‫פֿון רעדאַקציע
פֿון

לעצטנס, איז פֿאַרעפֿטלעכט געוואָרן דער באַריכט פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, וווּ רוסלאַנד ווערט באַשולדיקט אין ברעכן די מענטשנרעכט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, האָט זיך דער מצבֿ אין דעם געביט שטאַרק פֿאַרערגערט אין משך פֿונעם לעצטן יאָר...

ממש די וואָך איז אין מאָסקווע ווידער אומגעקומען אַ זשורנאַליסט פֿון דער ליבעראַלער צײַטונג "קאָמערסאַנט". זײַן נאָמען איז איוואַן סאַפֿראָנאָוו. ווי עס דערקלערט די פּאָליציי, איז סאַפֿראָנאָוו באַגאַנגען זעלבסטמאָרד — זיך אַראָפּגעוואָרפֿן פֿונעם פֿינפֿטן שטאָק.

פּאָליטיק

וועלכער ייִד קען דען נישט דעם פֿאָלקסטימלעכן אַנעקדאָט וועגן דעם רבֿ, וואָס האָט געגעבן גערעכט, לויט דער ריי, יעדן איינעם פֿון די צוויי צעקריגטע צדדים, און ווען זײַן שמשׂ האָט אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז עס קען דאָך נישט זײַן, אַז ביידע זאָלן זײַן גערעכט — האָט דער רבֿ געענטפֿערט: אויך דו ביסט גערעכט...

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קאַנאַדער פֿילמאָגראַף שׂימחה יאַקובאָוויטש, אינעם קבֿר אין תּלפּיות, וווּ עס ליגן אפֿשר די ביינער פֿון ישו הנוצרי

דאָס בוך "דער קאָד פֿון דאַ ווינטשי", וואָס איז דערשינען מיט עטלעכע יאָר צוריק, וווּ עס ווערט געשילדערט דאָס לעבן פֿון ישו־הנוצרי און די ערשטע עטאַפּן פֿון קריסטנטום, איז איבערגעזעצט געוואָרן אין צענדליקער שפּראַכן (אויך אין עבֿרית) און איז געווען אַ בעסטסעלער אין דער גאָרער וועלט.

האָליוווּד האָט פּראָדוצירט אַ פֿילם באַזירט אויף דעם סצענאַר פֿון דעם דאָזיקן בוך, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט די פּראָדוצירער הונדערטער מיליאָנען.

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
בעת דער אונטערנעמונג אין "לייוויק־הויז"

דעם 4טן מערץ, פּורים, איז אין אַ יום-טובֿדיקער שטימונג פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש-עבֿרית דערציִונג־צענטער — "קינדערוועלט" — אינעם "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. אַרום צוואַנציק קינדער צוזאַמען מיט זייערע עלטערן און עטלעכע זיידע-באָבעס זענען זיך צונויפֿגעקומען אין אַ נײַ-רעמאָנטירט אָרט, וווּ קליינע קינדער און יוגנטלעכע קאָנען זיך שפּילן, פֿאַרווײַלן און באַקומען אַ דערציִונג אין גײַסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

ליטעראַטור

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

7

שׂרוניע איז שוין געלעגן אין בעט, צוגעדעקט מיט אַ וואַרעמער געשטעפּטער קאָלדרע, וואָס זי האָט געבראַכט פֿון "דאָרטן". און ווידער איז איר אויסגעקומען דעמאָלט, בײַם אײַנפּאַקעווען דעם באַגאַזש, אויסצוהערן פֿון איר הויזגעזינד שטעכיקע מבֿינות: "ווער דאַרף אין ישׂראל האָבן אַזאַ וואַרעמע זאַך?!" און אַז מע דאַרף נישט, האָט בײַ זיך געטראַכט שׂרוניע, קאָן מען דען אַזוי זיך וואַרפֿן מיט אַזאַ קאָלדרע? די קאָלדרע האָט דאָך אָפּגעהיט זייער ביידנס נאָענטשאַפֿט, שׂרוניעס און דודס; וויפֿל סודות האָט זי פֿאַרדעקט און אָפּגעהיט? וויפֿל שרעקן אויסבאַהאַלטן? און איצט טיילט שׂרוניע מיט דער אַלטער קאָלדרע איר עלנטקייט און אירע דערמאָנונגען.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם ׳חטא העגל׳ — די זינד פֿון מאַכן און בוקן זיך צו אַ גאָלדענער קאַלב — וואָס אין דעם זײַנען די ייִדן געשטרויכלט געוואָרן נאָך דעם ווי זיי האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן הר סיני. און אין דער זעלבער פּרשה דערשײַנט אויך דער דרך ווי צו מתקן זײַן דעם חטא — דער אָנזאָג, אַז ייִדן זאָלן געבן אַ ׳מחצית השקל׳ פֿאַר השי״ת.

טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַניע קאַרלאָס

ווען איך בין אין 1933 אָנגעקומען אינעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטראַלן טעכניקום האָט מאַניע קאַרלאָס געהאַלטן אים בײַם פֿאַרענדיקן און צוזאַמען מיט אַנדערע גראַדואַנטן געגרייט די ערשטע פֿאָרשטעלונגען פֿאַרן קינפֿטיקן ביראָבידזשאַנער ייִדישן טעאַטער, וועלכער האָט זיך אָרגאַניזירט אויף דער באַזע פֿון זייער אַרויסלאָז־קורס. דער אָנפֿירער פֿונעם קורס, דער רעזשיסאָר אפֿרים לויטער, האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן די אַרבעט איבער ניקאָלײַ פּאָגאָדינס באַוווּסטער פּיעסע וועגן אונדזערע מיטצײַטלער "מײַן פֿרײַנד".

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Marci Shore. Caviar and Ashes: A Warsaw Generation

דאָס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון אַ גרופּע פֿון פּוילישע אינטעליגענטן, וועלכע האָבן געהאַט דרײַ ליבעס אין זייער לעבן: מאָדערנע ליטעראַטור, סאָציאַליזם און די שטאָט וואַרשע. דאָס זײַנען געווען מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן געגעבן דעם טאָן אין דער פּוילישער קולטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַלע האָבן זיי געשריבן לידער, אָבער זייער חלום איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַ לעבן אין פּוילן און אין דער וועלט. אַלכּסנדר וואַט און זײַן פֿרוי אָלאַ, וולאַדיסלאַוו בראָנעווסקי און זײַן פֿרוי יאַנינאַ, יוליאַן טובֿים, וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ, יאַראָסלאַוו איוואַשקעוויטש, אַנטאָני סלאָנימסקי, ברונאָ יאַסענסקי — אַלע זײַנען זיי געווען די דעה־זאָגער פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור.

ליטעראַטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וואָלף בירמאַן (לינקס) און לעוו בערינסקי. רענדסבורג, אַפּריל 1994

קאַרל־וואָלף בירמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1936, אין האַמבורג. זײַן פֿאָטער דאַגאָבערט בירמאַן — אַ ייִד און אַ קאָמוניסט — האָט געאַרבעט בײַ דער שיפֿבויערײַ און איז געווען אַנגאַזשירט אין דער אַנטיפֿאַשיסטישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, שפּעטער אַרעסטירט און אומגעקומען אין 1943, אין אוישוויץ. נאָך דעם קריג טרעט אַרײַן דער קליינער וואָלף אין דער קאָמוניסטישער קינדער־אָרגאַניזאַציע "יונגע פּיאָנערן" און באַטייליקט זיך ווי אַ לייטער פֿון אַ פּיאָנערן־אָטריאַד אין דער "אינטערנאַציאָנאַלער יוגנט־באַגעגעניש" אין מיזרח־בערלין (1950).

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
א. שענקער — "ייִדן־קרבנות פֿון סטאַלין־רעזשים"

אין זײַן אַרטיקל "אַן אינטערוויו מיט דער סאָוועטיש-ייִדישער דעלעגאַציע" (דעם 8טן יולי 1943) האָט דער "פֿאָרווערטס"-סאָוועטאָלאָג מענדל אָשעראָוויטש ציטירט זײַן קאָלעגע פֿון "דער מאָרגן-זשורנאַל", י. ל. טעלער. יענער האָט געשמועסט מיט די צוויי סאָוועטישע קולטור-טוער, שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער, וואָס זײַנען זומער 1943 געקומען קיין ניו-יאָרק ווי פֿאָרשטייער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.

קהילה־לעבן, פֿאַרשײדנס
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויף דער פּאַריזער מעטראָ־סטאַנציע

די נעמען פֿון די סטאַנציעס אינעם פּאַריזער מעטראָ האָבן ווייניק צו טאָן מיט ייִדן אָדער ייִדישקייט. ס׳איז אָבער כּדאַי אפֿשר צו דערמאָנען די סטאַנציעס, אָנגערופֿן נאָך דעם שרײַבער עמיל זאָלאַ און דעם פּאָליטיקער זשאַן זשאָרעס, וואָס זיי ביידע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם "דרייפֿוס־פּראָצעס" און דערפֿאַר האָבן זיי געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אינעם דעמאָלטיקן פֿראַנקרײַך.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די ליבהאָבער פֿון קנאָבל וועלן פֿון דער פּאָטראַווע זיכער הנאה האָבן. מע דאַרף עס אָבער אָנהייבן צוגרייטן אַ נאַכט פֿריִער (אָדער צום ווייניקסטן, 3 שעה), כּדי דאָס וואַסער זאָל אָפּרינען און שאַפֿן די געהעריקע געדיכטקייט. איר קענט ניצן אָדער אַ זײַ־טיכל (cheesecloth), אָדער אַ קאַווע־פֿילטער דאָס צו טאָן.

4 טעפּלעך פּשוטער יאָגורט
6 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט