פּובליציסטיק
פּרעזידענט לינדאָן דזשאַנסאָן (לינקס) מיטן פּרעמיער לוי אשכּול
פּרעזידענט לינדאָן דזשאַנסאָן (לינקס) מיטן פּרעמיער לוי אשכּול

אין דער סיני־מלחמה אין אָקטאָבער 1956 האָט ישׂראל געהאַט אַ קאָלאָסאַלן מילי­טערישן זיג. אָבער ישׂראלס מיליטערישע דערגרייכונגען אין דער דאָזיקער מלחמה זענען איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער "יו־ען": אָנשטאָט ישׂראלדיקע סאָל­דאַטן, האָבן די אָקופּירטע שטחים פֿאַרנומען פּאָזיציעס סאָלדאַטן פֿון דער "יו־ען", וועלכע האָבן אַזוי אַרום געשאַפֿן אַ מחיצה צווישן ישׂראל און עגיפּטן.

כאָטש די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן געצוווּנגען ישׂראל צו פֿאַרלאָזן אַלע אָקופּירטע שטחים, האָט ישׂראל דערגרייכט אין דער סיני־מלחמה אירע הויפּט־צילן: דער עגיפּטישער מיליטערישער כּוח איז צעבראָכן געוואָרן און די באַדראָונג פֿאַר ישׂראלס עקזיסטענץ איז פֿאַרשוווּנדן; דער ים־עמבאַרגאָ קעגן ישׂראל איז אָפּגעשאַפֿט געוואָרן, און דער ים־סוף — דער רויטער ים — איז געעפֿנט געוואָרן פֿאַר ישׂראלס נאַוויגאַציע; די פֿעדאַיִן־טעראָריסטן אין עזה־ראַיאָן זענען צעשמעטערט געוואָרן און ישׂראל האָט באַקומען 10 יאָר פֿרײַ פֿון טעראָר. ישׂראל האָט באַקומען צוזאָגן, אַז די לאַגע פֿון אָקטאָבער 1956 וועט זיך מער נישט איבערחזרן, אָבער אַלע הבֿטחות האָבן ווי קיינמאָל נישט עקזיסטירט, ווען אַבדול נאַסער האָט באַשלאָסן אַרויסצוטרײַבן די "יו־ען" סאָלדאַטן. און אויס מחיצה.

די לאַגע האָט זיך אָנגעהויבן צו קאָמ­פּליצירן דעם 7טן אַפּריל 1967 מיט אַ לופֿט־קאַמף צווישן ישׂראל און סיריע, אין וועלכן ישׂראלס אַוויאַציע האָט אַרונטערגעשאָסן נעבן דמשׂק 6 סירישע "מיג"־עראָפּלאַנען. די סיריער האָבן געהאָפֿט, אַז די סאָוועטן, די פֿאַבריקאַנטן פֿון די "מיגס", וועלן קומען צו זייער הילף. אָבער מאָסקווע האָט מורא געהאַט צו אינטערווענירן דירעקט און האָט באַשלאָסן צו מאָביליזירן דערצו עגיפּטן. די רוסן האָבן דערמאָנט נאַסערן זײַן פֿאַר­טיידיקונגס־אָפּמאַך מיט סיריע, און כּדי אים צו איבערצײַגן אין דער נויטווענדיקייט פֿון אַן אַקציע, האָבן זיי אויסגעטראַכט — און פּוב­ליקירט — אַז ישׂראל האָט מאָביליזירט 13 דיוויזיעס און קלײַבט זיך צו אַטאַקירן דמשׂק.

ישׂראל האָט נישט מאָביליזירט קיין שום דיוויזיעס און ישׂראלס אויסערן־מיניסטער, אַבא איבֿן, האָט אײַנגעלאַדן פֿאָרשטייער פֿון דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע אַרויסצוגיין מיט אים אויף אַ באַזוך אין צפון פֿון לאַנד, כּדי זיך צו איבערצײַגן אין דעם, אָבער די סאָוועטן האָבן זיך אָפּגעזאָגט. נאַסער האָט געגלייבט די סאָוועטן און דעם 15טן מײַ האָט ער אָנגעהויבן צו שיקן מיליטערישע איינהייטן צו ישׂראלס גרענעץ. אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט ער באַפֿוילן די "יו־ען"־סאָל­דאַטן צו פֿאַרלאָזן זייערע פּאָזיציעס און דעם 22סטן מײַ — אָנגענומען זײַן דעצידירנדיקן גורלדיקן שריט: ער האָט פֿאַרמאַכט די טיראַן־לאַנדפּאַסן פֿאַר ישׂראלדיקע שיפֿן און פֿאַר שיפֿן, וואָס פֿירן פֿראַכט קיין ישׂראל, אײַנגעשלאָסן נאַפֿט.

