|
מאַניע קאַרלאָס |
|
ווען איך בין אין 1933 אָנגעקומען אינעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטראַלן טעכניקום האָט מאַניע קאַרלאָס געהאַלטן אים בײַם פֿאַרענדיקן און צוזאַמען מיט אַנדערע גראַדואַנטן געגרייט די ערשטע פֿאָרשטעלונגען פֿאַרן קינפֿטיקן ביראָבידזשאַנער ייִדישן טעאַטער, וועלכער האָט זיך אָרגאַניזירט אויף דער באַזע פֿון זייער אַרויסלאָז־קורס. דער אָנפֿירער פֿונעם קורס, דער רעזשיסאָר אפֿרים לויטער, האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן די אַרבעט איבער ניקאָלײַ פּאָגאָדינס באַוווּסטער פּיעסע וועגן אונדזערע מיטצײַטלער "מײַן פֿרײַנד".
דער רעזשיסאָר מאַרק רובינשטיין, אַ דערצויגענער פֿון וואַכטאַנגאָווס שול, וועלכער איז באַשטימט געוואָרן ווי דער הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער, האָט טעג און נעכט רעפּעטירט לעוו סלאַווינס ראָמאַנטישע דראַמע "אינטערווענץ", און בנימין זוסקין, דער האַרציקער און באַליבטער אַקטיאָר פֿונעם מאָסקווער "גאָסעט", האָט אײַנשטודירט שלום־עליכמס איינאַקטער "דער גט", וואָס איז מיט גרויס דערפֿאָלג געגאַנגען אין טעאַטער אינעם באַשטאַנד פֿונעם פּרעכטיקן ספּעקטאַקל "דרײַ פּינטעלעך".
מאַניע קאַרלאָס איז געווען אַנגאַזשירט אין אַלע דרײַ פֿאָרשטעלונגען: אין "מײַן פֿרײַנד" האָט זי געאַרבעט איבער דער ראָלע פֿון דער קלוגער מומע סאָניע — אַן אַלטע רעוואָלוציאָנערקע — אַ גוטער פֿרײַנד פֿונעם הויפּט־העלד גײַען, דעם אָנפֿירער פֿון אַ גרויסער בויונג; אין "אינטערווענץ", האָט זי זיך איבערגעשטאַלט אין דער טומלדיקער מאַדאַם קסידיִאָס, דער בעל־הביתטע פֿון די פֿילצאָליקע שיפֿבוי־ווערטן, און אין דעם "גט" האָט זי מיט האַרץ און נשמה אויסגעבויט דאָס געשטאַלט פֿון דער האָרעפּאַשנער ייִדענע שׂרה־באָנטשע, וועלכע האָרעוועט פֿון פֿאַרטאָג ביז בײַנאַכט, שלעפּט אויף זיך די גאַנצע שטוב, האָט נישט קיין פֿרײַע מינוט, און נאָך אַלעמען בלײַבט זי די שולדיקע אין אַלעם בייזן, וואָס עס טרעפֿט זיך אין דער משפּחה.
מאַניע קאַרלאָס האָט זיך גערעכנט פֿאַר איינער פֿון די בעסטע סטודענטקעס. איר טאַלאַנט איז געווען אַ שפּרודלדיקער און זוניקער; איר טעמפּעראַמענט, שפּראַך, חן האָבן באַצויבערט. זי האָט זיך פֿרײַ געהאַלטן אויף דער בינע, אָרגאַניש געהאַנדלט, האַרציק געזונגען און לײַכט געטאַנצט. ס׳האָט זיך געפֿילט, אַז זי האָט געהאַט אַ געוויסע סצענישע דערפֿאַרונג, נאָך איידער זי איז אָנגעקומען זיך לערנען.
... איר מאַמען האָט מען אָפּגעפֿירט אין קימפּעט־הויז גלײַך פֿונעם טעאַטער. זי האָט געשפּילט ביז דער לעצטער מינוט; געשפּילט, ווען מאַניע איז אָקערשט געקומען אויף דער וועלט. אַריבערגעפֿאָרן מיטן זויג־קינד פֿון שטאָט צו שטאָט, געהאַלטן עס אין דעם גרימיר־צימער, געהאָדעוועט אין די אַנטראַקטן.
בײַ פֿינף יאָר האָט מאַניע אַרויסגעבראַכט אויף דער בינע אירע ערשטע ווערטער. געווען איז דאָס אין אָדעס, אין קאָריקס טעאַטער. געשפּילט האָט זי "אמתדיק". ווען עפּעס אַ פֿרעמדער מאַן האָט געוואָלט זי צונעמען בײַ איר אייגענער מאַמען, האָט זי זיך צעוויינט, אַרויסגעריסן זיך פֿון זײַנע הענט און פֿאַרבאַהאַלטן זיך הינטער דער מאַמעס קליידל.
