פּאָליטיק
די דײַטשישע פּאָליציי פֿירט שוין צוויי חדשים פּרעווענטיווע אַקציעס צוליב מעגלעכע אַטאַקן פֿון די G-8 קעגנער. אויפֿן בילד: די פּאָליציי, בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין האַמבורג, דעם 9טן מײַ.
די דײַטשישע פּאָליציי פֿירט שוין צוויי חדשים פּרעווענטיווע אַקציעס צוליב מעגלעכע אַטאַקן פֿון די G-8 קעגנער. אויפֿן בילד: די פּאָליציי, בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין האַמבורג, דעם 9טן מײַ.
Getty Images

נאָך מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק האָבן די טרעפֿונגען צווישן די פֿירער פֿון די 7 גרויס־אינדוסטריעלע לענדער — ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, איטאַליע, יאַפּאַן און קאַנאַדע — פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ געשעעניש פֿון אַן אויסערגעוויינטלעך וויכ­טיקן פֿאַרנעם. די באַגעגעניש אין ראַמבוּיע, לעבן פּאַריז, אין 1975, אָרגאַניזירט דורך זשיסקאַר ד‘עסטען, דעם דעמאָלטיקן פּרעזי­דענט פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אַרויס­געוויזן די זאָרג פֿון דער וועלט־עליט צוליב דעם וואַקסנדיקן כאַאָס אין די אינטערנאַציאָנאַלע ענינים.

שוין דעמאָלט איז קלאָר געווען, אַז די "יו־ען" איז אַן אומעפֿעקטיווע, אומבאַהאָל­פֿ­ענע אינסטיטוציע. די פֿילצאָליקע אינטער­נאַציאָנאַלע צוזאַמענטרעפֿן, קאָנפֿערענצן, באַראַטונגען פֿלעגן זיך בדרך־כּלל פֿאַר­ענדיקן מיט גאָרנישט. אויף דעם הינטער­גרונט האָבן די אומפֿאָרמעלע באַגעגענישן פֿון דער G-7 אויסגעזען ווי אַ ממשותדיקער אינסטרומענט בײַם רעגולירן די וויכטיקסטע וועלט־פּראָבלעמען. די האָפֿענונגען, אַז די "וועלט־פֿירער" וועט זיך טאַקע אײַנגעבן עפּעס אויפֿצוטאָן איז געווען אַזוי גרויס, אַז די זשורנאַליסטן האָבן דאָס "זיבעלע" אָנגעהויבן רופֿן — די וועלט־רעגירונג.

ס‘איז כּדאי צו באַטאָנען, אַז די ערשטע 15 יאָר האָט די G-7 באמת פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ מין רעגירונג — אויב נישט פֿון דער גאַנצער וועלט, איז פֿון דער מערבֿ־וועלט געוויס. אַלץ האָט זיך געענדערט נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען ס‘איז געקומען אַ סוף צו דער קאַלטער מלחמה. רוסלאַנד האָט זיך געריסן צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דעם בכּבֿודיקן רעגירער־קלוב. חוץ אַמביציעס, מינדערווערטיקייט־קאָמפּלעקס און גרויסהאַלטערישקייט אין דער זעלבער צײַט, האָט רוסלאַנד דעמאָלט ווייניק וואָס פֿאַרמאָגט; איר גאַנצער בודזשעט איז באַשטאַנען פֿון 20 ביליאָן דאָלאַר. און דאָך, האָבן די מערבֿ־רעגירונגען זיך נאָכגעגעבן דעם דראַנג און אין 1994 צוגעטראַכט אַ נײַע פֿאָרמולע: "7+1". דאָס האָט געזאָלט מיינען, אַז רוסלאַנד איז געוואָרן אַ מיטגליד בלויז טיילווײַז — זי האָט זיך געקאָנט באַטייליקן נאָר בײַם אָננעמען פּאָליטישע באַשלוסן, נישט קיין עקאָנאָמישע. מיט פֿיר יאָר שפּעטער, איז רוסלאַנד געוואָרן אַ פֿולבאַרעכטיקטער מיטגליד פֿון דעם דאָזיקן קלוב, וואָס האָט געביטן זײַן נאָמען אויף G-8. אָבער במשך פֿון דער צײַט האָט די וועלט זיך אַנטוישט: ס‘איז קלאָר געוואָרן, אַז די אַכט רעגירער זײַנען נישט מסוגל צו רע­גירן מיט דער גאַנצער וועלט. פֿאַר וואָס איז אַזוי געשען?

