טעאַטער
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאל בן־אַבֿראַם בית אַ ווידעאָ־אינטערוויו, ירושלים, 2001
מיכאל בן־אַבֿראַם בית אַ ווידעאָ־אינטערוויו, ירושלים, 2001

עס איז שווער צו רעדן וועגן אַ חבֿר, מיט וועלכן מען האָט אין משך פֿון אַזוי פֿיל יאָרן מיטגעלעבט אין פֿריידן און אין שוועריקייטן פֿון טאָג־טעגלעכן הו־האַ. מיכאל איז פֿאַר מיר, קודם־כּל, געווען אַ חבֿר און אַ יאָרנלאַנגער קאָלעגע בײַ דער אַרבעט אין ראַדיאָ.

מיר האָבן זיך באַקענט אַ קורצע צײַט נאָך זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל, אין יאָר 1957, ווען ייִדן האָבן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזט פּוילן. ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ייִדיש־אוידיציע אין "קול־ישׂראל" אין דער צײַט, ווען עס האָבן זיך נאָך באַ­טייליקט אין איר פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט — זשורנאַליסטן, דענ­קער, אינטעלעקטואַלן — אַלץ פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון פּוילן, רומעניע און ייִדן, וועל­כע האָבן זיך געראַ­טעוועט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. מיכאל האָט מיט זײַן גאָט־גע­בענטשטער שטימע און קלאָרער דיקציע אַרויפֿ­געלייגט אַ חותם אויף דער אוידיציע און אַ גרויסער טייל פֿון די צוהערער האָבן די ייִדיש־אוידיציע אידענטיפֿיצירט מיט מיכאל בן־אַבֿרהם. עס זענען געווען פֿאַלן, ווען ייִדן, געקומענע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, זענען ספּעציעל גע­פֿאָרן קיין ירושלים זיך צו טרעפֿן מיט דעם מענטש, וועמענס שטימע זיי האָבן גע­הערט פֿון די קליינע טראַנזיסטאָרן אין די באַהעלטענישן.

מיכאל ווײַנאַפּעל איז געקומען אין ראַדיאָ פֿון ייִדישן טעאַטער. אַן אויטאָ­דידאַקט, וועלכער האָט אַבסאָלווירט אוני­ווערסיטעטן אין די פּוילישע תּפֿיסות, אין וועלכע ער איז אָפּגעזעסן יאָרן פֿאַר קאָ­מו­ניסטישער אַקטיוויטעט; האָט ער מיט זיך מיטגעבראַכט אַ רײַכן באַגאַזש פֿון בילדונג. ער האָט אָנגעהויבן זײַן קאַ­ריע­רע אין ראַדיאָ ווי אַ דיקטאָר פֿון נײַעס און שפּעטער ווי אַ רעדאַקטאָר פֿון נײַעס. אָבער אין דער אמתן איז זײַן גרויסע ליבשאַפֿט געווען קולטור — ליטעראַטור און קונסט. ער האָט באַאַרבעט און אָנגעשריבן צענד­ליקער ראַדיאָ־הערשפּילן פֿון דער קלאַ­סישער און מאָדערנער ייִדישער ליטע­ראַטור און דראַמאַטורגיע, און זיי אויך אינ­סצעניזירט. ביזן הײַנטיקן טאָג זענען אויפֿגעהיט געוואָרן אין דער פֿאָנאָטעק פֿון "קול־ישׂראל" זײַנע פּראָגראַמען מיט אינטערפּרעטאַציעס פֿון די פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

מיכאל בן־אַבֿרהם איז געווען פֿון די הויפּט־זײַלן פֿון דער ייִדיש־אוידיציע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון פּראָגראַמען פֿאַר די תּפֿוצות, ספּעציעל קיין מיזרח־אייראָפּע און שפּעטער אויך פֿאַר צפֿון־ און דרום־אַמעריקע, און בעיקר, פֿאַר די מאַסן עולים וואָס האָבן עולה געווען קיין ישׂראל. אין דער אוידיציע האָבן, אין מײַנע צײַטן, סטאַביל געאַרבעט בײַ אַ 13 זשורנאַליסטן און 2 סעקרעטאַרינס, און פֿון צײַט צו צײַט האָבן זיך באַטייליקט אינטעלעקטואַלן, פּראָפֿעסאָרן, קינסטלער פֿון דער ייִדישער בינע — שוישפּילער, זינגער, רעציטאַטאָרן, שרײַבער, פּאָליטיקער פֿון אַלע פּאַרטייען און אויך ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. מיכאל איז געווען דער נישט־אָפֿיציעלער אויפֿזעער אויף דער ריינקייט פֿון דער שפּראַך און מיר אַלע האָבן זיך מיט אים באַראַטן ווי אַזוי קאָרעקט אויסצודריקן און אָפּהיטן די אוניקאַלקייט פֿון ייִדיש־לשון און נישט אַרײַנפֿירן, חלילה, קיין דײַטשמעריזמען אָדער פֿרעמדווערטער, וואָס דער עולם קען נישט פֿאַרשטיין. ער איז גע­ווען אַ פּעדאַנט — און אפֿשר קאָן די דאָזיקע אייגנשאַפֿט פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ חסרון.

