פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, אין אַ מושבֿ־זקנים פֿון דער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע וויצ״אָ, אין תּל־אָבֿיבֿ
אַ גרופּע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, אין אַ מושבֿ־זקנים פֿון דער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע וויצ״אָ, אין תּל־אָבֿיבֿ

עס איז דאָ אַ געזעץ אין מדינת־ישׂראל, אַז די אַלע רעגירונגס־אַנשטאַלטן און אינסטיטוציעס, וואָס באַקומען זייערע יערלעכע בודזשעטן, דאַרפֿן עס אויסניצן ביזן סוף פֿון דעם לויפֿנדיקן יאָר. אויב זיי באַווײַזן עס ניט צו טאָן ביז דעם 31טן דעצעמבער, דאַרף די רעשט פֿון די געלטער צוריקגעגעבן ווערן צום פֿינאַנץ־מיניסטעריום; מען קען עס ניט אַריבערפֿירן ווי אַ צוגאָב צו דעם בודזשעט פֿון דעם קומענדיקן יאָר.

מיר אַלע ווייסן זייער גוט, אַז "אַ נעמער איז ניט קיין געבער", ווי עס באַשטעטיקט דאָס באַקאַנטע שפּריכוואָרט. עס איז ניט לײַכט צוריקצוגעבן דאָס וואָס געפֿינט זיך שוין אין דײַן באַזיץ, באַזונדערס ווען מען ווייסט שוין אין פֿאָרויס, אַז דער פֿינאַנץ־מיניסטעריום וועט זיכער שנײַדן דעם קומענדיקן בודזשעט.

וואָס טוען די "קלוגע קעפּ" אין די רעגירונגס־אינסטיטוציעס אין אַזאַ פֿאַל? מען באַמיט זיך אויסצוניצן ווי ווײַט מעגלעך אַלץ וואָס מען קען, אַז עס זאָל ניט בלײַבן קיין רעשטל אין דער קאַסע נאָך דעם 31טן דעצעמבער...

די דאָזיקע דערשײַנונג איז מיר געקומען אויפֿן געדאַנק, ווען איך האָב איבערגעלייענט די קליינע נאָטיץ אין דער "האָרץ" פֿון דעם לעצטן פֿרײַטיק, (08.12.2006), אונטערן קעפּל "אַ האַלביאָר נאָך דעם הסכּם, האָט דער פֿינאַנץ־מיניסטעריום באַשטעטיקט פֿאָנדן פֿאַר די נויט־באַדערפֿטיקע פֿון דער 'שארית־הפּליטה' אין ישׂראל".

עס ווערט דאָרטן געזאָגט, אז 21.6 מיליאָן שקלים וועט אין גיכן אַריבערגעפֿירט ווערן אויפֿן חשבון פֿון די ניצולי־השואה — די געראַטעוועטע פֿון חורבן, וואָס איז צוגעזאָגט געוואָרן נאָך מיט זעקס חדשים צוריק.

אין פֿלוג, דאַרף עס דאָך זײַן אַ פֿריידיקע בשׂורה, אָבער די לייטונג פֿון פֿאָנד איז ניט זיכער, אַז זי וועט באַווײַזן צו פֿאַרטיילן די גאַנצע סומע, צווישן די אַלע קראַנקע, אַלטע נויט־באַדערפֿטיקע, וואָס זענען פֿאַרשפּרייט איבערן לאַנד, אין אַזא קורצער צײַט, ביזן סוף פֿון דעם יאָר. בלויז אַ פֿערטל פֿון דער סומע פֿון 21.6 מיליאָן וועט צו זיי דערגיין. 15 מיליאָן וועט מוזן צוריקגעגעבן ווערן צו דער מלוכה־קאַסע. ליידער, צו אונדזער גרויס באַדויערן, וועלן אַ סך פֿון די נויט־באַדערפֿטיקע שוין ניט קענען געניסן פֿון דעם קומענדיקן בודזשעט, זיי וועלן שוין ליידער זײַן אויפֿן עולם־האמת. די וועלכע וועלן יאָ באַקומען די דאָזיקע איינמאָליקע שטיצע, וואָס באַשטייט בסך־הכּל פֿון 3,000 שקלים (אַרום 720$), וועלן עס דאַרפֿן אויסניצן צו קויפֿן די נייטיקע מעדיקאַמענטן, ברילן, הער־אַפּאַראַטן און קינסטלעכע ציין. אַזוי ווערט געזאָגט אין דער דאָזיקער מעלדונג...

