טשיקאַװעס
אַ טעלער מיט אַ דײַטשמערישער אויפֿשריפֿט, פּובליקירט אין "ru_yiddish"
אַ טעלער מיט אַ דײַטשמערישער אויפֿשריפֿט, פּובליקירט אין "ru_yiddish"

די וועבזײַט livejournal.com, "דער לעבעדיקער זשורנאַל", איז אַ ריזי­קער ווירטועלער "אוניווערס", וווּ איבער 12 מיליאָנען מענטשן שאַפֿן בלאָגן, עלעק­טראָנישע זשורנאַלן, טאָג־ביכער און סתּם שמועסן מיט אַנדערע. אַחוץ די פּערזענלעכע זײַטלעך, זענען דאָרטן אויך פֿאַראַן אַזוי־גערופֿענע "קהילות", וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך גאַנצע גרופּעס "אײַנוווינער" פֿונעם "לעבעדיקן זשורנאַל", לויט זייערע ספּע­ציפֿישע אינטערעסן.

אין אַ טייל "קהילות" באַטייליקן זיך צומאָל טויזנטער מיטגלידער; כּמעט יעדע שטאָט, ווי אויך אַ סך אוניווערסיטעטן, ספּעציאַליזירטע מיטלשולן און פֿאַרשיידענע קלובן האָבן אַן אייגענע "לאַנדסמאַנשאַפֿט" אָדער "ברודערשאַפֿט" אין "LJ". אין אַ סך ספּעציעלע "קהילות", באַהאַנדלען פּראָ­פֿעסיאָנעלע לינגוויסטן, דאָקטוירים, פּראָ­גראַ­מיסטן, מאָלער, מוזיקאַנטן און אַנ­דע­רע מומחים פֿאַרשיידענע זייער ספּעצי­פֿישע אַס­פּעקטן פֿון זייער אַרבעט; אין אַ סך אַנדערע "ערטער" פֿאַרזאַמלען זיך ליב­האָבער פֿון אַ געוויסער ראָק־גרופּע, אַק­טיוויסטן פֿון פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס, קאָלעקציאָנערן פֿון מאַרקעס אָדער מטבעות אָדער אייגנטימער פֿון אַ געוויסן מין אויטאָ­מאָביל.

אַ טייל "קהילות" פֿירן אויס אַנדערע פּראַקטישע פֿונקציעס, אַחוץ די דיסקוסיעס גופֿאַ: אָפֿטמאָל, מעלדן די מיטגלידער וועגן פֿאַרשיידענע אונטערנומונגען, האַנד­לען און בײַטן זיך איינער מיט צווייטן מיט פֿאַרשיידענע מינים סחורה, און צו­מאָל פֿאַרבעטן זייערע "ווירטועלע חבֿרים" צו פּראַווען זייער געבוירן־טאָג. אַזאַ גע­שעע­­ניש ווערט אינעם "לעבעדיקן זשור­נאַל" אָנגערופֿן "דעווירטואַליזאַציע" — ווען מע באַקענט זיך פּערזענלעך מיט אַ מענטש, וועלכן מע האָט פֿריִער געקענט בלויז דורך דער אינטערנעץ.

דער "לעבעדיקער זשורנאַל" איז גע­גרינדעט געוואָרן אין 1999, ווי אַ פּריוואַטער פּראָיעקט פֿונעם אַמעריקאַנער פּראָגראַמיסט ברעד פֿיצפּאַטריק. במשך פֿון דער צײַט, איז די וועבזײַט זיך גיך צעוואַקסן, און האָט אַרײַנגעצויגן הונדערטער טויזנטער רוסלענדישע מיטגלידער. די באַטייליקונג אינעם "זשורנאַל" און דאָס שאַפֿן אַן אייגע­נע "קהילה" איז אַן אומזיסטע, הגם פֿאַר אַ קליינער סומע געלט קען מען באַקומען אַ צוטריט צו געוויסע ספּע­ציעלע באַדינסטן — למשל, שיקן עמעצן אַ בוקעט "ווירטועלע בלומען". צוליב דעם, וואָס אַזעלכע מתּנות קאָסטן רעאַל געלט, זענען די מיטגלידער זייער צופֿרידן זיי צו באַקומען; נאָך דעם לעצטן "וואַלענטין"־טאָג, האָט דער "לעבעדיקער זשורנאַל" עטלעכע טעג געאַרבעט זייער פּאַמעלעך — אַפּנים, צוליב די מיליאָנען ווירטועלע "רויזן", וואָס האָבן פֿאַרהאַקט די וועבזײַט.

