"די צוויי קוני–לעמל" אין אַ נײַער אויפֿפֿירונג פֿונעם "טרוים–טעאַטער" |
פּאַריז קען זיך נישט באַרימען, אַז זי זאָל האָבן אַ מאָל געווען צווישן די מעטראָפּאָליעס פֿון ייִדישן טעאַטער. די צאָל ייִדיש–רעדנדיקע אײַנוווינער אין גאַנץ פֿראַנקרײַך האָט אַפֿילו אין די בעסטע צײַטן, אין די דרײַסיקער יאָרן, נישט אַריבערגעשפּאַנט די הונדערט טויזנט; און דווקא ווען ס׳ייִדישע טעאַטער האָט דאָ געהאַלטן אין וואַקסן, האָט דער חורבן פֿאַרשניטן דעם גרעסטן טייל פֿון יענעם ווירקלעכן אָדער פּאָטענציעלן עולם.
און דאָך האָט די פֿראַנצייזישע הויפּטשטאָט געפֿירט מיט דער ייִדישער בינע אַ ליבע, וואָס ציט זיך שוין אָט באַלד הונדערט און צוואַנציק יאָר; אַ ליבע וואָס פֿאַרבינדט זיך, קודם–כּל, מיטן נאָמען פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דעם טאַטן פֿון ייִדישן טעאַטער. מע דערמאָנט דאָס נישט אָפֿט, נאָר גאָלדפֿאַדען איז אין צוויי פּעריאָדן פֿון זײַן לעבן געווען אַ פּאַריזער תּושבֿ. אין 90–1889 איז ער דאָ אָפּגעווען אַ גאַנץ יאָר און פֿאַרלייגט אַ ייִדישע טעאַטער–געזעלשאַפֿט, וואָס האָט געקראָגן אַ גוטן נאָמען, אָבער האָט עקאָנאָמיש נישט געקענט געדײַען. צווישן 1900 און 1903, שוין פֿאַרעלטערט און קראַנק, האָט ער ווידער דאָ געוווינט. ער איז געווען אַקטיוו אין די פּאַריזער ציוניסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן אים אַפֿילו געשיקט פֿאַר אַ דעלעגאַט אין 1900 צום ציוניסטישן קאָנגרעס אין לאָנדאָן.
אָבער גאָלדפֿאַדען האָט אײַנגענומען פּאַריז נאָך איידער ער איז צום ערשטן מאָל אַהער געקומען. סוף 1888 קומט אויף אַ טורנע אין פראַנקרײַך אַ טעאַטער–טרופּע, אָנגעפֿירט דורך לייזער יאַקובאָוויטש, און קריגט ענטוזיאַסטישע אָפּרופֿן אין דער פֿראַנצייזישער ייִדישער און נישט–ייִדישער פּרעסע מיט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון גאָלדפֿאַדענס "די צוויי קוני–לעמל" — מסתּמא די ערשטע טעאַטער–פּיעסע אויף ייִדיש, וואָס איז דערגאַנגען צום פּאַריזער עולם.
ווער וואָלט זיך געריכט, אַז כּמעט צו די מאה–ועשׂרים פֿון יענעם בראשית וועלן "די צוויי קוני–לעמל" ווידער האָבן כּוח אַרויפֿצוקלעטערן — און מיט וואָס פֿאַר אַן אימפּעט דערצו! — אויף אַ פּאַריזער בינע? געשען איז דאָס זונטיק דעם 10טן מײַ הײַנטיקס יאָר, פֿאַר אַ פֿול–געפּאַקטן טעאַטער–זאַל. און צו פֿאַרדאַנקען האָט מען עס דעם "טרוים–טעאַטער" בײַם פּאַריזער ייִדיש–צענטער, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שאַרלאָט מעסער.
