ליבמאַן הערש, נאָוועמבער 1948 |
YIVO Archive |
ניט לאַנג צוריק איז אין דעם זשורנאַל Jewish History, באַנד 20, נומ. 3–4, דערשינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון גור אלרואי (חיפֿה-אוניווערסיטעט). די אַרבעט הייסט "דעמאָגראַפֿיע אויף דער דינסט פֿונעם פֿאָלק: ליבמאַן הערש, יעקבֿ לעשצינסקי, און די פֿריִע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער מיגראַציע".
וועגן לעשצינסקין האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן, און מײַן גרויסער ענגלישער אַרטיקל וועגן דעם מערקווערדיקן מענטשן וועט אָט-אָט דערשײַנען אין דעם זשורנאַל Science in Context, וואָס האָט אויסגעטיילט אַ גאַנצן נומער דער טעמע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. אַ יושר, איך זאָל אויך ניט מאַכן קיין שווײַג וועגן פּסח-ליבמאַן הערש (1882—1955), בפֿרט נאָך, אַז טאַקע די טעג, דעם 25סטן מײַ, איז געוואָרן 125 יאָר זינט ער איז געבוירן געוואָרן לעבן שאַוועל, אין ליטע.
זײַן פֿאָטער, מאיר-דוד הערש, איז געווען אַ למדן און אַ משׂכּיל. דערצו איז ער געווען אַ הייסער חובֿבֿי-ציון. אמת, אויסגעוואַנדערט (אויף עטלעכע יאָר) האָט ער ניט קיין ישׂראל, נאָר קיין דרום-אַפֿריקע. געשען איז עס אין יאָר 1891. דאָרט, אין דרום-אַפֿריקע, האָט זיך אַנטוויקלט די זשורנאַליסטישע קאַריערע פֿון ליבמאַן הערשס ברודער, בנציון-זונדל (1883—1935). תּחילת האָט ער געשריבן פֿאַר דער פּרעסע אין דער אַלטער היים, אָבער דערנאָך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין שאַפֿן די היגע ייִדישע אויסגאַבעס.
ווען די הערשס זײַנען אַוועקגעפֿאָרן קיין אַפֿריקע, האָט מען ליבמאַנען איבערגעלאָזט אין דער היים, אויף קעסט בײַ אַ מלמד. שפּעטער האָט ער זיך געלערנט אין וואַרשע — סײַ בײַ מלמדים, סײַ זיך געגרייט צו עקזאַמענס אין אַן אַלגעמיינער שול. זײַן ווײַטערדיקע יוגנט-געשיכטע דערמאָנט אַ סך אַנדערע אַזעלכע געשיכטעס פֿון ייִדישע אינטעלעקטואַלן פֿון יענעם דור, וועמען ס׳איז אויסגעפֿאַלן צו לעבן אין שטורמישע צײַטן: פֿאַרענדיקט אַ רוסישע גימנאַזיע, געוואָרן אַן אוניווערסיטעט-סטודענט (אין וואַרשע), אָבער צוליב פּאָליטישע פֿאַרבינדונגען האָט ער ניט געקענט פֿאַרבלײַבן אין רוסלאַנד. ליבמאַן הערש האָט זיך ווײַטער געלערנט אין דער שווייץ.
בינו-לבינו, איז זײַן פֿאַרכאַפּונג מיט ציוניזם געקומען צו אַ סוף, און ער איז געוואָרן אַן אַקטיווער בונדיסט. ער וועט שטענדיק בלײַבן געטרײַ דעם סאָציאַליזם און ייִדיש. הגם אידעאָלאָגיש זײַנען הערש און לעשצינסקי געווען אין פֿאַרשיידענע בראַנזשעס (לעשצינסקי איז געווען אַ טעריטאָריאַליסט), וועלן זייערע נעמען זיך באַגעגענען אי אין די זעלבע אינסטיטוציעס, אי אין די זעלבע אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס, באַזונדערס זינט די 1920ער יאָרן, ווען ביידע האָבן מיטגעאַרבעט אין ייִוואָ.