ס׳רובֿ "אײַנוווינער" פֿונעם "לעבעדיקן זשורנאַל" באַציִען זיך צו זייער "ווירטועל לעבן" גאַנץ ערנסט; אַ סך מענטשן באַקענען זיך דאָרטן מיט נײַע חבֿרים, זוכן אָפּ זייערע אַלטע באַקאַנטע, און נישט זעלטן טרעפֿן אַפֿילו זייערע "באַשערטע"; חתונות צווישן די "LJ"־לײַט איז נישט קיין נאָווינע.

לויט דער סטאַטיסטיק, זענען בערך 3.2 מיליאָן מיטגלידער פֿונעם "לעבעדיקן זשורנאַל" אַמעריקאַנער, און בערך אַ האַלב מיליאָן — רוס­לענדער און אוקראַיִנער. נאָך אַרום אַ מיליאָן מיטגלידער וווינען אין אַנדערע ענגליש־רעדנדיקע לענדער — קאַנאַדע, ענגלאַנד און אויסטראַליע; אין די אַנדערע לענדער איז דער "לעבעדיקער זשורנאַל" אַ סך ווייניקער פּאָפּולער. ס׳איז כּדאַי, אָבער, צו באַמערקן, אַז אַ מערקווירדיקער טייל "אַמעריקאַנער" און "קאַנאַדער" מיט­גלידער זענען רוסישע עמיגראַנטן, דערפֿאַר ווערט דער "לעבעדי­קער זשורנאַל" אָנער­קענט אין רוסלאַנד ווי דער "סאַמע טראַ­דיציאָנעלער" רוסישער בלאָג־צענטער אויף דער אינטערנעץ.

די רוסיש־רעדנדיקע מיטגלידער פֿונעם "לעבעדיקן זשורנאַל" האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם טשיקאַווע זשאַרגאָן, וואָס מע הערט הײַנט, פֿון צײַט צו צײַט, אַפֿילו אויף דער גאַס, בפֿרט אין אַזעלכע שטעט, ווי מאָסקווע און פּעטערבורג, וווּ כּמעט אַלע קאָמפּיוטער־באַנוצער זענען גוט באַקאַנט מיט דער דאָזיקער וועבזײַט. די מיטגלידער גופֿא ווערן אָנגערופֿן "ЖЖсты" ("זשעזשיסטן"), און זייערע ווירטועלע חבֿרים הייסן "френды" ("פֿרענדן"), פֿונעם ענגלישן וואָרט "friends".

ווען פֿיצפּאַטריק, דער גרינדער פֿון "Livejournal", האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק באַזוכט רוסלאַנד, האָבן אַ צאָל רוסישע צײַטונגען אים באַגריסט ווי אַ "העלד" פֿון דער רוסישער אינטערנעץ, און באַשריבן זײַן וויזיט אויף אַ "זשעזשיסטישן" שטיי­גער — ווי "דעווירטואַליזאַציע" פֿונעם באַרימטן פּראָגראַמיסט.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע וועב־פֿאָרומס, דיסקוסיע־גרופּעס און "שמועס־צימערן", וווּ עס באַהערשט די אַטמאָספֿער פֿון אויסגעשפּראָכענער אויסגעלאַסנקייט און נאַרישע קריגערײַען פֿון 16־יעריקע אומגעבילדעטע יוגנטלעכע, זענען אַ סך "קהילות" אינעם "לעבעדיקן זשורנאַל" אויס­ערגעוויינטלעך אינטעליגענטיש, רויִק און פֿרײַנדלעך. דער פּאַמעלעכער סטיל און די צעצווײַגטע סטרוקטור פֿון די דיס­קוסיעס האָט אויך צוגעצויגן די "אַל­טע גוואַרדיע" פֿון די סאָוועטישע קאָמ­פּיוטער־לײַט, על־פּי־רובֿ געבילדעטע מענטשן, דערמאָנענדיק זיי וועגן די "אַלטע גוטע צײַטן" פֿון "FIDO" — די אַלטע מעלדונג־נעץ, וועלכע איז געווען פֿאַרשפּרייט צווישן די רוסישע "גיקן" אין אָנהייב 1990ער יאָרן.

הגם אויפֿן ענדלאָזיקן "רחבֿות" פֿון "LJ" קען מען, מסתּמא, אויך געפֿינען גענוג גרופּעס פֿון גראָבע יונגען, וווּ עס ווערן באַהאַנדלט בלויז גאַסן־געשלעגן און סעקס, זענען אַזעלכע גרופּעס אינגאַנצן אָפּגעטיילט פֿון די אינטעליגענטע "קהילות" און בלאָגן.