שאַרלאָט מעסער איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלע טעאַטער–רעזשיסאָרין, אַ פֿאַרליבטע אין איר מאַמע–לשון ייִדיש און אינעם ייִדישן טעאַטער. זינט דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער האָט געעפֿנט זײַנע טירן מיט קנאַפּע פֿינף יאָר צוריק, האָט זי, מיט דער הילף פֿון איר מאַן, דעם טעאַטער–פֿאָרשער אַלכּסנדר מעסער, אַרײַנגעלייגט פֿרײַוויליק אַלע אירע כּוחות אין דער שאַפֿונג פֿון אַן אַמאַטאָרן–טרופּע צו שפּילן אמתע טעאַטער–פּיעסעס אויף ייִדיש.
די ערשטע פֿרוכט פֿון איר שווערער האָרעוואַניע איז געווען, אין 2004, "די יונהס און דער וואַלפֿיש" פֿון חיים סלאָוועס — אַ מאָדערנע פּיעסע וועגן דעם אַנטי–נאַצישן קאַמף אין די חורבן–יאָרן. שוין יענער ביכּורים–אויפֿטו האָט געקלונגען ווי עפּעס אַ נס און דער עולם — כאָטש אַ טייל מוזן אָנקומען צו די אייבערשריפֿטן אויף פֿראַנצייזיש — האָט דאָס שטאַרק אָפּגעשאַצט.
דער נײַער ספּעקטאַקל איז נאָך מער געראָטן. גאָלדפֿאַדענס "צוויי קוני–לעמל" איז אַ שיינע קאָמעדיע און אויך אַ קלאַסישע משׂכּילישע אַנטי–חסידישע סאַטירע. ר׳ פּנחס, אַ נאַיִווער פֿרומאַק פֿון קראָקע, וויל אָנוואַרפֿן אויף זײַן טאָכטער קאַראָלינע אַ שידוך מיטן קאַליקע קוני–לעמל, באשר קוני–לעמלס טאַטע ר׳ שלמה, דער פּרנס–חודש אין אַן אַנדער שטאָט, איז רײַך און אײַנגעטונקען אין ייִחוס. קאַראָלינע איז אָבער אַ מאָדערן מיידל ; זי האָט ליב דעם סטודענט מאַקס. איר מאַמע, רבֿקה, איז אויך מאָדערן געשטימט. מאַקס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר קוני–לעמלען. מיט קאַראָלינעס הילף געראָט אים אַלעמען צו פֿאַרדרייען דעם קאָפּ. דער סוף איז, אַז דער פֿאַלשער קוני–לעמל גייט צו דער חופּה מיט קאַראָלינען. ר׳ פּנחס, וועמען עס האָט שוין אַ ביסל באַנג געטאָן וואָס ער האָט זיך געלאָזט רעדן דורך אַ שדכן אַן איידעם אַ כניאָק און אַ קאַליקע, מאַכט שלום מיטן געשעענעם פֿאַקט, און אויך פֿאַר דעם אמתן קוני–לעמל נעבעך געפֿינט מען אַ פּאַסיקן שידוך, אַזוי אַז דער אויסלאָז איז אַ גליקלעכער.
שאַרלאָט מעסער האָט די פּיעסע צוגעפּאַסט צו דער הײַנטיקער בינע. קירצנדיק, האָט זי מילדער געמאַכט די איבערגעטריבענע סאַטירישע האַרבקייט. דערפֿאַר אָבער האָט זי, מיט עכטער רעזשיסאָרישער חכמה, אַרויסגעהויבן די פֿריילעכקייט פֿון אַ טעותים–קאָמעדיע, אין וועלכער דאָס געלעכטער שפּראָצט אַרויס נישט נאָר פֿון דער קאָמישער סיטואַציע, נאָר בעיקר פֿונעם טעמפּאָ, פֿון דער רירעוודיקייט, פֿון דעם פֿלינקייט אין באַוועגונג און אין וואָרט. און דאָ מערקט זיך טאַקע דער גרויסער טריט פֿאָרויס וואָס די טרופּע פֿון "טרוים–טעאַטער" האָט געשטעלט זינט איר פֿריִערדיקן ספּעקטאַקל. דאָס לשון איז געוואָרן זיכערער, נאַטירלעכער; דער חיתּוך–הדיבור — קלאָרער; דאָס גיין און קומען אויף דער סצענע — דינאַמישער. און ווײַל דאָס איז גאָלדפֿאַדען, דער אָנהייב פֿון דער ייִדישער קאָמעדיע, איז צו באַגריסן די לעבעדיקייט פֿון די פֿאַרקערפּערטע טיפּן — דער באַלעבאַטישער ייִד, דער שדכן, דער חסיד, די ייִדענע מיט איר גראָדן שׂכל, די געצערטלטע גבֿירישע טאָכטער — וואָס זענען דאָך די כאַראַקטעריסטישע געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער סצענע.
