אונדזער פּרשה דערציילט וועגן יוספֿס פּאַסירונגען און אומוואַנדלונגען פֿון זינט ער איז אַוועקגענומען געוואָרן פֿון זײַן פֿאָטערס היים און זײַן פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ קנעכט, ביז זײַן דערהייבונג באַשטימט צו ווערן ווי דער משנה־למלך פֿון מצרים.
אַז מ׳טראַכט זיך אַרײַן אין די אַלע געשעענישן מיט יוסף הצדיק, געפֿינט מען אַ מערקווירדיקע זאַך, אַז פֿאַקטיש שפּיגלט זיך אָפּ אין זיי דער לעבנס־גאַנג פֿון ייִדישן פֿאָלק אין דער וועלט, ווי מיר זעען עס אין די ווערטער פֿון אַ פּסוק אין תּהילים (פּ, ב): "נוהג כצאן יוסף" — דער אויבערשטער פֿירט יוספֿן (מיינענדיק דאָס ייִדישע פֿאָלק) ווי אַ פּאַסטעך זײַן שאָף.
לאָמיר אַרײַנבליקן אין יוסף הצדיקס לעבנס־פּאַסירונגען און מיר וועלן זיך איבערצײַגן, אַז זיי זײַנען סימבאָליש פֿאַרן לעבנס־שטייגער פֿון יעדן ייִדן.
אין אָנהייב האָט יוסף הצדיק געהאַט אַ גליקלעכע קינדהייט און יוגנט אַרום דעם טאַטן אין זײַן הויז אין ארץ־ישׁראל. ער איז געווען בײַם פֿאָטער דער באַליבטסטער זון צווישן אַלע זין און האָט אַזוי אַרום גענאָסן פֿון אַ באַזונדערס וואַרעם פֿאָטערלעכער באַציִונג מצד יעקבֿ אָבֿינו, זײַן פֿאָטער. יעקבֿ האָט פֿאַר זײַן באַליבטסטן זון געמאַכט אַ ספּעציעל טײַערן מלבוש און האָט מיט אים געלערנט תּורה טאָג און נאַכט (וואָס זײַנע אַנדערע ברידער האָבן דערפֿון נישט געקאָנט געניסן, ווײַל זיי האָבן געדאַרפֿט פּאַשען דעם טאַטנס שאָף און זײַנען ווייניק געווען אין דער היים). בײַ יוספֿן איז דאָס געווען די סאַמע גליקלעכסטע צײַט.
די אָפּשפּיגלונג דערפֿון בײַ אַ ייִדן, איז דער מצבֿ אין וועלכן אַ ייִדישע נשמה געפֿינט זיך איידער זי נידערט אַראָפּ פֿון איר ג־טלעכער הימלדיקער ׳היים׳. דעמאָלט געפֿינט זי זיך אין די העכסטע הויכקייטן, "תּחת כּיסא כּבֿוד", אײַנגעטונקען אין לויטערסטער ליכטיקייט און אין ג־טלעכן תּענוג. איז דען פֿאַראַן אַ גרעסערער גליק דערפֿון? און אויך נאָך דעם, ווען דער עובר געפֿינט זיך אין דער מוטערס טראַכט, איז ער נאָך אַלץ אין אַ גליק־צושטאַנד — דאָרטן לערנט מען דאָך מיט אים די גאַנצע תּורה.
און אָט זײַנען מיט אַ מאָל פֿאַרטונקלט געוואָרן די גליקלעכע טעג פֿון דעם יונגינקן יוסף הצדיק: "יוסף הורד מצרימה וגו׳" — יוסף איז אַוועקגעריסן געוואָרן פֿון זײַן הייליק־ליכטיקער היים און איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן ווי אַ קנעכט אין מצרים; און טאָמער איז דאָס נישט גענוג, איז זײַן צושטאַנד געוואָרן אין מצרים נאָך ערגער — ער איז געוואָרן אַן אַרעסטאַנט אין אַ מצרישער טורמע.
דאָס איז בײַ אים געשען אין זײַן פֿיזישן לעבן. אויך זײַן צושטאַנד אין רוחניות איז אים געוואָרן ערגער און ענגער: אַ גאָר יונגינקער בחור, אויסגעהאָדעוועט אין גײַסטיקער איידלקייט פֿון זײַן טאַטנס הויז אויף די קוואַלן פֿון תּורה און מעשׂים טובֿים, איז ער ראַפּטום אַרײַנגעשלײַדערט געוואָרן אין סאַמע אומווירדיקסטן און טמאדיקסטן לאַנד אין יענע צײַטן, וואָס ווערט אָנגערופֿן "ערות הארץ" — די שאַנד פֿון דער וועלט; אַ לאַנד, וווּ די מענטשן זײַנען געווען זייער פֿאַרגרעבט און צעלאָזן, און וווּ יוסף האָט געדאַרפֿט בײַשטיין זייער אַ שווערן נסיון אין הויז פֿון דעם מצרישן האַר, וווּ ער איז געווען אַ קנעכט. קען מען זיך קוים פֿאָרשטעלן, ווי גרויס ס׳איז געווען די ירידה וואָס יוסף האָט דעמאָלט דורכגעמאַכט.