עטלעכע טעג שפּעטער האָט אויסגעזען, אַז ישׂראלס פּאָליטישע אײַנריכטונג צע­פֿאַלט זיך ווי אַ קאָרטן־שטיבל. ענגלאַנד און פֿראַנק­רײַך האָבן זיך אָפּגעטראָגן פֿון דער דרײַ־מעכטיקע־דערקלערונג פֿון יאָר 1956 אָפּצוהיטן פֿרײַע נאַוויגאַציע. שאַרל דע־גאָל האָט געוואָרנט ישׂראל, זי זאָל נישט אָנהייבן קיין מיליטערישע אַקציע קעגן עגיפּטן, צוליבן שליסן די פֿרײַע נאַוויגאַציע. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, לינדאָן דזשאַנסאָן, האָט פֿאָרגעשלאָגן אַן אַקציע פֿון די "ים־מאַכטן" צו צעברעכן דעם "עמבאַרגאָ", אָבער דאָס איז אָנגעגאַנגען זייער פּאַמעלעך. עגיפּטן האָט מער נישט באַהאַלטן, אַז דער ציל פֿון אירע אַקטיוויטעטן איז נישט בלויז דאָס פֿאַרמאַכן פֿון די טיראַן־לאַנדפּאַסן, נאָר די פֿאַרניכטונג פֿון מדינת־ישׂראל. דער אומרו אין דער עפֿנטלעכער מיינונג — אין מערבֿ אַזוי ווי אין מיזרח — בײַם צוהערן זיך צו דער דראָונג פֿון ייִדן־פֿאַרניכטונג אַ פֿערטל יאָרהונדערט נאָך היטלערן, איז געוואָקסן, און די ייִדן אויף דער גאַנצער וועלט האָבן זיך מאָביליזירט צו פֿאַרטיידיקן מדינת־ישׂראל מיט געלט־בײַשטײַערונגען און פֿרײַוויליקע.

אין די טעג פֿון מײַ 1967, וועלכע מען האָט באַצייכנט ווי די טעג פֿון גרייטקייט, האָבן די ייִדן פֿון דער וועלט געזען פֿאַר זייערע אויגן די סכּנה פֿון אַ נײַעם חורבן. צווישן די ייִדן פֿון דער גאָרער וועלט האָט זיך געשטאַרקט די זאָרג — טאַקע ווי אַ רע­זולטאַט פֿונעם גרויסן חורבן — אַז אָט דראָט די סכּנה פֿון אומקום דער ייִדישער מדינה, וווּ אַ פֿאַרוווּנדעט פֿאָלק בויט זײַן לעבן. דער זכּרון פֿון חורבן האָט זיך דערוועקט נישט בלויז בײַ די ייִדן וואָס האָבן עס דורכ­געלעבט, נאָר אויך בײַ יוגנטלעכע וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן און געלעבט אין ישׂראל און אין גלות. די באַדערפֿעניש פֿון אייניקייט האָט דערבראַכט אין ישׂראל צו דער שאַפֿונג פֿון דער "נאַציאָנאַלער אייני­קייט־רעגירונג", אין וועלכער עס האָבן זיך אײַנגעשלאָסן מנחם בעגין, ווי מיניסטער אָן אַ פּאָרטפֿעל, און משה דיין, ווי זיכערהייט־מיניסטער.

