‫פֿון רעדאַקציע

דער וועג פֿונעם "ווײַסן הויז" קיין דײַטשלאַנד, אין הײַלינגענדאַם, וווּ עס קומט פֿאָר דער סאָמיט פֿון די G-8 לענדער, ליגט דורך עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש, האָט בדעה פֿעסטצושטעלן דעם שטאַנדפּונקט פֿון זײַן אַדמיניסטראַציע, מכּוח די פּראָבלע­מען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו די דאָזיקע לענדער. אַזוי, למשל, אין אַלבאַניע וועט געוויס גיין אַ רייד וועגן קאָסאָוואָ און איר אומאָפּהענגיקייט; אין פּוילן און טשעכיע — וועגן דער אינסטאָלאַציע פֿונעם שוץ־ראַדאַר, אַן עלעמענט פֿון דער אַלגעמיינער קעגנראַקעטן־סיסטעם. סײַ דער פּראָיעקט אַרום קאָסאָוואָ און סײַ דער פּלאַן אַרום דער קעגנראַקעטן־סיסטעם אין אייראָפּע רופֿן אַרויס אַ שאַרפֿע קריטיק בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין.

פּוטין, ווי אַ מיטגליד פֿון די אַכט אינ­דוסטריעלע גדולים, געפֿינט זיך איצט אויך אויפֿן וועג קיין הײַלינגענדאַם. ווי באַוווּסט, באַמיט זיך אַמעריקע אַרײַנצושטעלן אַ פֿוס אין די אייראָפּעיִשע לענדער, געוועזענע סאַטעליטן פֿונעם געקראַכטן ראַטן־פֿאַר­באַנד, און איצט נײַע מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דער "פֿוס" מיינט טאַקע דעם שוץ־ראַדאַר, וואָס וועט דערמעגלעכן פֿון יאָר 2012 צו פֿאַרטיידיקן אייראָפּע פֿון די איראַנער, אָדער צפֿון־קאָרעער נוקלעאַרע־ראַקעטן. אַמעריקע דערקלערט, אַז קיין שום סכּנה פֿאַר רוסלאַנד גופֿא שטעלן די ראַדאַרן נישט פֿאָר. פּוטין און זײַנע גענעראַלן זײַנען אָבער אין דעם נישט זיכער. נאָך מער, פּוטין איז איבערצײַגט, אַז אַמעריקע פֿאַרשפּרייט דערמיט נאָך מער איר מיליטערישע השפּעה אויף צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע; אַז דער פּלאַן פֿון "פֿאַרטיידיקן", איז אין דער אמתן אַ פּלאַן פֿון "אַנפֿאַלן", אָדער, אַמווייניקסטן, אַ מיטל צו האַלטן רוסלאַנד אין אַ מורא.

אויב דאָס איז ווייניק, האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט צוגעגעבן: אויב אַמעריקע וועט נישט בײַטן אירע מיליטאַנטישע פּלענער אין אייראָפּע, וועט רוסלאַנד אָנשטעלן אירע אייגענע ראַקעטן אויף אייראָפּע, אַזוי ווי זיי זײַנען געווען געצילט אין די צײַטן פֿון דער קאַלטער מלחמה. אין פּוטינס טערמינאָלאָגיע הייסט עס אָבער "אַסימעטרישער ענטפֿער".

וואָס מיינט עס, דער פֿאַרנעפּלטער "אַסימעטרישער ענטפֿער"? אויף פּראָסט מאַמע־לשון ווערט עס פֿאַרטײַטש ווי "אָפּטאָן אויף טערקיש". למשל, אייראָפּע און אַמעריקע האַלטן, אַז קאָסאָוואָ דאַרף זײַן אומאָפּהענגיק פֿון סערביע; קומט רוסלאַנד און זאָגט — "ניעט!" רוסלאַנד האָט איר באַזונדערן "ניעט!" — אויך וואָס שייך דער איראַנער נוקלעאַרער פּראָגראַם און דער טראַגעדיע אין דאַרפֿור. רוסלאַנד חבֿרט זיך מיט "כאַמאַס", פֿאַרקויפֿט געווער סיריע און נעמט זיך אַרום מיט כוגאָ טשאַוועז... "ניעט!" — קיינער מיינט, חלילה, נישט, אַז רוסלאַנד דאַרף זײַן אַ ניונקעלע און טאָן דאָס וואָס די מערבֿ־וועלט וויל. עס באַקומט זיך אָבער אַזוי, אַז כּמעט אַלע אירע פֿרײַנד זײַנען דעם מערבֿס פֿײַנט. דאָס מיינט טאַקע — "אַסימעטרישער ענטפֿער".

פֿאַר וואָס זשע דווקא איצט, פֿאַרן סאָמיט, און אַ יאָר פֿאַרן אויסגיין פֿון זײַן פּרעזידענטן־טערמין האָט וולאַדימיר פּוטין באַוויזן, אַז ער האָט נישט בלויז "אויערן", נאָר אויך "ציין", און קאָן מיט זיי בײַסן? אַוודאי, פֿילט רוסלאַנד זיך נישט גאָר באַקוועם, האָבנדיק בײַ אירע גרענעצן מיט אייראָפּע אַזאַ מין אַמעריקאַנער "שוץ־ראַדאַר"; מאָסקווע וואָלט אפֿשר די ביטערע "אַמעריקאַנער פּיל" אויך אַראָפּגעשלונגען, ס‘איז איר אָבער שוין דערעסן געוואָרן במשך פֿון די לעצטע כּמעט 20 יאָר, זינט דער "פּערעסטראָיקע", זיך צו קאָרמען מיט די "מערבֿ־שפּײַזן": זיך לערנען דעמאָקראַטיע, הומאַניזם, טאָלעראַנטקייט וכּדומה. נישט נאָר פּוטינען, גאַנץ רוסלאַנד, וואָס געדענקט נאָך גוט די "גאָלדענע צײַט", ווען די וועלט האָט געציטערט נישט אַזוי פֿאַר אַמעריקע, ווי פֿאַרן קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז עס נימאס געוואָרן.

דאָס הײַנטיקע רוסלאַנד, וואָס "שפּײַזט זיך" מיט די אייגענע נאַפֿט־און־גאַז פּראָדוקטן, נייטיקט זיך שוין נישט מער אין די מערבֿ־מאכלים. עס וויל ווידער פּראַווען מיטן וועלט־פּאַראַד. יעדנפֿאַלס, אויפֿן איצטיקן "סאָמיט" אין דײַטשלאַנד וועט פּוטין אַזאַ שאַנס נישט פֿאַרזען. צוריק גערעדט, סײַ בוש און סײַ פּוטין האַלטן, אַז זייער מין דעמאָקראַטיע איז די בעסטע. דער פּאַראַדאָקס אָבער פֿון די ביידע פֿירער באַשטייט אין דעם, אַז זייערע דעמאָקראַטיעס האָבן ענלעכע פֿויסטן. איין אונטערשייד: בוש מיט זײַן "פֿויסט־דעמאָקראַטיע" האָט פֿאַרלוירן אַלע זײַנע שטיצער און אָנהענגער סײַ בײַ זיך אין אַמעריקע און סײַ איבער דער וועלט. פּוטינס "פֿויסט־דעמאָקראַטיע" האָט אים געשאַפֿן מיליאָנען אָנהענגער, קודם־כּל, בײַ זיך אין רוסלאַנד. דעריבער ברענגט בושן זײַן נאַציאָנאַלער עקסטרעמיזם — צרות, און פּוטינען — זײַן נאַציאָנאַלער עגאָיִזם — פּאָפּולערקייט.