|
|
The Face of East European Jewry. Arnold Zweig with drawings
by Hermann Struck.
Edited, Translated and with an Introduction by Noah Isenberg. Berkeley: University of California Press, 2004. |
דאָס בוך "דאָס פּנים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום" איז אַ מוסטער פֿון אַ האַרמאָנישער מיטאַרבעט צווישן אַ שרײַבער און אַ קינסטלער. דער טעקסט און די בילדער "שמועסן" איינער מיטן אַנדערן, און צוזאַמען רעדן זיי צו דעם לייענער. אָנגעשריבן פֿונעם באַקאַנטן דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער אַרנאָלד צווײַג (1887—1968) און אילוסטרירט פֿון דעם חשובֿן דײַטשיש־ייִדשן מאָלער הערמאַן (חיים אַהרן) שטרוק (1876—1944), איז דאָס בוך אַ ליבע־דערקלערונג פֿון צוויי דײַטשישע ייִדן צו דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, וועלכן זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.
ווי כּמעט אַלע דײַטשישע און עסטרײַכישע ייִדן, האָבן צווײַג און שטרוק באַגריסט דעם אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה מיט גרויס התלהבֿות. זיי האָבן געגלייבט, אַז צוזאַמען מיט דער דײַטשישער אַרמיי וועלן קיין מיזרח־אייראָפּע קומען ציוויליזאַציע און פּראָגרעס, און דאָס וועט באַפֿרײַען זייערע ייִדישע ברידער פֿון די צאַרישע גזירות און רדיפֿות. אָבער די ווירקלעכקייט האָט זיך אַרויסגעוויזן אַנדערש. די אַנטיסעמיטישע שטימונגען האָבן געהאַלטן אין איין וואַקסן אין אַלע שיכטן פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט און אין דער אַרמיי אין משך פֿון די פֿיר מלחמה־יאָרן. דער קײַזער און זײַן גענעראַל־שטאַב האָבן זיך ניט געריכט, אַז די בלוטיקע און טײַערע מלחמה וועט זיך פֿאַרציִען אויף אַזוי לאַנג. כּדי צו פֿירן די מלחמה ווײַטער, האָט זיך דײַטשלאַנד גענייטיקט אין כּלערליי רעסורסן, וואָס מען האָט געקראָגן דורך קאָנפֿיסקאַציעס און רעקוויזיציעס בײַ דער אָקופּירטער באַפֿעלקערונג. די שטעט האָבן געליטן מער ווי די דערפֿער, און די ייִדן זײַנען געווען צווישן די סאַמע באַעוולטע קרבנות, ווײַל זיי זײַנען באַראַבעוועט געוואָרן סײַ דורך די דײַטשן און סײַ דורך די רוסן.
אַרנאָלד צווײַג איז פֿרײַוויליק אַוועק דינען אין דער דײַטשישער אַרמיי בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער מלחמה. אין יוני 1917 איז ער צוקאָמאַנדירט געוואָרן צו דעם פּרעסע־אָפּטייל פֿונעם שטאַב בײַם מיזרחדיקן פֿראָנט אין קאָוונע. דאָ האָט זיך דער דײַטשישער שרײַבער צום ערשטן מאָל באַקענט פּנים־אל־פּנים מיט דעם געהיימנישפֿולן שבֿט פֿון "מיזרח־ייִדן", וואָס האָט אויסגעזען אַזוי מאָדנע און ווילד אין די אויגן פֿון די "ציוויליזירטע" מערבֿדיקע ייִדן. אָבער להיפּוך צום רובֿ דײַטשישע ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַצויגן צו די "מיזרח־ייִדן" מיט אַ געמישטן געפֿיל פֿון רחמנות און ביטול, איז צווײַג געוואָרן אַנטציקט און פֿאַרכּישופֿט מיטן לעבנס־שטייגער און די מינהגים פֿון די ליטווישע ייִדן. צו יענער צײַט האָט ער זיך שוין געהאַט אַנטוישט אין די מעלות פֿון דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע, וואָס האָט גורם געווען די בלוטיקע שחיטה אין אייראָפּע. די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט, וואָס ער האָט געפֿונען אין קאָוונע און ווילנע, האָט אים אויסגעזען ווי אַ גײַסטיקע אַלטערנאַטיוו צו דער מאָדערנער מאַטעריאַליסטישער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט.