* * *

וועגן דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון די "שארית־הפּליטה"־ייִדן אין ישׂראל איז שוין פֿיל געשריבן געוואָרן אין דער ישׂראל־פּרעסע.

עס איז גוט באַקאַנט אין דער ברייטער עפֿנטלעכקייט די גרינגשעצונג פֿון געוויסע רעגירונגס־אינסטאַנצן, באַזונדערס פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, בשײַכות מיט די פֿאַרגיטיקונג־געלטער (פּיצוּייִם אין עבֿרית) פֿון דײַטשלאַנד, וואָס זענען באַשטימט פֿאַר די געראַטעוועטע פֿון חורבן און וואָס ווערן פֿאַרטיילט ניט יושרדיק, ניט ווי געהעריק, און זיי באַקומען אַפֿילו ניט אַלץ וואָס עס קומט זיי.

פֿון צײַט צו צײַט לייענען מיר וועגן די פּראָטעסטן פֿון די געליטענע, וועלכע קומען קיין ירושלים צו דעמאָנסטרירן און אויסדריקן זייער צאָרן און ווייטיק קעגן דער באַציִונג פֿון פֿינאַנץ־מיניסטעריום צו זייער מצבֿ און זייערע נויטן אויף די עלטערע יאָרן.

איינער פֿון די אומדערמידלעכע מאָנער רעכטצומאַכן דעם דאָזיקן מצבֿ, וואָס גיט ניט צו קיין כּבֿוד מדינת־ישׂראל אין לאַנד גופֿא און אין די תּפֿוצות, איז דער לאַנג־יאָריקער זשורנאַליסט פֿון דער פּראָמינענטער ישׂראל־צײַטונג "האָרץ", אליהו סלפּטר (סאַלפּעטער).

ערשט מיט 10 טעג צוריק האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג אַ לענגערן, שאַרפֿן און רירנדיקן אַרטיקל א"נ "קומץ שבֿרי אָדם" — אַ הײַפֿל צעבראָכענע מענטשן — וווּ ער שילדערט דעם שווערן, בידנעם מצבֿ פֿון אַלטע, קראַנקע און די מערסטע פֿון זיי עלנטע, "שארית־הפּליטה"־ייִדן, וועלכע לעבן אין ישׂראל אונטער דער "אָרעמקייט־ליניע", ד"ה אין נויט און דחקות, וועלכע באַקומען ניט די געהעריקע הילף און אויפֿמערק מצד די רעגירונגס־אינסטאַנצן, באַזונדערס מצד דעם משׂרד־האוצר — דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום.

..."עס איז ניטאָ קיין באַרעכטיקונג, אַז כּמעט 60 יאָר נאָך דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, זאָלן די רעשטלעך פֿון די קרבנות פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, וועלכע לעבן אויס זייערע לעצטע יאָרן אין ישׂראל, ניט באַקומען די נייטיקע הילף פֿון דער רעגירונג, אין זייער שווערן פֿיזישן און עקאָנאָמישן מצבֿ, כּדי זיי זאָלן קענען אײַנקויפֿן די נייטיקע מעדיצינען און באַצאָלן דעם שטײַער פֿאַר דער טעלעוויזיע, וואָס איז זייער איינציקער מיטל צו געניסן אַ ביסל פֿאַרגעניגן און אָנהאַלטן קאָנטאַקט מיט דער אויסערלעכער וועלט", שרײַבט אליהו סלפּטר.

..."עס איז ניטאָ נאָך אַ לאַנד אין דער וועלט, וואָס באַציט זיך מיט אַזאַ גרינגשעצונג צו די לעגיטימע יורשים פֿון די אומגעקומענע אין צוריקקערן זיי דאָס אייגנטום און פֿאַרמעגן וואָס זייערע משפּחות און קרובֿים האָבן געהאַט אין ארץ־ישׂראל נאָך פֿאַר דעם קריג. מדינת־ישׂראל אַנטזאָגט זיך אַפֿילו צו באַשטימען פֿאַר זיי אַ מינימאַלע סומע, וואָס זאָל זיי דערמעגלעכן אויסצולעבן מיט כּבֿוד זייערע עלטערע יאָרן", שטרײַכט אונטער אליהו סלפּטר אין אונטערקעפּל פֿון זײַן אַרטיקל מיט בולטע אותיות.

ער ווײַזט אויך אָן, אַז די "רעפּאַראַציע־פֿאָנדן" (שילומים), וואָס זענען אַרײַנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד צו העלפֿן רעהאַביליטירן די צעבראָכענע לעבנס פֿון די געראַטעוועטע, זענען פֿאַרנוצט געוואָרן פֿאַר מיליטערישע און אינדוסטריעלע צוועקן און ווייניק פֿון די נײַע עולים, די קרבנות פֿון די דײַטשע רוצחים, האָבן גענאָסן פֿון זיי, ווי עס וואָלט באַדאַרפֿט צו זײַן.

