פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט געשיקט צוועלף "מרגלים" (אויסשפּירער), צו באַקוקן דאָס לאַנד פֿון כּנען, דאָס קומענדיקע ארץ-ישׂראל, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן ייִדן בירושה. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען באַזיגן די דאָרטיקע אײַנוווינער. בלויז משה רבינוס הויפּט-תּלמיד, יהושע-בן-נון, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט אפֿרים, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, פֿון שבֿט יהודה, האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס לאַנד און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען ירשענען דאָס לאַנד. צוליב די טענות פֿון די אַנדערע צען מרגלים, האָבן די ייִדן זיך אַנטוישט אין ארץ-ישׂראל; הגם משה רבינו האָט אויסגעבעטן פֿאַר זיי אַ מחילה בײַ דעם אייבערשטן, איז דאָס גאַנצע דור באַשטראָפֿט געוואָרן צו וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, פֿאַר נישט גלייבן אינעם אייבערשטנס צוזאָג. בלויז דער יונגער דור, בראָש מיט יהושע-בן-נון און כּלבֿ-בן-יפֿונה, זענען שפּעטער אַרײַן אין ארץ-ישׂראל. אַפֿילו משה רבינו אַליין, ווי דער פֿירער פֿונעם זינדיקן פֿאָלק, איז באַערדיקט געוואָרן מחוץ ארץ-ישׂראל.

ווײַטער אין דער פּרשה ווערט דער­ציילט, אַז אַ טייל פֿון די ייִדן האָבן שפּעטער געפּרוּווט אַרײַנצוטרעטן קיין ארץ-ישׂראל, נישט געקוקט אויף דער שטראָף, און זענען דערהרגעט געוואָרן אין אַ קאַמף מיט זייער גרעסטן שׂונא — עמלק. פֿון דער דאָזיקער מעשׂה, ווי אויך פֿון אַ צאָל אַנדערע ענלעכע פֿאַלן, זעט מען, אַז ארץ-ישׂראל געהערט נישט "אויטאָמאַטיש" צו די ייִדן; כּל-זמן מע לעבט אין גלות, קענען די "נאַציאָנאַלע מלחמות" גורם זײַן גרויסע סכּנות פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. ס׳איז אויך כּדאַי צוצוגעבן, אַז אין משיחס צײַטן, ווי עס שטייט אין די חסידישע ספֿרים, וועלן בכלל בטל ווערן אַלע מלחמות און גוואַלד-מיטלען. אַדרבה, ווי עס האָבן באַטאָנט די חסידישע צדיקים, וועט אַפֿילו די צוקונפֿטיקע "מלחמה" קעגן עמלק — אַ גרויסע מיצווה, וואָס וועט אויס­געפֿירט ווערן דורך משיחן — באַשטיין בלויז אינעם באַקעמפֿן די שלעכטע "עמלקי­שע" אידעאָלאָגיע פֿון מאַטעריאַליזם און אַנטי-רעליגיעזן חוזק דורך גײַסטיקע מיט­לען, אָן אַ פֿיזישער "מלחמה".

די צען מרגלים, וועלכע האָבן געטענהט קעגן ארץ-ישׂראל, זענען געווען פֿירער פֿון די שבֿטים, אויסגעקליבן פּערזענלעך דורך משה רבינו. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז אַזעלכע חשובֿע, אויסגעוויילטע מענטשן, וואָלטן אַרויסגעוויזן אַ פּשוטע פּחדנות און נישט-גלייביקייט. די חסידישע ספֿרים זענען טאַקע מסביר, אַז זיי זענען נישט געווען קיין בוכשטעבלעכע "רשעים". די מרגלים האָבן זיך, אין דער אמתן, געפֿונען אויף אַ גאָר הויכער גײַסטי­קער מדרגה, און געהאַלטן, אַז דער מידבר איז דווקא דאָס בעסטע אָרט פֿאַר עבֿודת-השם, וווּ מע קען זיך אינגאַנצן קאָנצענטרירן אויף דעם רוחניותדיקן אַספּעקט פֿון די מיצוות.

