רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די ליבהאָבער פֿון קנאָבל וועלן פֿון דער פּאָטראַווע זיכער הנאה האָבן. מע דאַרף עס אָבער אָנהייבן צוגרייטן אַ נאַכט פֿריִער (אָדער צום ווייניקסטן, 3 שעה), כּדי דאָס וואַסער זאָל אָפּרינען און שאַפֿן די געהעריקע געדיכטקייט. איר קענט ניצן אָדער אַ זײַ־טיכל (cheesecloth), אָדער אַ קאַווע־פֿילטער דאָס צו טאָן.

4 טעפּלעך פּשוטער יאָגורט
6 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1 גרויסע אוגערקע,
 אָפּגעשיילט און צעמאָלן
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 לעפֿעלעך לימענע זאַפֿט
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1 לעפֿל צעשניטענע קריפּ (קראָפּ)
 אָדער מינץ

באַדעקט אַ שיסל מיטן זײַ־טיכל (אָדער קאַווע־פֿילטער). לייגט לעפֿלווײַז דעם יאָגורט אַרײַן אין מיטן טיכל, און דערנאָך דעקט צו די שיסל און שטעלט זי אַרײַן אין פֿרידזשידער איבערנאַכט, אָדער צום ווייניקסטן, אויף 3 שעה.

גיסט אויס דאָס אָפּגערונענע וואַסער. מישט דעם יאָגורט צונויף מיט אַלע איבעריקע באַשטאַנדטיילן, און דערלאַנגט צום טיש ווי אַ טינקעכץ פֿאַר פֿריש ברויט אָדער גרינסן.