|
די וואָלאָזשינער ישיבֿה, געגרינדעט אין 1803 |
|
מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין ווײַסרוסלאַנד באַקומען אַ ביטערן אולטימאַטום.
די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אין וואָלאָזשין, אַ שטעטל וואָס געפֿינט זיך 55 מײַל פֿון דער קרוינשטאָט מינסק, האָט געשיקט אַ בריוו דעם "פֿאַרבאַנד פֿון רעליגיעזע ייִדישע שילן", אַן אָרטאָדאָקסישע דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָרענענדיק, אַז אויב ביזן 26סטן אַפּריל וועט דער "פֿאַרבאַנד" נישט קאָנען זאַמלען $20,000 צו רעמאָנטירן די היסטאָרישע וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אים אָנקלאָגן אין געריכט, כּדי צוריקצונעמען דעם בנין.
איידער די שטאָט האָט געהאַט אומגעקערט דעם בנין דער קהילה אין יאָר 2000, איז ער באַניצט געוואָרן ווי אַ בעקערײַ און אַ וווּרשט־פֿאַבריק.
צום גליק, האָט די קהילה געפּועלט בײַ דער שטאָט־רעגירונג צו פֿאַרלענגערן דעם טערמין אויף צוויי וואָכן, און במשך פֿון דער צײַט באַוויזן צו קריגן די נייטיקע פֿאָנדן, כּדי אָנצוהייבן דעם רעמאָנט.
דער פּרעזידענט פֿון "פֿאַרבאַנד", יורי דאָרן, האָט דערקלערט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די דראָונג פֿון דער שטאָט־רעגירונג איז בפֿירוש נישט געווען צוליב אַנטיסעמיטיזם. "די אָרטיקע אינסטאַנצן האָבן לעצטנס געהאַט פֿאַרראָכטן אַלע בנינים אין צענטער וואָלאָזשין, אָבער די ישיבֿה, וואָס געפֿינט זיך גלײַך אינעם היסטאָרישן צענטער פֿון דער שטאָט, איז געבליבן אָפּגעלאָזן. מיט אַ האַלב יאָר צוריק איז אַ קאָמיסיע פֿונעם פּרעזידענט געקומען קיין וואָלאָזשין און געמאַכט אַ באַמערקונג וועגן דעם מצבֿ פֿונעם בנין. ערשט דעמאָלט האָט דער בירגערמײַסטער אָנגעהויבן צו דריקן אויף אונדז וועגן רעמאָנט."
די וואָלאָזשינער ישיבֿה, אויך באַקאַנט ווי "עץ חיים", איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1803 פֿון ר׳ חיים וואָלאָזשינער, איינער פֿון די אָנגעזעענסטע תּלמידים פֿונעם ווילנער גאון. דאָס איז געווען אַ צײַט, ווען אַ גרויסער טייל פֿון דער יוגנט איז מיטגעריסן געוואָרן פֿון דער פּאָפּולערער חסידישער באַוועגונג, וואָס האָט געפּרעדיקט, אַז דבֿקות (דערנענטערן זיך צום אייבערשטן) איז וויכטיקער ווי לערנען תּורה. ר׳ חיים האָט זיך אונטערגענומען צוריקצוברענגען די יונגע לײַט צום לערנען און האָט אויפֿגעשטעלט אַ בכּבֿודיקע ישיבֿה, וואָס זאָל ממשיך זײַן די מעטאָדיק פֿונעם ווילנער גאון — דאָס הייסט, טיף אַנאַליזירן די גמרא־טעקסטן, כּדי אַרויסצובאַקומען די אמתע כּוונה און באַטײַט פֿון די ראשונים (די קאָמענטאַטאָרן ביז צום זעכצנטן יאָרהונדערט). די וואָלאָזשינער ישיבֿה איז געוואָרן דער מוסטער פֿאַר אַלע שפּעטערדיקע גרויסע ליטווישע ישיבֿות ווי, למשל, די סלאָבאָדקער, מירער און טעלזער ישיבֿות.
אינעם ערשטן יאָר האָבן זיך דאָרט געלערנט צען תּלמידים, אָבער דער שם פֿון דער ישיבֿה האָט זיך גיך צעוואַקסן און במשך פֿון עטלעכע יאָר האָט עס שוין צוגעצויגן הונדערטער בחורים. "אַזאַ גרויסע ישיבֿה האָט ביז דעמאָלט נישט עקזיסטירט," האָט דערקלערט ד״ר דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר". "ביז דעמאָלט זענען די ישיבֿות געווען בלויז קליינע, לאָקאַלע אינסטיטוציעס. ר׳ חיימס איז געווען די ערשטע, וווּ הונדערטער תּלמידים זענען געקומען צו פֿאָרן פֿון אומעטום, און דאָרט געלערנט, און געדאַוונט, טאָג און נאַכט."
זי איז געוואָרן אַזאַ אָנגעזעענע אינסטיטוציע, אַז דער מיליטערישער גובערנאַטאָר פֿון ליטע האָט אין יאָר 1813 אַרויסגעלאָזט אַ דאָקומענט, וואָס באַפֿעלט דאָס מיליטער "צו באַשיצן דעם הויפּט־רבֿ פֿון וואָלאָזשין, חיים בן יצחק, זײַנע שולן און דערציִונג־אינסטיטוציעס."