גלײַכצײַטיק איז געווען אַ גרויסער אונטערשייד אין די לעבנסוועגן פֿון די צוויי סטאַטיסטיקער-דעמאָגראַפֿן. לעשצינסקי האָט קיין מאָל ניט פֿאַרענדיקט זײַנע אוניווערסיטעט-שטודיעס, ניט באַקומען קיין אַקאַדעמישן טיטל, דערפֿאַר איז פֿאַר אים געווען אוממעגלעך צו ווערן אָנגעשטעלט אין אַן אוניווערסיטעט. (אַזוי איז געווען אויך, למשל, דער מצבֿ בײַם היסטאָריקער שמעון דובנאָוו.) ווי אַ פּועל-יוצא, האָט לעשצינסקי געמוזט זוכן אַנדערע פּרנסות, בפֿרט אין זשורנאַליסטיק. אַ דאַנק דעם האָט דער "פֿאָרווערטס" באַקומען אַ טאַלאַנטירטן מיטאַרבעטער, אין די 1920ער און 1930ער יאָרן אין אייראָפּע און שפּעטער, דער עיקר, אין די 1940ער, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ליבמאַן הערש, אָבער, האָט אין 1908 פֿאַרענדיקט דעם זשענעווער אוניווערסיטעט, אין 1913 פֿאַרטיידיקט דאָרטן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע און געמאַכט אַ גרויסאַרטיקע אַקאַדעמישע קאַריערע אין דער שווייץ. זײַנע אַרבעטן — אונטערן נאָמען Liebmann Hersch — האָט מען געדרוקט אין פֿראַנצויזיש, דײַטש און ענגליש. (זײַן טאָכטער, זשען הערש, 1910—2000, איז מיט יאָרן שפּעטער געווען אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿילאָסאָפֿיע אין דעם זעלבן אוניווערסיטעט, אָבער זי איז באַזונדערס באַקאַנט געוואָרן ווי אַ טוערין פֿון "אונעסקאָ".)
ניט געקוקט אויף דער אינטענסיווקייט פֿון זײַן וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט, האָט ליבמאַן הערש ניט אויפֿגעהערט צו שרײַבן אויף ייִדיש. אַזוי איז אין 1944 דערשינען אין זשענעווע זײַן בוך "מײַן ייִדישקייט", און אין 1952 איז אין בוענאָס-אײַרעס אַרויס זײַן באַנד "אויף דער גרענעץ פֿון צײַט: אויסגעקליבענע שריפֿטן אויף ייִדישע טעמעס, דערשינענע זײַט דער צווייטער וועלט-מלחמה".
דאָך וויל איך צום סוף ברענגען ניט קיין אַקאַדעמישע, נאָר דווקא אַ ליטעראַרישע פּובליקאַציע פֿון ליבמאַן הערש, דהײַנו: זײַן איבערזעצונג, פֿון רוסיש אויף ייִדיש, פֿון מיכאַיִל לערמאָנטאָווס ליד "דער מלאך". די דאָזיקע איבערזעצונג איז צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין "פֿאָרווערטס" דעם 10טן מאַרץ 1957:
דורך דעם הימל בײַנאַכט איז אַ מלאך געפֿלויגן,
און אַ ניגון אַ שטילן געצויגן.
ס׳האָט די לבֿנה, די שטערן און די וואָלקנס פֿאַרקלערט
זיך צום הייליקן ליד צוגעהערט.
וועגן די גײַסטער אָן זינד זײַן געזאַנג האָט דערציילט
אין גן-עדן וואָס זײַנען דערוויילט;
וועגן דעם זיו-השכינה געווען איז דער געזאַנג,
און קיין צבֿיעות געהאַט האָט זײַן קלאַנג.
ר׳האָט אַ יונגע נשמה געטראָגן דער וועלט,
וווּ קיין טרער און קיין טרויער ניט פֿעלט.
און פֿון ליד אין נשמה געבליבן דער קלאַנג
איז אָן ווערטער, דאָך לעבעדיק לאַנג.
און באַהערשט פֿון אַ וווּנדער-פֿאַרלאַנג, אויף דער וועלט
האָט זיך לאַנג די נשמה געקוועלט.
ניט געקענט איר פֿאַרבײַטן דעם הימלישן קלאַנג
פֿון דער ערד האָט דער נודנער געזאַנג.