פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו איר 55סטן יאָרצײַט

ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן דער ייִדישער שול אין אַמעריקע פֿון אַ מאָל און וועגן דעם שול־רעפּערטואַר, וואָס מע האָט גענאָסן און ליב געהאַט, קומען אויפֿן געדאַנק די זינגלידער, די דיכטונג, די מעשׂיות און ימים־טובֿים, וואָס די קינדער האָבן געלערנט, שטודירט, געזונגען, געפּראַוועט. ס׳איז געווען אַ פֿריידיק אָרט, צו וועלכן די קינדער האָבן ליב געהאַט צו קומען, לערנען זיך און פֿאַרברענגען אַ שעה אָדער מער. צווישן די באַליבטע דיכטערס איז געווען לאה קאַפּילאָוויטש־האָפֿמאַן, וועמעס קינדער־לידער די שול־קינדער האָבן געלייענט, רעציטירט און אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק. אין אירע לידער האָט די מחברטע ניט נאָר אויסגע­דריקט די געפֿילן פֿון קינד, זײַנע שפּילן, שטיפֿערײַען, זײַנע פֿריידן און זאָרגן, זי האָט גערעדט ווי דאָס קינד רעדט, און דאָס האָט ליבער געמאַכט דאָס לייענען דאָס ליד.

נאָך פֿופֿציק אָדער מער יאָרן געדענקען אַמאָליקע שולקינדער פֿערזן אָדער דעם אינהאַלט פֿון אירע לידער, וואָס האָבן זיך אײַנגעקריצט אין זייערע זכרונות, און מע פֿרעגט זיך אָן פֿון צײַט צו צײַט אויף זיי. איך געדענק ווי איך גופֿא האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿון אירע חנעוודיקע פֿערזן, און אַזוי ווי הײַיאָר פֿאַלט אויס איר 55סטער יאָרצײַט, וועלן מיר מהנה זײַן די לייענערס מיט עטלעכע פֿון אירע פּאָפּולערע דיכטונ­גען און צוריקגיין צו דער קינדערוועלט און מחשבֿה.

איינס פֿון די באַליבטע לידער קאַפּילאָ­וויטש־האָפֿמאַנס איז "דעם זיידנס טאַבאַק־פּושקע":

זיידע, ווײַז דײַן טאַבאַק־פּושקע,
איך וויל אויך אַ שמעק;
"גיי, דו ביסט אַ שטיפֿער״, זאָגט ער,
און ער גייט אַוועק.
טראַכט איך, אַז דער זיידע ט׳שלאָפֿן,
קיינער וועט ניט זײַן,
וועל איך אויף די שפּיצן־פֿינגער
אין זײַן שטוב אַרײַן.
אויסזוכן די פּושקע טאַבאַק
אין זײַן לאַנגן ראָק,
אָנמעסטן די גרויסע ברילן,
אומגיין מיט זײַן שטאָק.
טאַבאַק וועל איך קענען שמעקן,
וויפֿל נאָר איך וויל;
וועל איך אויסזען ווי אַ זיידע,
אײַ, אַ שיינע שפּיל!

שאַ, דער זיידע מוז שוין שלאָפֿן,
בין איך באַלד בײַ דער טיר;
שפּאַן אַרײַן צו אים אין קאַמער,
ס׳הערט זיך ניט קיין ריר.
כאַפּ איך זיידעס ראָק פֿון בעטל,
זוך די טאַבאַק אויס,
נעם דעם שטעקן און די ברילן,
און איך גיי אַרויס.

שטעל איך זיך אַקעגן שפּיגל
אין דעם זיידנס ראָק;
מיט די ברילן אויף די אויגן,
אין מײַן האַנט דעם שטאָק.
וויל איך עפֿענען די פּושקע,
קען איך ניט, ס׳איז שווער;
רײַס איך זי מיט אַלע כּוחות,
דריי זי הין און הער.

ביז עס רײַסט זיך אויף דאָס דעקל
מיט אַ גרויסן פּראַל;
פֿליט אין נאָז, און אין די אויגן,
טאַבאַק ביטער גאַל;
האָפּטשי! האָפּטשי! זיידע! זיידע;
גיכער קום אַהער;
האָפּטשי; אוי, די אויגן! זיידע!
כ׳וועל ניט טאָן דאָס מער!

קומט דער זיידע שנעל צו לויפֿן,
"האָפּטשי; וואָס איז דאָס?"
אוי מיר ביטער אין די אויגן,
ביטער דאָ אין נאָז!
"זעסט?" זאָגט ער, "׳עסט נאַשן טאַבאַק,
אַז דער זיידע שלאָפֿט?"
כ׳ווייס, איך בין געווען אַ שלעכטער,
האָט מיך גאָט געשטראָפֿט...