צווײַגס קאָלעקטיווער פּאָרטרעט פֿונעם ליטווישן ייִדנטום זעט צומאָל אויס ווי אַ מאָדנער געמיש פֿון שאַרפֿזיניקע אָבסערוואַציעס און טרעפֿלעכע כאַראַקטעריסטיקעס, מיט ראָמאַנטישער מליצה און שיינע חלומות. ער זעט אין די פּראָסטע ייִדן, וואָס ער טרעפֿט אויף די גאַסן, מערק, אין קראָמען און בתּי־מדרשים, באַשעפֿענישן פֿון אַן אַנדער וועלט׃ "דאָס איז דער לעצטער טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויף דער ערד, וואָס האָט געשאַפֿן נײַע אייגענע לידער און טענץ, מינהגים און מיטאָסן, שפּראַכן און פֿאָרמען פֿון קהילה־לעבן — און וואָס איז ממשיך צו האַלטן זיי לעבעדיק און היט אָפּ די אַלטע טראַדיציעס אין זייער ממשותדיקייט." אָבער צווײַג איז געווען ניט נאָר אַ לײַדנשאַפֿטלעכער פֿאַרערער פֿונעם אַלטן ייִדישן שטייגער, נאָר אויך אַ ניכטערער אַנאַליטיקער פֿון דעם ווירקלעכן מצבֿ. ער האָט קלאָר געזען, אַז די מלחמה האָט חרובֿ געמאַכט די עקאָנאָמישע און סאָציאַלע יסודות פֿונעם אַלטן ייִדישן שטייגער־לעבן, און אַז די צוקונפֿט וועט ברענגען נאָך מער צרות די ייִדן.
צווײַגס התלהבֿות קלינגט צומאָל נאַיִוו, און דאָס האָט צו טאָן מיט זײַן אייגענעם גײַסטלעכן מצבֿ. ווי אַ סך דײַטשיש־ייִדישע אינטעליגענטן פֿון זײַן דור, האָט ער איבערגעלעבט בעת דער מלחמה אַ טיפֿן אינערלעכן קריזיס. זײַן קוק אויף דער וועלט איז געוואָרן איינצײַטיק מער ספֿקותדיק און מער גלויביק, מער ביטער און מער אַנטציקט. ער האָט ניט געוואָלט דערקענען איינצלנע יחידים אין דעם ליטווישן ייִדישן ציבור, ניט געזען זיי ווי מענער און פֿרויען פֿון בשׂר־ודם; אין זײַנע אויגן האָבן זיי אַלע אין איינעם פֿאַרקערפּערט דעם אידעאַל פֿון מענטשלעכקייט, וואָס האָט האַרמאָניש קאָמבינירט גשמיות און רוחניות און האָט ניט געקענט די סקעפּטישע צווייפֿלדיקייט פֿון אַסימילירטע מערבֿדיקע ייִדן.
כּמעט פֿון יעדער זײַט פֿונעם בוך קוקן אויף דעם לייענער ייִדישע פּנימער. אַנדערש ווי צווײַג מיט זײַן נטיה צו פֿילאָסאָפֿישע חקירות און פֿאַראַלגעמיינערונגען, האָט שטרוק געצייכנט פּאָרטרעטן פֿון יחידים. שטרוק איז ניט געווען ראָמאַנטיש אָדער סענטימענטאַל געשטימט.
ער האָט געצייכנט מידע מענטשן, וועלכע זײַנען געווען אויסגעמאַטערט פֿון דער מלחמה. אויף די דאָזיקע פּנימער לייענט מען די גאַנצע טרויעריקע געשיכטע פֿונעם לעצטן דור מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. שטרוקס פּאָרטרעטן־גאַלעריע איז כּולל ייִדן פֿון פֿאַרשידענעם עלטער און געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן, פֿון עלטערע תּלמידי־חכמים ביז יונגע מיידלעך און ייִנגלעך. דער קינסטלער האָט געכאַפּט זײַנע העלדן בשעת לערנען און אַרבעטן, ווען זיי האָבן געטראַכט וועגן דאגת־פּרנסה אָדער געחלומט וועגן גליקלעכע צײַטן. ווי אַ קונסטווערק, שטעלט דאָס בוך פֿון צווײַג און שטרוק מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענעם היסטאָרישן און מענטשלעכן דאָקומענט פֿון אַ שטאַרקן עקספּרעסיוון כּוח.