עגיפּטן האָט פֿאָרגעזעצט צו קאָנצענטרירן גרויסע כּוחות, כּדי אָפּצושנײַדן אילת און דעם דרומדיקן נגבֿ פֿון מדינת־ישׂראל. דעם 30סטן מײַ איז געקומען קיין קאַיִר דער יאָר­דאַנישער קעניג כוסיין, נאָכדעם ווי ער האָט מסכּים געווען, אַז די סאַודישע און איראַ­קישע מיליטערישע איינהייטן זאָלן אַרײַנ­גיין אין יאָרדאַניע. אין קאַיִר האָט כוסיין אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן ער האָט אַוועקגעשטעלט די יאָרדאַנישע אַרמיי אונטער די באַפֿעלן פֿון נאַסערן. דעם 4טן יוני, האָבן עגיפּטן און איראַק אונטערגעשריבן אַ פֿאַרטיידיקונגס־אָפּמאַך.

ישׂראל האָט מער נישט געקאָנט וואַרטן, און דעם 5טן יוני אין דער פֿרי האָט ישׂראלס מיליטערישער לופֿטפֿלאָט אַטאַקירט אַלע פֿליפֿעלדער פֿון עגיפּטן און אין אַ פּאָר שעה פֿאַרניכטעט אַלע עגיפּטישע עראָפּלאַנען. ישׂראלס ים־פֿלאָט האָט פֿאַרזיכערט די ברעגן און פֿאַרשפּאַרט דעם עגיפּטישן ים־פֿלאָט אויף זײַנע באַזעס. אין דרום איז אַרײַנגע­דרונגען דאָס פּאַנצער־מיליטער, אַוואַנסירט אין דער טיפֿעניש פֿון סיני און אונטערוועגס פֿאַרניכטעט די עגיפּטישע אַרמייען.

יאָרדאַניע האָט איגנאָרירט אשכּולס ביטע זיך נישט אַרײַנצומישן אינעם קאָנ­פֿליקט מיטן צוזאָג, אַז אין אַזאַ פֿאַל וועט מען זי נישט אָנרירן; אָבער יאָר­דאַניע האָט באָמ­באַרדירט ירושלים. זי האָט אײַנגענו­מען דעם פּאַלאַץ פֿון ענג­לישן הויך־קאָמי­סאַר. ישׂראל האָט געמוזט רעאַגירן און אײַנ­גענומען דעם טייל פֿון ארץ־ישׂראל, וואָס איז גע­ווען אָקופּירט דורך יאָרדאַ­ניע, און פֿאַראייניקט אונ­טער איין מאַכט די גאַנצע שטאָט ירושלים.

דעם 9טן יוני האָט ישׂראל אָנגעהויבן דעם אַטאַק אויפֿן סירישן פֿראָנט און אײַנגע­נומען רמת־הגולן. אין זעקס טעג איז אָפּגעפֿירט געוואָרן די סכּנה פֿון די ישׂראל־גרענעצן. דער סיני און רמת־הגולן האָבן אויפֿגעהערט צו זײַן טעראָריסטישע באַזעס, ירושלים איז געוואָרן פֿולשטענדיק באַפֿרײַט. ישׂראל האָט זיך געפֿונען אין איינער פֿון אירע שענסטע שעהן, מיט געשיצטע גרענעצן פֿון סועץ־קאַנאַל ביזן רמת־הגולן און לענג־אויס דעם ירדן־טײַך; מיט אַ זיגע­רישער אַרמיי, וואָס די גאַנצע וועלט האָט פֿאַרהערלעכט; מיט אַ קאָלאָסאַלן פּרעסטיזש אויף דער וועלט; מיט דער ליבשאַפֿט און גאווה פֿון גאַנצן ייִדישן פֿאָלק אויף דער גאָרער וועלט; פֿולע אייניקייט צווישן ישׂראל און די ייִדישע קהילות אין גלות, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נישט איבערגעריסענעם בונד. דער סאָוועטן־פֿאַר­באַנד האָט געברענט, ווי פֿײַער, און איבער­געריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל.

אויך די אַנדערע קאָמוניסטישע מדינות — אַחוץ רומעניע — האָבן איבערגעריסן די באַציִונגען. ישׂראל איז אַרויס פֿון דער מלחמה ווי אַ זיגער, אָבער אויך מיט 780 געהרגעטע סאָלדאַטן און הונדערטער פֿאַר­וווּנדיקטע. דער נצחון האָט אָפּגעקאָסט אַ טײַערן פּרײַז. די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן האָבן געקעמפֿט מיט גבֿורה, וויסנדיק, אַז זיי זענען נישט אַליין, אַז הינטער זיי געפֿינט זיך אַן אומבאַגרענעצטער אַליִיִרטער: דאָס ייִדישע פֿאָלק.