אַזוי גרויס — און נאָך אַ סך גרעסער! — איז די ירידה וואָס די ייִדישע נשמה גייט דורך ווען זי דאַרף אַראָפּקומען אויף דער וועלט און זיך אָנטאָן אין אַ גראָב־פֿליישיקן מלבוש. זי פֿאַלט אַראָפּ (ווי ס׳איז דער לשון פֿון חז״ל — חגיגה ה, ב) "מאיגרא רמה לבירא עמיקתא" — אַ ירידה פֿון אַ הויכן דאַך אין אַ טיפֿער גרוב — געפֿינענדיק זיך פֿריִער אַן אײַנגעהילטע און אַ דורכגענומענע פֿון דער ג־טלעכער אין־סוף־ליכט אין דער נאָענטקייט צו דעם אויבערשטן — נידערט אַראָפּ די נשמה אין אַ וועלט פֿון פֿינצטערניש און אומווירד, פֿאַלשקייט און נידערטרעכטיקייט; ס׳איז אַ וועלט וווּ די נשמה דאַרף זיך פֿאַרמעסטן קעגן כּל־מיני נידעריקסטע תּאוות, איבערקומען אַלערליי גײַסטיקע שטרויכלונגען און זייער שווערע נסיונות. די נשמה לײַדט גאָר שטאַרק און בענקט זייער נאָך איר פֿאָטער אין הימל.
מיר געפֿינען בײַ יוסף הצדיק, אַז צום סוף איז ער געוואָרן זייער גרויס און דערהויבן, ביז צום ווערן דער הערשער פֿונעם גאַנצן לאַנד מצרים, און האָט דערגרייכט צו אַ סך אַ העכערן מעמד אין דער וועלט, ווי בעת ער האָט זיך געפֿונען אַרום זײַן פֿאָטער. און דאָס איז כּולל אויך אַ גאָר גרויסע עלי׳ אויך אין רוחניות — און ער האָט דווקא דעמאָלט פֿאַרדינט צו ווערן באַצייכנט ווי "יוסף הצדיק", ווײַל ער האָט דאָרט זיך געשטאַרקט און בײַגעקומען אַלע שווערע נסיונות אין אָט דעם לאַנד פֿון טומאה און זינד־זומפּ, און איז געבליבן גײַסטיק לויטער־ריין און זויבער. שטייט טאַקע וועגן זײַן אַראָפּקום אין מצרים: "ויוסף הורד מצרימה", אַז ער איז געוואָרן אַראָפּגענידערט אין מצרים, אָבער די ירידה איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן עלי׳, אין אַ גאָר גרויסער עלי׳ — ער איז געוואָרן נאָך דערהויבענער ווי ער איז געווען פֿריִער.
און דאָס איז אויך דער תּכלית פֿון דער נשמהס ירידה אין ׳מצרים׳, אין עולם־הזה, וואָס ווערט באַצייכנט ווי ׳מצרים׳ (פֿון לשון ׳מיצר׳ — ענגשאַפֿט און באַגרענעצונג, וואָס די וועלט און דער פֿיזישער גוף שטעלן מיט זיך פֿאָר). די נשמה דאַרף דאָ איבערקומען און באַהערשן אַלע לוסט־צוציִענישן און פֿאַרפֿירענישן פֿון עולם־הזה, און פֿירן דעם סדר־החיים נאָר אין ליכט פֿון תּורה ומצוות, נאָר ווי דער אויבערשטער וויל. און דעמאָלט, ווען די נשמה וועט דאָ אין דער וועלט אויספֿירן אין לעבן אַלץ ווי אָנגעוויזן אין דער תּורה, טראָץ אַלע נסיונות און שוועריקייטן, וועט זי דורך איר דערוועקן אירע באַהאַלטענע ג־טלעכע כּוחות, צוקומען צו אַ העכערער מדריגה, ווי זי איז געווען איידער זי האָט אַראָפּגענידערט אין דער וועלט.
