- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער וועג פֿונעם "ווײַסן הויז" קיין דײַטשלאַנד, אין הײַלינגענדאַם, וווּ עס קומט פֿאָר דער סאָמיט פֿון די G-8 לענדער, ליגט דורך עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש, האָט בדעה פֿעסטצושטעלן דעם שטאַנדפּונקט פֿון זײַן אַדמיניסטראַציע, מכּוח די פּראָבלעמען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו די דאָזיקע לענדער. אַזוי, למשל, אין אַלבאַניע וועט געוויס גיין אַ רייד וועגן קאָסאָוואָ און איר אומאָפּהענגיקייט; אין פּוילן און טשעכיע — וועגן דער אינסטאָלאַציע פֿונעם שוץ־ראַדאַר, אַן עלעמענט פֿון דער אַלגעמיינער קעגנראַקעטן־סיסטעם. סײַ דער פּראָיעקט אַרום קאָסאָוואָ און סײַ דער פּלאַן אַרום דער קעגנראַקעטן־סיסטעם אין אייראָפּע רופֿן אַרויס אַ שאַרפֿע קריטיק בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין. מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין ווײַסרוסלאַנד באַקומען אַ ביטערן אולטימאַטום. די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אין וואָלאָזשין, אַ שטעטל וואָס געפֿינט זיך 55 מײַל פֿון דער קרוינשטאָט מינסק, האָט געשיקט אַ בריוו דעם "פֿאַרבאַנד פֿון רעליגיעזע ייִדישע שילן", אַן אָרטאָדאָקסישע דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָרענענדיק, אַז אויב ביזן 26סטן אַפּריל וועט דער "פֿאַרבאַנד" נישט קאָנען זאַמלען $20,000 צו רעמאָנטירן די היסטאָרישע וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אים אָנקלאָגן אין געריכט, כּדי צוריקצונעמען דעם בנין. אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַקעגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָרדינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט. אין דער סיני־מלחמה אין אָקטאָבער 1956 האָט ישׂראל געהאַט אַ קאָלאָסאַלן מיליטערישן זיג. אָבער ישׂראלס מיליטערישע דערגרייכונגען אין דער דאָזיקער מלחמה זענען איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער "יו־ען": אָנשטאָט ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, האָבן די אָקופּירטע שטחים פֿאַרנומען פּאָזיציעס סאָלדאַטן פֿון דער "יו־ען", וועלכע האָבן אַזוי אַרום געשאַפֿן אַ מחיצה צווישן ישׂראל און עגיפּטן. פּאַריז קען זיך נישט באַרימען, אַז זי זאָל האָבן אַ מאָל געווען צווישן די מעטראָפּאָליעס פֿון ייִדישן טעאַטער. די צאָל ייִדיש–רעדנדיקע אײַנוווינער אין גאַנץ פֿראַנקרײַך האָט אַפֿילו אין די בעסטע צײַטן, אין די דרײַסיקער יאָרן, נישט אַריבערגעשפּאַנט די הונדערט טויזנט; און דווקא ווען ס׳ייִדישע טעאַטער האָט דאָ געהאַלטן אין וואַקסן, האָט דער חורבן פֿאַרשניטן דעם גרעסטן טייל פֿון יענעם ווירקלעכן אָדער פּאָטענציעלן עולם. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט געשיקט צוועלף "מרגלים" (אויסשפּירער), צו באַקוקן דאָס לאַנד פֿון כּנען, דאָס קומענדיקע ארץ-ישׂראל, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן ייִדן בירושה. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען באַזיגן די דאָרטיקע אײַנוווינער. בלויז משה רבינוס הויפּט-תּלמיד, יהושע-בן-נון, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט אפֿרים, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, פֿון שבֿט יהודה, האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס לאַנד און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען ירשענען דאָס לאַנד. נאָך מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק האָבן די טרעפֿונגען צווישן די פֿירער פֿון די 7 גרויס־אינדוסטריעלע לענדער — ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, איטאַליע, יאַפּאַן און קאַנאַדע — פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ געשעעניש פֿון אַן אויסערגעוויינטלעך וויכטיקן פֿאַרנעם. די באַגעגעניש אין ראַמבוּיע, לעבן פּאַריז, אין 1975, אָרגאַניזירט דורך זשיסקאַר ד‘עסטען, דעם דעמאָלטיקן פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אַרויסגעוויזן די זאָרג פֿון דער וועלט־עליט צוליב דעם וואַקסנדיקן כאַאָס אין די אינטערנאַציאָנאַלע ענינים. עס איז שווער צו רעדן וועגן אַ חבֿר, מיט וועלכן מען האָט אין משך פֿון אַזוי פֿיל יאָרן מיטגעלעבט אין פֿריידן און אין שוועריקייטן פֿון טאָג־טעגלעכן הו־האַ. מיכאל איז פֿאַר מיר, קודם־כּל, געווען אַ חבֿר און אַ יאָרנלאַנגער קאָלעגע בײַ דער אַרבעט אין ראַדיאָ. מיר האָבן זיך באַקענט אַ קורצע צײַט נאָך זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל, אין יאָר 1957, ווען ייִדן האָבן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזט פּוילן. ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ייִדיש־אוידיציע אין "קול־ישׂראל" אין דער צײַט, ווען עס האָבן זיך נאָך באַטייליקט אין איר פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט — זשורנאַליסטן, דענקער, אינטעלעקטואַלן — אַלץ פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון פּוילן, רומעניע און ייִדן, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָס בוך "דאָס פּנים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום" איז אַ מוסטער פֿון אַ האַרמאָנישער מיטאַרבעט צווישן אַ שרײַבער און אַ קינסטלער. דער טעקסט און די בילדער "שמועסן" איינער מיטן אַנדערן, און צוזאַמען רעדן זיי צו דעם לייענער. אָנגעשריבן פֿונעם באַקאַנטן דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער אַרנאָלד צווײַג (1887—1968) און אילוסטרירט פֿון דעם חשובֿן דײַטשיש־ייִדשן מאָלער הערמאַן (חיים אַהרן) שטרוק (1876—1944), איז דאָס בוך אַ ליבע־דערקלערונג פֿון צוויי דײַטשישע ייִדן צו דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, וועלכן זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. ניט לאַנג צוריק איז אין דעם זשורנאַל Jewish History, באַנד 20, נומ. 3–4, דערשינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון גור אלרואי (חיפֿה-אוניווערסיטעט). די אַרבעט הייסט "דעמאָגראַפֿיע אויף דער דינסט פֿונעם פֿאָלק: ליבמאַן הערש, יעקבֿ לעשצינסקי, און די פֿריִע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער מיגראַציע". וועגן לעשצינסקין האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן, און מײַן גרויסער ענגלישער אַרטיקל וועגן דעם מערקווערדיקן מענטשן וועט אָט-אָט דערשײַנען אין דעם זשורנאַל Science in Context, וואָס האָט אויסגעטיילט אַ גאַנצן נומער דער טעמע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. צו איר 55סטן יאָרצײַט ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן דער ייִדישער שול אין אַמעריקע פֿון אַ מאָל און וועגן דעם שול־רעפּערטואַר, וואָס מע האָט גענאָסן און ליב געהאַט, קומען אויפֿן געדאַנק די זינגלידער, די דיכטונג, די מעשׂיות און ימים־טובֿים, וואָס די קינדער האָבן געלערנט, שטודירט, געזונגען, געפּראַוועט. ס׳איז געווען אַ פֿריידיק אָרט, צו וועלכן די קינדער האָבן ליב געהאַט צו קומען, לערנען זיך און פֿאַרברענגען אַ שעה אָדער מער. צווישן די באַליבטע דיכטערס איז געווען לאה קאַפּילאָוויטש־האָפֿמאַן, וועמעס קינדער־לידער די שול־קינדער האָבן געלייענט, רעציטירט און אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק. אין אירע לידער האָט די מחברטע ניט נאָר אויסגעדריקט די געפֿילן פֿון קינד, זײַנע שפּילן, שטיפֿערײַען, זײַנע פֿריידן און זאָרגן, זי האָט גערעדט ווי דאָס קינד רעדט, און דאָס האָט ליבער געמאַכט דאָס לייענען דאָס ליד. די וועבזײַט livejournal.com, "דער לעבעדיקער זשורנאַל", איז אַ ריזיקער ווירטועלער "אוניווערס", וווּ איבער 12 מיליאָנען מענטשן שאַפֿן בלאָגן, עלעקטראָנישע זשורנאַלן, טאָג־ביכער און סתּם שמועסן מיט אַנדערע. אַחוץ די פּערזענלעכע זײַטלעך, זענען דאָרטן אויך פֿאַראַן אַזוי־גערופֿענע "קהילות", וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך גאַנצע גרופּעס "אײַנוווינער" פֿונעם "לעבעדיקן זשורנאַל", לויט זייערע ספּעציפֿישע אינטערעסן. |