אַחוץ דעם, פֿאָלגן ס׳רובֿ "זשעזשיסטן", אַרײַנגערעכנט די גראָבע יונגען, געוויסע עטישע כּללים, און שטרעבן נישט צו שטערן איינער דעם צווייטן. אַפֿילו אַזעל­כע "הייסע" טעמעס, ווי סיכסוכים צווישן די עקסטרעם־רעכטע און ראַדיקאַל־לינ­קע פּאָליטישע אַקטיוויסטן ווערן, גע­וויינט­לעך, דורכגעפֿירט מער־ווייניקער אויסגעהאַלטן.

מיט דרײַ יאָר צוריק האָט אַ פּראָמינענ­טער רוסיש־רעדנדיקער ייִדישיסט (וועלכער באַ­האַלט אויס, ווי ס׳רובֿ "זשעזשיסטן", זײַן רעאַלן נאָמען), געגרינדעט אינעם "לעבעדיקן זשורנאַל" אַ נײַע קהילה, מיטן נאָמען "ru_yiddish". במשך פֿון דער צײַט, איז זײַן בלאָג זיך צעוואַקסן אין אַ בכּבֿודיקער "קהילה", וואָס דערמאָנט די באַקאַנטע ענגליש־שפּראַכיקע בליץ־רשימה "מענדעלע". אין פֿאַרגלײַך מיט "מענדעלע", אָבער, איז "ru_yiddish" אַן אינטעראַקטיווע גרופּע, וווּ די מיטגלידער קענען גיך באַקומען אַן ענטפֿער אויף זייערע פֿראַגעס, און קענען פֿאַרעפֿנטלעכן בילדער און מוזיק־פֿראַגמענטן.

איצט זענען אין "ru_yiddish" באַטיי­ליקט בערך 300 מיטגלידער, אַרײַנגערעכנט פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקאַנטן, היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָרן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן אין וויסנשאַפֿט, דאָקטוירים, סטודענטן, שרײַבער און פּאָעטן; מע באַהאַנדלט אַ ברייטע ריי טעמעס, פֿונעם פּשוטן אָפּטײַטש פֿון געוויסע ייִדישע ווערטער ביז טיפֿע סאָציאָ־לינגוויסטישע און היסטאָרישע ענינים. כּמעט אַלע אונטערנעמונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, סײַ אין רוסלאַנד, סײַ אין אַנדערע לענדער, ווערן כּסדר אַנאָנסירט אינעם "ru_yiddish", ווײַל די מיט­גלידער פֿון דער גרופּע וווינען אַרום דער גאַנצער וועלט.

די געשיכטע פֿון "ru_yiddish" האָט געוויזן, אַז אין רוסלאַנד וווינען הונדערטער ייִדישע (און, צומאָל, לאו־דווקא ייִדישע) יונגע־לײַט, וואָס לערנען זיך ייִדיש אָדער, לכל־הפּחות, פֿאַראינטערעסירן זיך מיט דער ייִדישער קולטור. פֿון צײַט צו צײַט, ווײַזן זיך אַרויס אינעם "לעבעדיקן זשורנאַל" רוסיש־רעדנ­דיקע יונגע־לײַט, וואָס קענען מאַמע־לשון גאַנץ פֿליסיק. אין "ru_yiddish" גע­פֿי­נען זיך אַזעלכע אינטערעסאַנטע פּער­זענ­לעכקייטן, ווי איציק סאָלדאַטאָוו — אַ יונגער ייִדישער פּאָעט און מחבר פֿון וווּנדער­לעכע מעשׂיות, וועלכער וווינט אין קאַמענסק־אוראַלסקי, אוראַל־געגנט, און איליאַ ווערכאָווסקי — אַ פֿילאָסאָף, מוזי­קאַנט און פּאָעט פֿון דער ווײַטער סיבירער שטאָט כאַנטי־מאַנסיִיסק; אַ טייל מיטגלידער פֿירן אויך פּערזענלעכע בלאָגן אויף ייִדיש.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרנומען איר פֿעסט־גע­שטעלט אָרט אינעם "לעבעדיקן זשורנאַל" דווקא צוליב דער רוסיש־רעדנדיקער אינטעליגענץ. הגם צווישן די אַמעריקאַנער "LJ"־לײַט געפֿינען זיך זיכער מער ייִדיש־רעדער, אַרײַנגערעכנט די חסידים פֿון וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק, שמועסן זיי, געוויינטלעך, דווקא אויף ענגליש, און וואָלטן קיינמאָל נישט באַהאַנדלט, למשל, משה קולבאַקס לידער.

ס׳איז אָבער אַ ביסל טרויעריק, אַז "ru_yiddish" קלינגט צומאָל "צו אינ­טעליגענטיש". עס וואָלט זיך געוואָלט, אַז מער פּשוטע רוסלענדישע "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר" זאָלן זיך אויך פֿאַראינטערעסירן מיט מאַמע־לשון, נישט בלויז מוזיקאַנטן און פּראָפֿעסאָרן.