קודם־כּל, שפּיגלט אָפּ דער מיטגליד־באַשטאַנד פֿון דער G-8 דעם נעכטן פֿון דער וועלט, נישט דעם הײַנט, און אַוודאי נישט דעם מאָרגן. איטאַליע, למשל, איז הײַנט אַן עקאָנאָמישער קאַרליק; פֿראַנק­רײַך — אַ צווייטראַנגיקע עקאָנאָמישע מלוכה. צוריק גערעדט, איז אַזאַ עקאָנאָמישער וועלט־גיגאַנט ווי כינע, וואָס לויט די פּראָגנאָזן וועט זי אין 20 יאָר אַרום אָניאָגן און איבער­יאָגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז אין דעם פּרעסטיזשפֿולן קלוב נישט פֿאָרגעשטעלט. צי קאָן מען הײַנט עפּעס דערליידיקן וויכטיקס אָן כינע — סײַ אויפֿן פּאָליטישן און סײַ אויפֿן עקאָנאָמישן פֿעלד?! עס פֿעלן אינעם קלוב אויס צוויי אַנדערע וויכטיקע לענדער — אינדיע און בראַזיל.

די צונויפֿקומענישן פֿון דער G-8 דערמאָ­נען לעצטנס מער אַ פֿילם־פֿעסטיוואַל, וווּ די קינאָ־שטערן באַרימען זיך מיט זייערע קליידער און בריליאַנטן, אָבער קיין גרויסע פֿילם־מײַסטערשאַפֿט זעט מען דאָרט זעלטן ווען. אַזאַ "גלאַנץ־פֿעסטיוואַל" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דער "סאָמיט" אין פּעטערבורג. די פֿאָטאָ־בליצן און בליצנדיקע אַרטיקלען אין דער וועלט־מעדיאַ, האָבן געשאַפֿן אַן אײַנדרוק פֿון אַ וויכטיקער אינטערנאַציאָנאַ­לער אונטערנעמונג. אין דער אמתן, זײַנען די פּרעכטיקע פֿײַערווערק אויסגעלאָשן געוואָרן און אין איינעם מיט זיי — די אילוזיעס, אַז די אַכט גדולים קאָנען עפּעס ענדערן צום גוטן אין אונדזער וועלטל.

הײַיאָר, פֿונעם 6סטן ביזן 8טן יוני, קומט פֿאָר דער "סאָמיט־פֿעסטיוואַל" G-8 אין דײַטשלאַנד, אינעם קוראָרט־שטעטל הײַלי­גענ­דאַם. ווי עס האָט דערקלערט די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל, דאַרף דער סאָמיט "ווערן אַ וויזיט־קאַרטל פֿון דײַטשלאַנד און אַרויס­העלפֿן צו שטאַרקן דײַטשלאַנדס רעפּוטאַציע בײַ דער וועלט־געזעלשאַפֿטלעכ­קייט". שוין אינעם צוגאַנג אַליין שטעקט מער אַרויס דער "פּירסום־גלאַנץ", איידער די אויפֿ­גאַבע פֿון דער טרעפֿונג צו לייזן אָנגעווייטיקטע פּראָב­לעמען פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט.

פּונקט אויף אַזאַ אופֿן האָבן זיך געפֿירט די צוגרייטונגען צום סאָמיט — סײַ מצד די באַטייליקטע און סײַ מצד די קעגנער פֿון G-8, די אַזוי גערופֿענע "אַנטי־גלאָבאַליסטן". באַזונדערע "צוגרייטונג"־באַגעגענישן האָבן דורכגעפֿירט די מיניסטאָרן פֿון אויסערלעכע און אינערלעכע ענינים, ווי אויך די פֿינאַנץ־מיניסטאָרן. אָבער דווקא די קעגנער פֿון G-8 האָבן צו זיך צוגעצויגן מער אויפֿמערק, איידער די טרעפֿונגען פֿון די מיניסטאָרן.