אין אַן אַנדער ליד, "אַ גוטער דאָקטאָר" דערקלערט די דיכטערין, אַז זי וויל ניט זײַן אַ דאָקטאָר ווען זי וועט אויסוואַקסן, און גיט אָן די סיבות פֿאַר איר באַשלוס; און אויב יאָ, וואָס פֿאַר אַ דאָקטאָר זי וועט זײַן:

מאַמע זאָגט: איך זײַן אַ דאָקטאָר,
כ׳וויל ניט, איך׳ל דאָס ניט זײַן;
ווײַל אַ דאָקטאָר איז אַ שלעכטער,
נאָר ער קוקט אין האַלדז אַרײַן.

אַז ער קומט צו גיין צו קינדער,
שטעלט ער פּאָקן, טוט עס וויי;
מעדיצינען שוואַרץ און ביטער,
הייסט ער מאַמעס געבן זיי.

און אין בעטל הייסט ער ליגן,
ווען די זון אין דרויסן שײַנט,
קען מען זיך אין בעט ניט שפּילן —
כ׳האָב דערפֿאַר דעם דאָקטאָר פֿײַנט.

אויב איך מוזן זײַן אַ דאָקטאָר,
איך אַ גוטער דאָקטאָר זײַן;
איך׳ל הייסן אַלע קינדער
גיין אין דרויסן, שפּילן פֿײַן.

טשאָקלאַד וועל איך הייסן עסן,
וויפֿל יעדער ייִנגל וויל;
און פֿון פֿלעשלעך מעדיצינען,
זאָל מען מאַכן זיך אַ שפּיל.

פּילן ביטערע צום שלינגען,
וועל איך הייסן מאַכן זיס;
און אין דרויסן זאָלן קינדער
אומלויפֿן מיט הוילע פֿיס.

אַלע קינדער וועל איך נעמען
אין מײַן "אויטאָביל" אַרײַן
און אַליין זיי לאָזן פֿירן,
ווען איך וועל אַ דאָקטאָר זײַן...

לאה קאַפּילאָוויטש־האָפֿמאַן איז גע­בוירן געוואָרן אין 1898 אין ליווענהאָף, וויטעבסקער געגנט (שפּעטער — לעטלאַנד) און איז געשטאָרבן אין 1952 אין לאָס־אַנדזשעלעס. זי האָט אויסגעוואַנדערט קיין לאָנדאָן אין 1906 און פֿון דאָרטן קיין אַמע­ריקע אין 1913. זי האָט געאַרבעט בײַ שנײַ­דערײַ, און איז אַ צײַט געווען אַ לערערין אין די שולן פֿון "אינטערנאַציאָנאַלן אַרבע­טער־אָרדן" אין ניו־יאָרק. זי האָט אָנגעהויבן שרײַבן צו 14 יאָר. זינט 1918 האָט זי גע­שריבן לידער, מעשׂהלעך און שפּילן פֿאַר קינדער. איר בוך "אין קינדערלאַנד" איז געווען דאָס ערשטע בוך פֿון ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין אַמעריקע.

ווען אונדזערע בנים זלמן און משה זײַנען געווען קליין, פֿלעגט דער טאַטע יאָסל זיי זינגען אַ שיין ליד, וואָס איז אונדז געווען אומבאַקאַנט דאָ אין לאַנד. יאָסל האָט עס געקענט פֿון פּוילן. דאָס ליד "מײַן שיפֿל" האָט פּנחס יאַסינאָווסקי באַקליידט מיט זייער אַ שיינער מעלאָדיע.

אַז די מאַמע לייגט מיך שלאָפֿן
אין מײַן וויגעלע,
וויגט זי מיך, און זינגט אַ לידל
מיט אַ ציגעלע.

ווערט מײַן וויגעלע אַ שיפֿל;
פֿאָר איך ווײַט אַוועק;
אויפֿן גרויסן ים, און קען ניט
קומען צו קיין ברעג.

און די כוואַליעס אויפֿן וואַסער
לויפֿן מיט געשריי;
הייבט זיך אויף מײַן קליינע שיפֿל
גלײַך אַריבער זיי.

קומען ים־פֿיש באַלד צו שווימען,
ווינקען זיי צו מיר;
אַז איך זאָל צו זייער פּאַלאַץ
נעמען אַ שפּאַציר.

דען זיי האָבן שיינע צאַצקעס
דאָרט אין וואַסער טיף,
אָבער איך האָב פֿײַנט די ים־פֿיש,
לויף איך מיט מײַן שיף.

פֿליט מײַן שיפֿל אויפֿן וואַסער,
פֿירט מיך צו אַ לאַנד,
וווּ עס זיצט מײַן גוטע מאַמע,
מיט אַ בוך אין האַנט.

שטעלט זיך אָפּ מײַן שיפֿל, גיי איך
באַלד פֿון איר אַרויס;
בין איך ווידער לעבן מאַמען,
זעץ זיך אויף איר שויס.

לאה קאַפּילאָוויטש־האָפֿמאַנס לידער פֿאַר קינדער האָבן אונדז נעענטער גע­בראַכט צו דער קינדער־פֿאַנטאַזיע. אירע לידער האָבן צוגעצויגן די קינדער און דער­וואַקסענע צו איר חנעוודיקער, פֿריידיקער וועלט.