פֿאַר די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן זענען די ייִדן פֿון דער וועלט געווען אַ קוואַל פֿון אוממיטלבאַרן אײַנפֿלוס און פֿיל קראַפֿט. שטעלנדיק זיך הינטער דער מדינה, ווי איין מענטש, האָבן די ייִדן פֿון דער וועלט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ווערטיקן שותּף אין דעם פּרעכטיקן נצחון. געמיינזאַמע פֿאַרגאַנגענהייט־זכרונות, די אייניקייט פֿון פֿאָלק, די ייִדישע סאָלידאַריטעט, די שותּפֿות פֿון גורל — דאָס זענען די פֿאַקטאָרן וואָס האָבן דערמעגלעכט אונדזער פֿאָלק אין פֿאַרלויף פֿון דורות צו באַקעמפֿן די סכּנות, וואָס האָבן אונדז באַדראָט. דער דאָזיקער כּוח איז געשטאַרקט געוואָרן מיט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל, וואָס האָט אַראָפּגענומען פֿון אונדזער קאָפּ דעם דאָרן־קראַנץ ווי אַ זון פֿון אַ וואַנדערנדיק פֿאָלק, וואָס האָט נישט קיין שטיקל אייגענע ערד און איז אַ סימבאָל פֿון פֿיזישער שוואַכקייט און אַ באַקאַנטער קרבן פֿון באַליידיקונגען און דערני­דערונגען.

מדינת־ישׂראל האָט צו­ריקגעקערט דעם וואַנ­דער­נדיקן און צעשפּרייטן פֿאָלק זײַן לע­גיטימען נאַ­ציאָ­נאַלן סטאַטוס און גע­שטאַרקט זײַן גײַסטיקע, רע­ליגיעזע און מאָראַלישע אידענטיטעט. די זעקסטאָ­גיקע מלחמה האָט געמונ­טערט יעדן ייִדן און נאָך מער אויפֿ­געהויבן דעם קאָפּ. אין יענע טעג האָט דער פֿראַנצויזישער ייִדישער סאָ­ציאַ­ליסט דאַניעל מײַער דערקלערט, אַז ער שעמט זיך צו זײַן אַ סאָציאַליסט, ווען דער סאָ­וועטן־פֿאַרבאַנד העצט די אַראַבער צו פֿאַר­ניכטן ישׂראל; ער שעמט זיך צו זײַן אַ פֿראַנצויז, ווען פֿראַנק­רײַך פֿאַרלאָזט איר שלום־באַגערנדיקן פֿרײַנד, ישׂראל; ער שעמט זיך צו זײַן אַ מענטש­לעכע באַשע­פֿעניש, ווען די מענטש­הייט טוט גאָרנישט כּדי אויס­צומײַדן די פֿאַר­ניכטונג פֿון אַ פֿאָלק; דאָס איינציקע וואָס ער שעמט זיך נישט — איז צו זײַן אַ ייִד; ווײַל איצט, מער ווי ווען נישט איז, איז עס אַ כּבֿוד צו זײַן אַ ייִד.

און צו זײַן אַ ייִד הייסט, צו געהערן, אין דער זעלבער צײַט, צום פֿאָלק און צו דער רעליגיע. דאָס ייִדישע פֿאָלק איז דאָס איינציקע פֿאָלק, וואָס האָט נאָר איין רעליגיע און די ייִדישע רעליגיע איז די איינציקע אין דער וועלט, וואָס געהערט צו איין פֿאָלק. לויט דוד בן־גוריון, האָבן מיר טויזנטער יאָרן אָפּגעהיט דעם תּנ״ך און דער תּנ״ך — אונדז. און דעריבער מוזן מיר ממשיך זײַן צו טאָן וואָס מיר האָבן געטאָן טויזנטער יאָרן — אָפּצוהיטן אונדזער אידענטיטעט.