מע ווייסט, אַז אַבֿרהם-אָבינו האָט מקיים געווען אַלע תּרי״ג מיצוות, הגם אין זײַן צײַט זענען אַ טייל פֿון זיי נאָך נישט געווען רעלעוואַנט, דערפֿאַר האָט ער זיי געקענט אויספֿירן בלויז אויף אַן אינערלעכן, ריין-גײַסטיקן אופֿן. די מרגלים האָבן אויך גע­גלייבט, אַז די גרעסטע מדרגה אין רוחניות קען מען דערגרייכן דווקא דורך דער פֿול­שטענדיקער איזאָלאַציע פֿון אַלע מאַטעריע­לע זאַכן. זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר­וואָס די ייִדן דאַרפֿן זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, וווּ זיי וועלן מוזן זיך באַמיִען מיט לאַנדווירטשאַפֿט און אַנדערע שווערע פֿיזישע מלאכות. די מרגלים האָבן געמיינט, אַז דאָס אַסקעטישע לעבן אינעם מידבר איז בעסער צוגעפּאַסן צו דער הויכער גײַסטיקער אויפֿ­גאַבע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, דערפֿאַר האָבן זיי אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט מיטן לאַנד.

פֿאַר געוויסע איינצלנע יחידים איז עס, אַפֿשר, טאַקע אַזוי. אין די קבלה-ספֿרים ווערט דערציילט, אַז רבי שמעון בר-יוחאָי, וועלכער האָט אָפּגעלעבט דרײַצן יאָר אין אַ הייל, זיך אויסבאַהאַלטנדיק פֿון דער רוימישער רעגירונג, האָט אויך אויסגעפֿירט אַ סך מיצוות ברוחניות, אַזוי ווי אַבֿרהם-אָבינו, ווײַל אין זײַן הייל האָט ער נישט געהאַט קיין מצות, סוכּה און אַ צאָל אַנדערע נייטיקע מיצווה-זאַכן. אָבער, פֿאַר ס׳רובֿ ייִדן, אַחוץ אַזעלכע גאָר דערהויבענע פּער­זענלעכקייטן, וועלכע זענען מסוגל צו וווינען יאָרן-לאַנג אין היילן און מידברים, באַשטייט דער עיקר-עבֿודה דווקא אין אַראָפּ­ברענגען רוחניות אין עולם-הזה, אַרײַנגע­רעכנט לאַנדווירטשאַפֿט, סאָציאַלע באַציִונ­גען און אַנדערע גשמיותדיקע זאַכן.

אַוודאַי, דאָס מיינט נישט, אַז מע זאָל פֿאַרקוקט דעם רוחניותדיקן אַספּעקט פֿון די מיצוות; גאָר פֿאַרקערט, ווי עס שטייט אין די קבלה-ספֿרים, בלײַבן מיצוות אָן זייער אינערלעכן אינהאַלט, אָן דעם גײַסטיקן געפֿיל, אַזוי ווי "טויטע גופֿים" — אומזיניקע "מעכאַני­שע" אַקטן. דער טעות פֿון די מרגלים איז אָבער באַשטאַנען אין דעם, וואָס זיי האָבן אינגאַנצן איגנאָרירט דעם גשמיותדיקן טייל פֿון די מיצוות און גערופֿן די אַנדערע אַזוי צו טאָן. אַנשטאָט אָנווײַזן אַ דערהויבענעם, אַסקעטישן וועג צום באַשעפֿער, האָבן זיי גורם געווען אַ גרויסע מהומה און אַ טיפֿע אַנטוישונג צווישן די פּשוטע ייִדן. הגם די מרגלים זענען נישט געווען פּשוטע "רשעים" און "פּחדנים", ווערן זיי געשילדערט אין דער פּרשה אין זייער נעגאַטיווע טענער, כּדי צו ווײַזן, אַז די טעותים פֿון גרויסע מענטשן קענען אַמאָל ברענגען אַ ריזיקן שאָדן, דער­פֿאַר ווערן זיי פֿאַררעכנט פֿאַר "רישעות".

כּדי זיך אומצוקערן צו זייער פֿריִערדי­קער גײַסטיקער מדרגה, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק געמוזט וואַנדערן אינעם מידבר, בענ­קענדיק נאָכן טאָג, ווען זיי וועלן קענען "אַראָפּברענגען" אַ טייל פֿון די מיצוות אין עולם-הזה. דאָס פֿערציק-יאָריקע וואַנדערן איז נישט געווען אַ בוכשטעבלעכע "שטראָף", נאָר אַ נייטיקער "תּיקון" פֿאַר גײַסטיקן היזק, וואָס די מעשׁה מיט די מרגלים האָט גורם געווען אין זייערע "פֿאַרפּלאָנטערטע" נשמות.