אין 1892, האָט די צאַרישע רעגירונג (אַ פּנים, אונטערגעטריבן פֿון די משׂכּילים) באַפֿוילן די ישיבֿה אָנהייבן לערנען סעקולערע שטודיעס. דער ראש־ישיבֿה, ר׳ נפֿתּלי־צבֿי יהודה בערלין (דער נצי״בֿ) האָט אָבער דערקלערט, אַז ער וועט גיכער שליסן די ישיבֿה אין גאַנצן, איידער אײַנפֿירן אַ וועלטלעכן קוריקולום. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט די צאַרישע אינסטאַנץ טאַקע געשלאָסן די ישיבֿה און אַרויסגעשיקט דעם נצי״בֿ און די תּלמידים פֿון וואָלאָזשין. הגם די רעגירונג האָט מיט עטלעכע יאָר שפּעטער יאָ דערלויבט צו ניצן דעם בנין ווי אַ בית־מדרש, און אין 1921 — ווי אַ לערן־אַנשטאַלט, האָט די וואָלאָזשינער ישיבֿה שוין קיין מאָל נישט דערגרייכט דאָס חשיבֿות פֿון אַמאָל.
אַ צאָל תּלמידים פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה זענען שפּעטער געוואָרן באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, ווי, למשל, חיים־נחמן ביאַליק, וועלכער האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד דער ישיבֿה אין זײַן ליד "המתמיד", און מיכה־יוסף בערדיטשעווסקי.
במשך פֿונעם חורבן זענען אין ווײַסרוסלאַנד דערהרגעט געוואָרן בערך אַכט הונדערט טויזנט ייִדן, און אין וואָלאָזשין און אין דער אומגעגנט — בערך 3,500.
הערבערט בלאָק, אַ געהילף פֿונעם עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט בײַם "דזשוינט", פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט צו רעמאָנטירן די וואָלאָזשינער ישיבֿה. הגם ער איז באַשעפֿטיקט מער מיט פֿאַרשיידענע פֿאַרגיטיקונג־ענינים פֿון מיזרח־אייראָפּע, איז דער פּראָיעקט פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה אים ספּעציעל צום האַרצן, ווײַל ער איז אַליין, פֿון זײַן מאַמעס צד, אַן אָפּשטאַמלער פֿון ר׳ חיים וואָלאָזשינער.
"ס׳איז אַ גרויסער שאָד, ווײַל טוריסטן קומען אָנקוקן דעם בנין, און ער איז ליידיק," האָט בלאָק געזאָגט. דאָס ביסל געלט וואָס דער ייִדישער ייִשובֿ האָט ביז איצט געהאַט איז בלויז געווען גענוג פֿאַר נויטפֿאַלן, ווי למשל, צו פֿאַרריכטן דעם דאַך, אָבער קיינער האָט נישט געזאַמלט קיין געלט פֿאַר אַן אמתן רעמאָנט.
"וואָלאָזשין איז בלויז אַ שטעטעלע אין מיטן פֿון אַ יענעמס וועלט. ס׳איז נישט אַזוי ווי לובלין, וואָס איז אַ גרויסע שטאָט, און האָט דערפֿאַר געקאָנט הײַיאָר ווידער עפֿענען איר גרויסע ישיבֿה."
הגם וואָלאָזשין האָט הײַנט נישט מער ווי 11 ייִדן, דערגרייכט דער אַלגעמיינער ייִדישער ייִשובֿ אין ווײַסרוסלאַנד צו 55,000 ייִדן; עס פֿונקציאָנירן מנינים אין 22 שטעט, און ס׳איז אויך דאָ אַ מיטלשול, 6 זונטיקשולן, צוויי מיקוות, און אַ שחיטה איין מאָל אַ חודש.
די $20,000 וואָס מע האָט, פֿונדעסטוועגן, געזאַמלט, דורכן "דזשוינט" און אַגודת־ישׂראל, וועט גילטן פֿאַר קאָסמעטישע אויסבעסערונגען און אָפּצופֿאַרבן דעם דרויסנדיקן טייל, "בלויז גענוג צופֿרידנצושטעלן די מלוכישע אויטאָריטעטן", האָט בלאָק דערקלערט. "מיר דאַרפֿן איצט געפֿינען אַ ווײַט־גרייכיקע לייזונג."
געוויסע ישיבֿות אין ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן דווקא אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס אינעם פּראָיעקט און איבערגעגעבן, אַז זיי וואָלטן געווען גרייט זומערצײַט צו שיקן יונגע לײַט זיך צו לערנען אין דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, אָבער דאָס וואָלט געקאָסט $400,000. "אויב מע וויל טאַקע גרינדן אַ כּולל, וועט מען דאַרפֿן באַזאָרגן די תּלמידים מיט וווינונגען און כּשרע מאָלצײַטן — אַ ריזיקע אונטערנעמונג."
אַ מער רעאַליסטישער פּלאַן, זאָגט בלאָק, איז צו פֿאַרוואַנדלען דעם בנין אין אַ זאַל, וווּ טוריסטן וואָלטן געקענט הערן לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דער ישיבֿה, אָדער אין אַ קליינעם מוזיי. "אויב מענטשן האָבן אַנדערע געדאַנקען פֿאַר דער ישיבֿה, איז אדרבא; מיר, אין ׳דזשוינט׳, זענען גרייט זיי אויסצוהערן."