שאַרלאָט מעסער האָט אַרײַנגעהויכט אַן אמתן רוח–חיים אין אירע אַקטיאָרן. שאַרל לייזעראָוויטש דערלאַנגט אַ קוועקזילבערדיקן קוני–לעמל, אלכּסנדר מעסער — אַ טעמעדיקן ר׳ פּנחס, דאָראָטע וויענע (די שפּראַך–משגיחטע פֿון דער טרופּע) — אַ שאַרפֿע רבֿקה מיט אַ געזונט מענה–לשון; לאהלע אַפּטייקער–פֿישביין — אַ חנעוודיקע קאַראָלינע; ליאָנעל מילער איז אַן אָפּגעטאָקטער מאַקס (דער פֿאַלשער קוני–לעמל); מישעל פֿישביין איז אַן ערשטקלאַסיקער ר׳ שלום–שדכן מיט אַלע קנייטשן און דרייען פֿון אַזאַ העלד; אַניק פּרים–מאַרגוליס איז אויסגעצייכנט אין דער ראָלע פֿונעם שדכנס פֿאַרזעסענער טאָכטער; אַביש קאָרנפֿעלד שפּילט זייער גוט דעם געזעצטן פּרנס–חודש. אויך די קלענערע ראָלעס ווערן אָפּגעשפּילט ווי גאָט האָט געבאָטן דורך רענע קאַלושינסקי, בעטי רײַכער, מיריי סיקאַרי–זאָלטי, שלמה זילבערמאַן און וויקטאָר לעבענשטיין. אָנווײַזונגען פֿאַר די געציילטע מאָמענטן כאָר–געזאַנג האָט געגעבן די באַליבטע געזאַנג–לערערין שורה ליפּאָווסקי. די מוזיק האָט פֿון אַמעריקע צוגעשטעלט נאַנסי ליכטנשטיין.
דער גאַנצער אַקטיוו פֿונעם פּאַריזער–ייִדיש–צענטער האָט מיטגעאַרבעט הינטער די קוליסן; אַחוץ די אַקטיאָרן, וואָס האָבן אויך אויסגעפֿירט אַנדערע פֿאַרשיידענע שליחותן, האָבן מיטגעהאָלפֿן נאָך פֿערצן פֿרײַוויליקע טוערס.
פּאַריזער "די צוויי קוני–לעמל" אין דער ווערסיע פֿון 2007 וועט נאָך געשפּילט ווערן דעם 30סטן סעפּטעמבער און דעם 7טן אָקטאָבער. דאָס איז אַ פּולסירנדיקע פֿאָרשטעלונג וואָס פֿאַרשעמט נישט אירע ווײַטע פֿאָרגייערס. אַדרבה — זי איז אַ סימן פֿון חיותדיקייט פֿונעם ייִדישן וואָרט, און אַ ווירדיקע פֿאַרהײַנטיקונג פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס שאַפֿונג, פּונקט ערבֿ דעם מחברס הונדערטסטן יאָרצײַט, וואָס פֿאַלט אויס אין יאַנואַר 2008.