ער דערמאָנט דעם היסטאָרישן פֿאַקט וועגן די טויזנטער פֿון דער שארית־הפּליטה, אָנגעקומענע פֿון די D.P.־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און איטאַליע צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל וואָס זענען גלײַך געשיקט געוואָרן צו פֿאַרשטאַרקן דעם קעמפֿנדיקן ייִשובֿ. אַ גרויסער פּראָצענט פֿון זיי איז געפֿאַלן אין די שלאַכטן מיט דעם אַראַבישן שׂונא.

..."ישׂראל האָט זיך באַצויגן צו די נײַע עולים אויף אַ שענדלעכן אופֿן" , שרײַבט אליהו סלפּטר. מען קען עס אפֿשר פֿאַרענטפֿערן דערמיט וואָס אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה איז די נײַע רעגירונג געווען מסוגל צו געבן די נײַע עולים ניט מער ווי אַ "סוכנות־בעט", אַ צודעק און פֿינף לירות. אָבער שפּעטער צו האָט מען זיי אויך געגעבן אַ געצעלט אָדער אַ הילצערנעם באַראַק.

* * *

אין ישׂראל לעבן הײַנט־צו־טאָג אַרום 280 טויזנט געראַטעוועטע פֿון חורבן. 200,000 פֿון זיי לעבן אין נויט און שווערע באַדינגונגען.

לויט ווי מען שאַצט אָפּ, וועלן אין דרײַ יאָר אַרום, אין יאָר 2010, 65 יאָר נאָך דעם קריג, לעבן אין ישׂראל צווישן 167,800 ביז אַמהעכסטן 225 טויזנט חורבן־געראַטעוועטע.

לויט אליהו סלפּטר, האַלטן געוויסע פֿאַקטאָרן, אַז וואָס עלטער ס׳ווערן די דאָזיקע לעבן־געבליבענע פֿון דײַטשן גיהנום, אַלץ מער פֿאַרגרעסערן זיך די הוצאָות זיי צו העלפֿן. אָבער אַ גרויסע צאָל פֿון זיי שטאַרבן דאָך יעדעס יאָר, דעריבער ווערט דער בודזשעט באַלאַנסירט, און אַפֿילו פֿאַרקלענערט...

ער פֿאַרענדיקט זײַן טרויעריקן אַרטיקל, ווי ער זאָגט, מיט אַ "פּשוטן חשבון": ..."די לעבן־געבליבענע פֿון דעם חורבן זענען אַלט און קראַנק. זיי האָבן ניט קיין כּוח אַרויסצוקומען צו דעמאָנסטרירן און אויפֿרודערן די עפֿנטלעכע מיינונג".

* * *

ד"ר שלמה גאָלדמאַן האָט אין זײַן גלענצנדיקן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון דעם 24סטן נאָוועמבער אויך באַהאַנדלט די דאָזיקע ווייטיקלעכע טעמע, אָבער פֿון גאָר אַן אַנדער קוקווינקל. אין דעם דאָזיקן אַרטיקל אונטערן קעפּל "די שארית־הפּליטה: די שקיעה פֿון אַ העראָיִשן שבֿט", שרײַבט ער צוו"אַנד:

..."עס איז צום באַדויערן ווי ווייניק מענטשן זענען באַהאַוונט אין דער געשיכטע פֿון די לעבן־געבליבענע. איצט, כּמעט 70 יאָר שפּעטער, אין דער בין־השמשות־פֿאַזע פֿון זייער עקזיסטענץ, איז מען סײַ באַרעכטיקט און סײַ מחויבֿ צו מאַכן אַן אָפּשאַצונג פֿון זייער בײַטראָג צו אונדזער המשך און קיום. עס איז אַ מיצווה אויסצודריקן אָנערקענונג און באַזינגען זייערע אויפֿטוען און דערגרייכונגען. זייער היסטאָרישע שליחות געהערט צו דער קאַטעגאָריע פֿון ׳מצוות שהזמן גרמא׳, וואָס די צײַט באַשטימט"...

גערעכט איז ד"ר שלמה גאָלדמאַן אין זײַן רוף, אַז "מיר זענען מחויבֿ צו מאַכן אַן אָפּשאַצונג פֿון זייער בײַטראָג צו אונדזער המשך און קיום".

אַ יישר־כּוח!