וואָס שייך מענטשלעכע און חבֿרישע באַציִונגען דאַרף באַמערקט ווערן, אַז מיכאל, דער געוועזענער קאָמוניסט, האָט זיך אויסגעצייכנט מיט טאָלעראַנץ. ער האָט געהאַט אַ באַזונדערע סימפּאַטיע און וואַרעמע באַציִונג צו דער ייִדישער טראַ­דיציע, הגם ער איז געווען אַן איבער­צײַגטער אַטעיִסט. טאָלעראַנץ — יאָ, אָבער נישט לגבי עם־הארצישקייט.

פֿון צײַט צו צײַט זענען פֿאָרגעקומען צוזאַמענטרעפֿן מיט די צוהערער אין פֿאַר­שיידענע ייִשובֿים ווי רחובֿות, אַשקלון, בית־שמש און אַנדערע. דאָס זענען געווען אינטערעסאַנטע און אינספּירירנדיקע איבער­לעבונגען, ווען די צוהערער האָבן געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט די געשטאַלטן אויסער דעם מיקראָפֿאָן און נישט נאָר מיט זייערע שטימען. זיי האָבן זיך אַרויסגעזאָגט, געשטעלט פֿראַגעס, אָפֿט מאָל אויך קריטיקירט, אָבער אין סך־הכּל — אַ דאַנקבאַרער פּובליקום, דאַנקבאַר פֿאַר אונדזער דערלאַנגען זיי סײַ אינפֿאָרמאַציע און סײַ קולטור. אויף די צוזאַמענפֿאָרן איז מיכאל, מיכאל בן־אַבֿרהם, געווען דער סטאַר.

בײַ די פֿאַרשיידענע אינטריגעס און מחלוקתן, ווי דער שטייגער איז בײַ אַזאַ קאָלעקטיוו, וווּ יעדער איינער ווייסט בע­סער, איז מיכאל אָפֿט מאָל געווען אַ באַרויִקנ­דיקער און שלום־מאַכנדיקער פֿאַקטאָר און בײַ אַ גלעזל, אָדער בעסער געזאָגט, בײַ אַ פֿלאַש בראָנפֿן, האָבן אַלע אָנערקענט זײַן אויטאָריטעט און מען איז דערגאַנגען צו אַ הסכּמה. די פֿלאַש בראָנפֿן האָט, אַגבֿ, געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַ די זיצונגען פֿון דער רעדאַקציע און מיר אַלע האָבן זיך, אַ דאַנק מיכאל, אויסגעלערנט צו געניסן פֿון אָט דעם חטא.

ווען מיר האָבן נאָך געהאַט אַ מעג­לעכקייט צוצוציִען און אויסשולן יונגע קאַדרען, איז מיכאל געווען זייער לערער, האָט מיט אַ סך געדולד, אָבער אויך קריטיק, זיי דערמוטיקט און געגעבן האָפֿענונג, אַז זיי וועלן זיך קענען אײַנגלידערן אין דער שעפֿערישער אַרבעט. ליידער, האָט מען אָבער אין דער לעצטער צײַט רע­דוצירט דעם פּערסאָנאַל און דערמיט אויך די אוידיציעס. מיר האָבן געגלייבט, אַז בײַם דורכפֿירן דאָס געזעץ אין כּנסת פֿאַר אויפֿהיטן ייִדיש און מיטן גרינדן די מלוכישע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש, וועט די אוידיציע האָבן אַן אַדרעס, אַ טאַטע־מאַמע, וואָס זאָל קעמפֿן פֿאַר איר עקזיסטענץ. צום באַדויערן, איז דאָס נישט געשען און די ייִדיש־אוידיציע בײַ "קול־ישׂראל" איז כּמעט אין גאַנצן ליקווידירט געוואָרן.

נאָכן אַרויסגיין אויף פּענסיע איז מיכאל ווײַטער אַקטיוו געווען בײַם פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור אויסערהאַלב די ראַמען פֿון "קול־ישׂראל". ער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ סעמינאַר פֿאַר ייִדיש אין דער טעאַ­טער־סטודיע פֿון "ייִדישפּיל"; ער איז אויפֿ­געטראָטן מיט רעציטאַציעס אין "בית שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ און אין דער קול­טור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים און האָט אָנגעפֿירט מיטן קולטור־קרײַז בײַם אַר­בעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ. אין די לעצ­טע יאָרן האָט ער מיטגעאַרבעט מיטן "פֿאָרווערטס" און פֿאַרעפֿנטלעכט אַר­טיק­לען וועגן ייִדישן טעאַטער און זײַנע אַקטיאָרן הײַנט און אַמאָל.

אין משך פֿון די יאָרן זענען מיר געוואָרן נישט נאָר קאָלעגעס בײַ דער אַרבעט, נאָר אויך נאָענטע פֿרײַנד. מיר האָבן חתונה געמאַכט קינדער און שפּעטער אייניקלעך, געפֿײַערט בר־מיצוות און בריתן און מען האָט מיטגעלעבט איינער מיטן צווייטן שׂימחות, אָבער אויך צער.

מיכאל ווײַנאַפּעל איז ניפֿטר געוואָרן אין ירושלים אין עלטער פֿון 86 יאָר. ער האָט איבערגעלאָזט אַ פֿרוי, 6 קינדער, אייניקלעך און אוראייניקלעך.

כּבֿוד זײַן אָנדענק!

באַמערקונג: אַנקאַ שמיר איז אַ געוועזענע לייטערין פֿון דער ייִדיש־אוידיציע בײַ "קול־ישׂראל", ירושלים.