בײַם גרעסטן טייל פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג איז די שטימונג געווען זייער הויך און עס האָט בײַ זיי געהערשט דאָס געפֿיל, אַז דער קאָלאָסאַלער נצחון אין דער זעקסטאָגיקער מלחמה האָט פֿאַרזיכערט אויף אייביק די עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל. דאָס איז קלאָר געקומען צום אויסדרוק אין די לאָזונגען פֿון דער רעכטער "גוש אימונים" — "דער צוטרוי בלאָק", וואָס איז אַנטשטאַנען נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה, צוזאַמען מיט דער לינקער באַוועגונג "שלום עכשיו" — "שלום איצט". מיט דער שאַפֿונג פֿון די צוויי באַוועגונגען האָט זיך קריסטאַליזירט די פּאָלאַריזירונג פֿון רעכטס און לינקס אין ישׂראל. די לאָזונגען פֿון רעכטן פֿליגל זענען געווען אַז "עס עקזיסטירט נישט קיין פּאַלעסטינער פֿאָלק", אַז דער ציל איז "ארץ־ישׂראל השלימה" — "גאַנץ ישׂראל", אַז "ירושלים איז אויף אייביק פֿאַראייניקט געוואָרן"; און אַ דעצידירנדיקער פֿאַקטאָר זענען געוואָרן די "מתנחלים" — די קאָלאָ­ניסטן. די אָנגעהעריקע צום רעכט־צענטראַלן פֿליגל זענען געווען איבערצײַגט, אַז ישׂראל מוז האָבן פֿאַר איר נאַציאָנאַלער זיכערהייט אַ שטאַרקע אַרמיי און אַ רעגירונג מיט אַ שטאַרקער האַנט קעגן די פּאַלעסטינער און זייערע אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויטעטן.

דער לינקער פֿליגל האָט געוואָרנט קעגן דער סכּנה פֿון "לנצח נאכל חרבֿ" — אַז "מיר וועלן דאַרפֿן אייביק לעבן אויף דער שווערד" — איז געווען קעגן מיליטערישע אַקציעס, און האָט געפֿאָדערט, אַז ישׂראל זאָל פֿאַרלאָזן די אָקופּירטע שטחים. מיט דער צײַט, צוליב דער "אינטיפֿאַדע" און די פֿיל טעראָר־אַקטן, האָבן זיך אויך די לאָזונ­גען פֿון רעכט־צענטראַלן פֿליגל געענדערט, און אַלץ מער און מער האָט מען געקאָנט הערן, אַז ישׂראל איז גרייט אויף "ווייטיקדיקע קאָמפּראָמיסן" פֿון שאַפֿן פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה.

ווען אהוד ברק איז, אין 1999, געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער, איז ער געווען גרייט זיך צוריקצוציִען צו די גרענעצן פֿון 1967, אָפּגעבן סיריע דעם גולן, און פֿאָרגעשלאָגן אַראַפֿאַטן 97% פֿון די שטחים, אַן אויסטויש פֿון טעריטאָריע פֿאַר די איבערגעבליבענע 3%, סוּווערעניטעט אין קוואַרטאַלן פֿון דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים און שותּפֿות אויפֿן הר־הבית — דער באַרג אין ירושלים, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער בית־המקדש. ווען אַריאל שרון איז געוואָרן פּרעמיער־מיניס­טער, האָט ער דורכגעפֿירט די "התנתקות" — דאָס צוריקציִען זיך פֿון עזה און פֿון 4 ייִשובֿים אין צפֿון־שומרון.

40 יאָר נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה עקזיסטירט אין ישׂראל אַ טיפֿע מחלוקת וועגן דער מלחמה, ווײַל די אָנגעהעריקע צום לינקן פֿליגל באַטראַכטן די רעזולטאַטן פֿון דער מלחמה ווי דעם מקור פֿון אַלע אונדזערע פּראָבלעמען און צרות, וואָס מיר האָבן הײַנט, און וואָס שטעלן אין סכּנה די עצם־עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל. זיי זע­נען זייער צופֿרידן מיט דער גרייטקייט פֿון ישׂראל אָנהייבן שלום־אונטערהאַנדלונגען מיט אַ דעלעגאַציע פֿון דער אַראַבישער ליגע אויפֿן יסוד פֿון דעם סאַודישן פּלאַן; זיי זעען דערין דעם אײַנפֿלוס פֿון זייער לאַנג־יאָרי­קער אַגרעסיווער פּאַציפֿיסטישער טעטיקייט.