דער מינהג דורכצופֿירן פֿאַרשידענע "אַנטי־סאָמיטן", פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס און דעמאַרשן עקזיסטירט שוין פֿון לאַנג. אַמאָל זײַנען הינטער דער פּראָטעסט־אַקציע געשטאַנען מאָסקווע, קובאַ, אין שפּיץ מיט פֿידעל קאַסטראָ, און אַנדערע אַזעלכע עקסטרעם־לינקע פֿירער און באַוועגונ­גען. אויף אַזאַ אופֿן האָבן זיך אין פֿאַרשידענע לענדער געשאַפֿן גרופּעס פֿון "פּראָפֿעסיאָנעלע פּראָטעסטאַנטן". זיי פֿאָרן אַרום פֿון איין לאַנד צו אַן אַנדערן און פּראָטעס­טירן; נישט וויכטיק קעגן וואָס — אַבי פּראָטעסטירן!

פֿאַרשטייט זיך, אַז עס טרעפֿן זיך אויך פֿרידלעכע, מאָטיווירנדיקע בירגער, וואָס האַלטן פֿאַר נייטיק צו פּראָ­טעסטירן קעגן נוקלעאַרער ענערגיע, למשל, אָדער קעגן פֿאַרמיסטיקן די נאַטור־סבֿיבֿה וכּדומה. אָבער נישט זיי, נאָר דווקא אָט די "פּראָפֿעסיאָנעלע פּראָטעסטאַנטן" פֿאַר­שאַפֿן אַ קאָפּווייטיק די פּאָליטיקער און דער פּאָליציי. כּדי אויפֿצוהאַלטן אַ געהעריקע אָרדענונג בעת דעם צוזאַ­מעטרעף אין הײַליגענדאַם, האָט מערקעל פֿאַראָרדנט אָנ­צונעמען אַלע מאָסמיטלען. דאָס שטעטל אַליין איז אַרומ­גערינגלט געוואָרן מיט אַ צוויי־רונדיקן פּלויט פֿון שטעכל­דראָט, וואָס פֿאַרזיכערט אַ שטח פֿון 12 קילאָמעטער. נאָך מער, דײַטשלאַנד שליסט אויף דער צײַט אירע גרענעצן, און די פּאָליציי פֿירט שוין צוויי חדשים דורך פּרעווענטי­ווע אַקציעס צו באַזײַטיקן די פּאָטענציעלע כוליגאַנען. אָבער די "פּראָפֿעסיאָנעלע פּראָטעסטאַנטן" גיבן זיך נישט אונ­טער, און סײַ אין האַמבורג און סײַ אין ראָסטאָק האָבן זיי שוין דורכגעפֿירט "גענעראַל־רעפּעטיציעס" צום "הויפּט־שלאַכט".

דעם 24סטן מײַ איז די קאַנצלערין מערקעל, סוף־כּל־סוף, אויפֿגעטראָטן אין בונדעסטאַג מיט אַ רעגירונג־מעל­דונג, אין וועלכער זי האָט אָנגערופֿן די טעמעס פֿונעם איצטיקן סאָמיט. צווישן זיי: סטאַביליזאַציע פֿונעם וועלט­לעכן עקאָנאָמישן וווּקס, ליבעראַליזאַציע פֿונעם וועלט־האַנדל, פֿאַרטיידיקונג פֿונעם אינטעלעקטואַלן אייגנטום... צווישן די פּאָליטישע הויפּט־טעמעס זײַנען אָנגערופֿן געוואָרן דער מיטל־מיזרחדיקער קאָנפֿליקט און די איראַנער נוקלעאַרע פּראָגראַם. ס׳איז טשיקאַווע, אַז אינעם זעלבן אויפֿטריט האָט מערקעל באַטאָנט: "קיין קאָנקרעטע אָפּמאַכן בעת דעם סאָמיט דערוואַרט מען נישט, אַזוי ווי צווישן די לענדער פֿון G-8 זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידענע מיינונגען וועגן געוויסע פּראָבלעמען".

שטעלט זיך טאַקע די פֿראַגע: ווער דאַרף אַזאַ וועלט־רעגירונג, אַז זי קען נישט אָננעמען קיין באַשלוסן?