לעצטנס, איז פֿאַרעפֿטלעכט געוואָרן דער באַריכט פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, וווּ רוסלאַנד ווערט באַשולדיקט אין ברעכן די מענטשנרעכט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, האָט זיך דער מצבֿ אין דעם געביט שטאַרק פֿאַרערגערט אין משך פֿונעם לעצטן יאָר...
ממש די וואָך איז אין מאָסקווע ווידער אומגעקומען אַ זשורנאַליסט פֿון דער ליבעראַלער צײַטונג "קאָמערסאַנט". זײַן נאָמען איז איוואַן סאַפֿראָנאָוו. ווי עס דערקלערט די פּאָליציי, איז סאַפֿראָנאָוו באַגאַנגען זעלבסטמאָרד — זיך אַראָפּגעוואָרפֿן פֿונעם פֿינפֿטן שטאָק. סאַפֿראָנאָוו, מיט זײַן פֿאַמיליע האָט געוווינט אין דעם זעלבן הויז, אָבער אויפֿן דריטן שטאָק. אַ געזונטער מענטש פֿון 51 יאָר, פּאָלקאָווניק אין רעזערוו, האָט ער ניט־שלעכט פֿאַרדינט ווי אַ זשורנאַליסט, ליב געהאַט זײַן פֿרוי און קינדער. אין יענעם אויפֿדערנאַכט, אויפֿן וועג אַהיים, האָט ער געקויפֿט מאַראַנצן פֿאַרן הויזגעזינד... און זיך אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם פֿענצטער, פֿאַרבײַגייענדיק די טיר פֿון זײַן דירה. עפּעס לייגט זיך עס נישט אויפֿן שׂכל (ער וואָלט כאָטש געקאָנט איבערלאָזן זײַן קניה בײַ דער שוועל).
נישט דאָס ווײַב און נישט זײַנע קאָלעגן־זשורנאַליסטן גלייבן אין דער גיך־אָפּגעבאַקענער השערה פֿון דער פּאָליציי. "קאָמערסאַנט" האָט אויף אירע שפּאַלטן דערציילט, אַז די לעצטע טעמע, איבער וועלכער סאַפֿראָנאָוו האָט געאַרבעט, איז געווען פֿאַרבונדן מיטן צושטעלן פֿון רוסלאַנד וואָפֿן קיין סיריע און איראַן דורך אַ דריט לאַנד, כּדי נישט אויפֿצורייצן אַמעריקע. אין דעם פֿאַל — דורך ווײַסרוסלאַנד. אָט די און אויך אַנדערע אינפֿאָרמאַציע האָט סאַפֿראָנאָוו געבראַכט פֿון די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן, וווּ ס'איז פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע געווער־אויסשטעלונג.
נישט לאַנג פֿאַרן אומגליק האָט דער זשורנאַליסט דערציילט אין דער רעדאַקציע, אַז רוסלאַנד האָט געשלאָסן וויכטיקע קאָנטראַקטן צוצושטעלן געווער אין מיטעלן מיזרח: סאָפֿיסטיצירטע ראַקעטן־קאָמפּלעקסן "פּאַנציר —C1", פֿאַרניכט־עראָפּלאַנען "מיג —29" און די ראַקעטן "איסקאַנדער — э". לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז נאָך אין 2005 האָבן די רוסישע פּלענער צו באַוואָפֿענען סיריע מיט ראַקעטן פֿון אַזאַ מדרגה, אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד ישׂראל און אַמעריקע. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט רוסלאַנד דעמאָלט געמאָלדן, אַז זי זאָגט זיך אָפּ פֿון דעם פּלאַן.
די לעצטע צײַט פֿלעגן געוויסע פּאַרשוינען פֿון די זיכערהייט־אינסטאַנצן געבן סאַפֿראָנאָוו אָנצוהערן ער זאָל זיצן שטיל; אַז אויב די ידיעות וועלן זיך באַווײַזן אין דער מעדיאַ, וועט מען אים אַרעסטירן און מישפּטן, ווי אַ פֿאַררעטער.
ווי עס שרײַבן זײַנע קאָלעגן, איז איוואַן סאַפֿראָנאָוו געקומען אין דער רעדאַקציע פֿון "קאָמערסאַנט" נאָך 20 יאָר אַרבעטן ווי אַן אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿונעם הויפּט־שטאַב פֿונעם קאָסמישן מיליטער, אַזוי אַז אין פֿעלד פֿון ראַקעטן־וואָפֿן האָט ער זיך גוט אויסגעטויגט. מע האָט אים געקענט ווי "אַ פּרינציפּיעלן און אומאָפּהענגיקן זשורנאַליסט". אין אַ לאַנד, וווּ די מאַכט געפֿינט זיך אין די הענט פֿון די זיכערהייט־לײַט, וואָס זײַנען געוווינט צו ריידן מיט זייערע קעגנער אויף דער שפּראַך פֿון "ליקווידאַציע", איז נישט קיין חידוש, וואָס זשורנאַליסטן און אַנדערע אמת־זוכער ווערן אָפּגעסמט, דערהרגעט אויף דער שוועל פֿון זייערע הײַזער, גערודפֿט סײַ בײַ זיך אין היימלאַנד און סײַ אין אויסלאַנד.
מיר קערן זיך אָבער אום צום באַריכט פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז די רעגירונג פֿון רוסלאַנד קאָנטראָלירט כּמעט די גאַנצע מעדיאַ אינעם לאַנד, און דערלאָזט נישט צו פּובליקירן קיין שום קריטישע אינפֿאָרמאַציע. הײַנט, ווען די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און דעם מערבֿ זײַנען ווידער אָנגעשטרענגט, בפֿרט צוליב דעם חילוקי־דעות אין מיטעלן מיזרח, וואָלט מאָסקווע געוויס נישט געוואָלט צעבלאָזן אַ נײַעם סקאַנדאַל, דערצו נאָך פֿאַרבונדן מיט געווער־טראַנזאַקציעס.
דערווײַל האָט די ראַיאָן־פּראָקוראַטור פֿון מאָסקווע געעפֿנט אַן "ענין", אין שײַכות מיטן טויט פֿונעם זשורנאַליסט איוואַן סאַפֿראָנאָוו, קוואַליפֿיצירט ווי "דערפֿירט ביז אַ זעלבסטמאָרד". זינט דעם יאָר 2000 זײַנען אין רוסלאַנד "דערפֿירט" געוואָרן צו אַ צושטאַנד פֿון "פֿאַרשטימט" ווערן אויף שטענדיק 14 זשורנאַליסטן.