד אין דער צײַט פֿון דעם רעפּובליקאַנישן דורכפֿאַל אין די קאָנגרעס-וואַלן און ווען פּרעזידענט בוש האָט געזוכט אַ וועג אָפּצורײַסן סיריע פֿון איר בונד מיט איראַן — ביז דעם איצטיקן פּליטת־פּה אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער דײַטשישער טעלעוויזיע וועגן דעם אַטאָמישן פּאָטענציאַל פֿון ישׂראל.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט אָלמערט מיט אַ מאָל אָנגעזאָגט אַ נײַעם קער אין דער שלום-פּאָליטיק אין דעם ראַיאָן. שוין נישט קיין איינזײַטיקן, אָבער מיט ווײַטגייענדיקע געווינסן פֿאַר די פּאַלעסטינער; געווינסן, פֿון וועלכע זיי וועלן זיך נישט קענען אָפּזאָגן. ער איז שוין גרייט, שוין די אַנדערע וואָך, זיך צו טרעפֿן מיט אַבו-מאַזענען. משיח איז שוין אויפֿן וועג אויך פֿאַר זיי.
דאָס איז געווען אַ טאָג פֿאַר דער טרעפֿונג פֿון פּרעזידענט בוש מיטן קעניג אַבדאַלאַ אין אַמאַן, אָן זיך אַרײַנצוכאַפּן "אויף אַ פּאָר מינוט" קיין ירושלים. דערקעגן איז געקומען אַהער קאָנדאָליזאַ רײַס.
נאָך איר קורצן באַזוך אין ירושלים און אין יריחו און אין דער קורצער צײַט פֿון איר צוריקפֿלי קיין וואַשינגטאָן איז דער נײַער חזון פֿון דעם פּרעמיער געוואָרן פֿאַרגעסן.
פֿאַר זײַן אַרויספֿאָר קיין בערלין, וווּ די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל האָט אים מכבד געווען מיט איר וויזיט בײַ אים אין האָטעל, האָט ער נאָך באַוויזן אויפצוטרעטן אויף דער עקאָנאָמישער דירעקטאָרן-קאָנפֿערענץ פֿון דעם זשורנאַל "גלאָבס" און צו געבן אַן אינטערוויו דעם קאָרעספּאָנדענט פֿון דער דײַטשישער טעלעוויזיע. אויף דער ביזנעס-קאָנפֿערענץ פֿון "גלאָבס" האָט ער דערקלערט, אַז די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון ישׂראל איז נאָך קיינמאָל נישט געווען אַזאַ דערהויבענע, ווי זי איז איצט, אונטער זײַן רעגירונג. ער האָט זיך אָבער דערמאָנט אין די אָנדערטהאַלבן מיליאָן אָרעמעלײַט, וואָס לעבן "אונטער דער ליניע פֿון נויט", און וואָס איבער 300.000 פֿון זיי זענען קינדער. ער האָט צוגעגעבן, אַז פֿון די קינדערלעך וואָס דאַרפֿן געבוירן ווערן אין קומענדיקן יאָר, וועלן 50 טויזנט זײַן נויט־לײַדנדיקע. ער האָט אויך פֿאַר זיי, זאָגט ער, גרויסע — אפֿשר גראַנדיעזע — פּלענער.
אָבער די גרויסע בשׂורה פֿאַרן פֿאָלק אין ישׂראל איז געקומען אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער דײַטשישער טעלעוויזיע, אין וועלכן ער האָט מגלה געווען דעם ביז איצט "שטרענגסטן מלוכישן סוד", אַז ישׂראל פֿאַרמאָגט אַטאָמישן וואָפֿן.
דער דאָזיקער סוד איז שוין לאַנג אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. אָבער מען טאָר וועגן אים נישט רעדן. פֿאַר אָלמערטס איצטיקער אַנטפּלעקונג איז מרדכי וואַנונו שטרענג באַשטראָפֿט געוואָרן און געפֿינט זיך אונטער אַ האַרבער אויפֿזיכט און אונטער באַגרענעצונגען אויך נאָכן אָפּזיצן זײַן תּפֿיסה-שטראָף. זשורנאַליסטן ווערן באַשטראָפֿט אין פֿאַל פֿון פֿאַרלעצן דעם פֿאַרבאָט פֿון דער צענזור, און די צײַטונגען זענען געצוווּנגען זיך צו פֿאַררופֿן "אויף פֿרעמדע מקוֹרות" שרײַבנדיק וועגן דעם אַטאָמישן רעאַקטאָר אין דימונה, וועגן וועלכן עס ווייסט די גאַנצע וועלט. אויך איראַן. און אויך עגיפּטן, וואָס קומט אַרויס פֿון צײַט צו צײַט מיט דער פֿאָדערונג וועגן "דע-אַטאָמיזירן דעם מיטעלן מזרח". אונטערן שטילן דרוק פֿון וואַשינגטאָן האָט אָבער קאַיִר אַראָפּגעלאָזט דעם "פּראָפֿיל" פֿון אירע פּראָטעסטן.
