|
חנוכּה, קיל, דײַטשלאַנד, 1932 |
|
אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַקעגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָרדינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט.
די אָביעקטן שטאַמען פֿון ישׂראל, בעלגיע, ווײַס־רוסלאַנד, קאַנאַדע, טשעכיע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, גריכנלאַנד, איטאַליע, פּוילן, רוסלאַנד, סערביע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די טירחה דאָס אַלץ צוזאַמענצוברענגען אונטער איין דאַך האָט זיך "אויסגעצאָלט", און די אויסשטעלונג מאַכט אַ רושם מיט איר אַרומנעמיקייט, סײַ געאָגראַפֿיש גערעדט, סײַ היסטאָריש.
די דאָזיקע אויסשטעלונג וויל באַווײַזן, אַז דער ייִדישער ווידערשטאַנד האָט אַרײַנגענומען מער ווי דאָס פֿיזישע קעמפֿן אין די וועלדער און געטאָס מיט די דײַטשן און זייערע מיטהעלפֿער. דאָס אַקעגנשטעלן זיך האָט אין זיך אַרײַנגענומען אויך אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם שווערן טאָג־טעגלעכן לעבן — דאָס אויפֿפֿירן אַ קאָנצערט אין געטאָ, דאָס אַרויסגעבן אַן אונטערערדישע צײַטונג, דאָס לייגן תּפֿילין, דאָס לערנען זיך אין אַ קלאַס — די אַקטיוויטעטן, פֿול מיט אָפּטימיזם, האָפֿענונג און אמונה, האָבן געהאָלפֿן די אונטערגעדריקטע ייִדן באַקעמפֿן דעם טעגלעכן אוממענטשלעכן יאָך. די דײַטשן האָבן געוואָלט בײַ זיי אַוועקנעמען זייער מענטשלעכקייט, אָבער דורך די אַלע דרכים האָבן די ייִדן זיך באַמיט זי קיין מאָל נישט אָנצוּווערן.
"די וועלט וועט טראַכטן אַנדערש וועגן די ייִדן אינעם חורבן, אַ דאַנק דער אויסשטעלונג", שרײַבט דער מוזיי־דירעקטאָר ד״ר דוד מאַקסוועל אין דעם פּראָגראַם־בלעטל פֿון דער אויסשטעלונג — "די אויסשטעלונג שטעלט נישט דעם טראָפּ אויף דער אונטערדריקונג און דעם אויסשעכטן די ייִדן, נאָר אויף די ייִדישע רעאַקציעס אויף דער אונטערדריקונג. דאָס קהל האָט נאָך נישט געזען די זײַט פֿון דער געשיכטע. די ייִדן האָבן באַקעמפֿט די נאַציס אין זייערע היימען, אין די קהילות, אין די געטאָס, אין די וועלדער, אין די לאַגערן און אין זייערע הערצער".
|
פֿידלער אינעם קאָוונער געטאָ־אָרקעסטער. פֿאָטאָ: דזשאָרדזש קדיש. |
|
צווישן די רירנדיקע בילדער אויף דער אויסשטעלונג קען מען זען פֿון אינעווייניק די שטוב פֿון הרבֿ ד״ר עקיבֿא פּאָזנער, דער רבֿ פֿון קיל, דײַטשלאַנד, אין 1932. בײַם פֿענצטער שטייט אַ חנוכּה־לאָמפּ, אָבער אין דרויסן הענגט אַ נאַצי־פֿאָן. אַויף דער צווייטער זײַט פֿונעם בילד האָט רחל פּאָזנער, די רביצין אָנגעשריבן — "׳אַ טויט צו יהודה׳ לאָזט אונדז וויסן די פֿאָן, און דאָס ליכט פֿונעם חנוכּה־לעמפּל ענטפֿערט ‚יהודה וועט אייביק זײַן‘".
|
קינדער לערנען זיך אין אַן אונטערערדישער שול אין דער קאָוונער געטאָ, 1941 — 1942. (פֿאָטאָ: דוד־חיים ראַטנער) |
|
אין עטלעכע צימערן פֿון דער אויסשטעלונג ווײַזט מען דאָקומענטאַר־פֿילמען, דער עיקר, אינטערוויוען מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וועגן זייער אויסדרוק פֿון ווידערשטאַנד. צווישן די מענטשן זענען גוט־באַקאַנטע פּנימער, ווי וולאַדקע און בנימין מיד, ע״ה. פֿאַר די טויזנטער תּלמידים, וועלכע וועלן זיכער קומען אויף דער אויסשטעלונג איז וויכטיק צו זען און הערן די "לעבעדיקע" מענשטן, און נישט נאָר זען די אָביעקטן, וואָס וועלן זיי איבערראַשן. אַ שאָד נאָר, וואָס קיין ייִדיש וואָרט וועלן זיי נישט הערן אין די פֿילמען — נאָר ענגליש. אויב דער געדאַנק פֿון אַזאַ אויסשטעלונג איז טאַקע געווען צו דערציילן וועגן דעם חורבן פֿון אַ ייִדישער פּערספּעקטיוו, וואָלט מען כאָטש געדאַרפֿט אײַנזען, אַז די שפּראַך פֿון די קרבנות זאָל ווערן געהערט. עס זענען יאָ פֿאַראַן עקספּאָנאַטן אויף ייִדיש, ווי העפֿטן, בריוו, פּלאַקאַטן; אָבער זאָל מען אויך וויסן, אַז ייִדיש איז געווען די שפּראַך, וואָס מע האָט גערעדט בעת דעם ווידערשטאַנד.
דער אַדרעס פֿונעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה", Museum of Jewish Heritage איז 36 Battery Place אין מאַנהעטן. טעלעפֿאָן־נומער 4200־437־646.