* * *
אין דער פּרשה שטייט אין פּסוק (לז, ב): "אלה תּולדות יעקבֿ, יוסף וגו׳" — דאָס זײַנען די ׳תּולדות׳, געבורטן פֿון יעקבֿ—יוסף... (און ווײַטער רעדט דער פּסוק וועגן יוספֿן). עס זײַנען דאָ אַ סך פּשטים, וועלכע דערקלערן פֿאַר וואָס עס שטייט ׳יוסף׳ באַלד נאָך ׳תּולדות יעקבֿ׳ און ווײַזן אָן אויף אַ באַזונדערער שײַכות צווישן יוסף הצדיק און די ׳תּולדות יעקבֿ׳. דער רימאַנאָווער צדיק זצ״ל טײַטשט אײַן דעם ענין אַזוי:
די חז״ל זאָגן, אַז "תּולדותיהם של צדיקים — מעשׂים טובֿים — אַז די ׳תּולדות׳, די געבורטן פֿון די צדיקים זײַנען זייערע מעשׂים טובֿים, זייער צידקות און זייערע מצוות און גוטע טוּונגען; און דאָס וואָרט "יוסף" האָט דעם טײַטש — צוגעבן, מערן. אַזוי אַרום טײַטשט דער רימאַנאָווער צדיק דעם פּסוק אַזוי:
"אלה תּולדות יעקבֿ—יוסף" — די ׳תּולדות׳ פֿון יעקבֿ אָבֿינו, דאָס הייסט, זײַנע מעשׂים טובֿים און צידקות דאַרפֿן זײַן אין אַן אופֿן פֿון "יוסף" — זיי דאַרפֿן זײַן כּסדר מער און מער. אַ ייִד וואָס גייט אין די וועגן פֿון יעקבֿ אָבֿינו, זאָל זיך נישט באַנוגענען מיט דעם וואָס ער האָט ביז איצט דערגרייכט און געשטיגן גײַסטיק; ער דאַרף זיך כּסדר באַמיִען צו פֿאַרגרעסערן זײַן רוחניותדיקן פֿאַרמעגן און שטײַגן אַלץ העכער אויפֿן לייטער פֿון יראת־שמים און דעם אָפּהיט פֿון תּורה און מצוות.
* * *
אין דעם זעלביקן פּסוק ווערט געזאָגט: "...ויבֿא יוסף את דבתם רעה אל אַביהם" — די שלעכטע זאַכן וואָס יוסף האָט געזען בײַ די ברידער, האָט ער עס דערציילט זײַן פֿאָטער, יעקבֿן. אַזוי איז דער איינפֿאַכער פּשט. געוויסע מפֿרשים פֿאַרטײַטשן דאָ, אַז יוסף הצדיק האָט נישט ממש גערעדט שלעכטס וועגן זײַנע ברידער — און אָט געפֿינען מיר ווי דער וואָרקער צדיק זצ״ל לערנט אײַן דעם פּשט פֿון פּסוק:
"ויבֿא יוסף את דבתם רעה אל אַביהם" — יוסף האָט טאַקע געבראַכט צום טאַטן שלעכטע אינפֿאָרמאַציע וועגן זײַנע ברידער, אָבער נישט מיט זײַנע רייד, נאָר מיט זײַנע... מעשׂים טובֿים, מיט זײַנע זייער גוטע הנהגות און צידקות — דערמיט האָט ער גורם געווען אַז בײַ זײַן פֿאָטער יעקבֿ זאָלן זיך אָנזען בולטער און שטאַרקער די חסרונות פֿון זײַנע ברידער; און ער האָט זיי דערפֿאַר אויסגערעדט און געמוסרט, פֿאַר וואָס זיי פֿירן זיך נישט אַזוי ווי זייער ברודער יוסף.
דאָס הייסט, אַז דווקא יוספֿס גײַסטיקע מעלות און דערהויבנקייט האָבן געשאַפֿן אַ מצבֿ, וואָס האָט ווי אונטערגעשטראָכן אַז די ברידער פֿירן זיך (לגבי יוספֿן) נישט אַזוי פֿײַן.
און פֿונדעסטוועגן איז יוסף דערפֿאַר באַשטראָפֿט געוואָרן (ווי מיר ווייסן פֿון חז״ל), הגם אַז ער האָט אויף זײַנע ברידער פֿאַקטיש נישט אָנגערעדט מינדלעך. אײַ, קען מען דאָך פֿרעגן: פֿאַר וואָס דער עונש? איז דער ענטפֿער: יוסף האָט געדאַרפֿט (טאַקע צוליב זײַן דערהויבנקייט) אַזוי באַהאַלטן זײַן אויסערגעוויינטלעכע צידקות, אַז אַפֿילו דער פֿאָטער זײַנער זאָל עס נישט באַמערקן...