ווי עס איז אַלעמען באַוווּסט, איז דער אַטאָמישער רעאַקטאָר געבויט געוואָרן מיט דער הילף פֿון פֿראַנקרײַך אין די פֿופֿציקער יאָרן ווי אַ "טעקסטיל-פֿאַבריק" אויפן נגבֿ. ווען די אידיליע מיט פֿראַנקרײַך האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט ישׂראל אין די סוף 60ער יאָרן דערגרייכט אַ פֿאַרשטענדיקונג מיט וואַשינגטאָן, לויט וועלכער עס וועט אָנגעהאַלטן ווערן אַ "פֿאַרנעפּלטקייט" אַרום דעם ענין. ישׂראל האָט זיך נישט מודה געווען, אָבער אויך נישט געלייקנט, און נאָר דערקלערט, אַז זי וועט נישט זײַן די ערשטע זיך צו באַנוצן מיט אַטאָמישן וואָפֿן אין דעם ראַיאָן. דאָס האָט זי באַפֿרײַט פֿון דעם דרוק זיך אָנצושליסן צו דער קאָנווענץ קעגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון אַטאָם פֿאַר קריגס-צוועקן.
פֿאַר איראַן האָט דאָס אָבער געדינט ווי אַ תּירוץ פֿאַר אירע אַטאָמישע אַמביציעס, כּדי צו ווערן דורך דעם די דאָמינירנדיקע גרויסמאַכט אין נאָענטן מזרח. דער ערשטער, וואָס האָט פֿאַרלעצט די "פֿאַרנעפּלטקייט" לגבי דעם ישׂראלדיקן אַטאָמישן פּאָטענציאַל, איז געווען דער נײַער אַמעריקאַנער קריגס-מיניסטער ראָבערט גייטס, וועלכער האָט בעת דעם פֿאַרהער אין סענאַט זיך "אַרויסגעכאַפּט" מיט פֿאַררעכענען ישׂראל צו די אַטאָמישע מדינות.
עס איז ביז איצט נישט קלאָר, צי ראָבערט גייטס האָט דאָס געטאָן מיט אַ פּאָליטישער כּוונה, אין די ראַמען פֿון זײַן נײַער פּאָליטישער ליניע פֿאַר דער אַמעריקאַנער גרויסמאַכט, אָדער דאָס איז פּשוט געווען אַ מענטשלעכער לאַפּסוס, אַ פּליטת־פּה. אַזוי איז אויך נישט אין גאַנצן זיכער, צי איז דאָס אויך מצד אָלמערטן אין זײַן דײַטשישן טעלעוויזיע-אינטערוויו נישט געווען אַ פּליטת־פּה, ווי עס באַצייכנט עס די ישׂראלדיקע מעדיאַ.
דער דאָזיקער פּליטת-פּה קען אָבער האָבן ווײַטגייענדיקע פּאָליטישע קאָנסעקווענצן, וואָס זענען עלול צו בּאַווירקן די אַנטוויקלונגען אין דעם גאַנצן ראַיאָן פֿונעם מיטעלן מזרח. און אויב דאָס איז געזאָגט געוואָרן, כּדי אָפּצושרעקן דעם איראַנישן דיקטאַטאָר — האָט עס דאָך אַלמערט שוין געטאָן אין דעם זעלבן אינטערוויו, אין וועלכן ער האָט נישט אויסגעשלאָסן די מעגלעכקייט פֿון ישׂראלס אַ מיליטערישער אינטערווענץ.
ווער ווייסט אָבער, צי געהערט נישט דאָס אויך צו יענע לאַפּסוסן, אויף וועלכע מען זאָגט געוויינלעך: האָט ער געזאָגט...
תּל-אָבֿיבֿ, 12טער דעצעמבער, 2006