דעם טאַטן אירן האָט מען צו יענער צײַט מאָביליזירט אויף דער מלחמה און פֿון אים זײַנען לאַנג נישט געווען קיין שום ידיעות. די עלטערע קינדער האָט די מאַמע אַוועקגעפֿירט צו אירע קרובֿים אין טיראַספּאָל, און אַליין איז זי מיט מאַניטשקען צוגעשטאַנען צו קלאַרע יוגנס וואַנדער־טעאַטער. קלאַרע יונג האָט דאַן געשעמט איבער דער גאָרער וועלט און מען האָט זי אַנדערש נישט גערופֿן, ווי "די קעניגין פֿון דער ייִדישער אָפּערעטע".
און נאָך איין גרויסער בינע־מײַסטער האָט געהאַט אַ ווירקונג אויף איר סצענישער דערציִונג — דער פּראָמינענטער אַקטיאָר רודאָלף זאַסלאַווסקי. אינסצענירנדיק "סטעמפּעניו" האָט רודאָלף זאַסלאַווסקי אָנגעשריבן — ספּעציעל פֿאַר מאַניטשקען — צוויי ראָלעס: פֿון אַ מיידעלע, אַ שטיפֿערקע, אין ערשטן אַקט, און פֿון אַ ייִנגעלע, אינעם פֿאַרלעצטן אַקט, וועלכער בעט סטעמפּעניון ער זאָל אים אויסלערנען שפּילן אויף אַ פֿידל. געאַרבעט האָט ער מיט איר גאַנץ ערנסט, איבערהויפּט אויף דער ראָלע פֿונעם ייִנגעלע. אייניקע מאָל, כּדי אײַנצושטעלן אַ געהעריקע אַטמאָספֿער, פֿלעגן די רעפּעטיציעס פֿאָרקומען בײַנאַכט, נאָך די ספּעקטאַקלען.
אַוודאי האַט די קומענדיקע אַקטריסע אויך פֿיל געירשנט פֿון איר פֿאָטער, וועלכער איז געווען אַן אויסגעצייכנטער אַקטיאָר, געשפּילט פּונקט אַזוי גוט אין דראַמאַטישע ספּעקטאַקלען, ווי אין אָפּערעטעס. דערצו האָט ער געהאַט אַ שטאַרקע און צויבערנדיקע שטים, אַ באַריטאָן, וואָס האָט אים דערמעגלעכט צו זינגען עדווינען אין קאַלמאַנס אָפּערעטע "סילוואַ", און אַנדערע אַזעלכע פּאַרטיעס. דאָ איז ווערט צו באַמערקן, אַז אויך איר עלטערער ברודער איז געווען נישט נאָר אַ טאַלאַנטירטער אַקטיאָר, נאָר אויך אַן ערנסטער רעזשיסאָר מיט אַן אייגענער טרופּע.
אין דער טעאַטראַלער שול איז מאַניע קאַרלאָס אָנגעקומען אין 1930 און גלײַך צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק פֿון די פּעדאַגאָגן, און טאַקע פֿון שלמה מיכאָעלסן אַליין. ס׳אַראַ גליק דאָס איז פֿאַר איר געווען. אין גיכן האָט ער זי באַשעפֿטיקט אין דער נײַער פֿאָרשטעלונג "ניט געדאגהט"; רעפּעטירט מיט איר, געלערנט, מיטגענומען אויף די זומער־גאַסטראָלן.
דאָרשטיק האָט מאַניע קאַרלאָס אײַנגעזאַפּט אין זיך דאָס מאָסקווער טעאַטער־וועזן, נישט דורכגעלאָזט קיין איין פֿאָרשטעלונג פֿון די פֿירנדיקע טעאַטערן, בײַגעווען אויף עפֿנטלעכע רעפּעטיציעס, שעפֿערישע אָוונטן פֿון פֿירנדיקע בינע־מײַסטערס, אויף פֿילצאָליקע לעקציעס, דיספּוטן.
נאָכן צווייטן לערניאָר איז זייער קורס, אין גאַנצן באַשטאַנד, אַוועקגעפֿאָרן אויף זומער־פּראַקטיק קיין ביראָבידזשאַן. דאָס איז געווען אַן אומפֿאַרגעסלעכע רײַזע. פֿערצן מעת־לעת זײַנען זיי געפֿאָרן מיטן צוג. זיי האָבן זיך נישט געקאָנט אָפּרײַסן פֿון די וואַגאָן־פֿענצטער. צום ערשטן מאָל האָבן זיי מיט די אייגענע אויגן דערזען אוראַל, סיביר, טראַנסבײַקאַל, דעם ווײַטן מיזרח. צוזאַמען מיט זיי זײַנען מיט דער זעלבער באַן געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן איבערוואַנדערער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, און אויך פֿון אויסלאַנד. דערוויסנדיק זיך, אַז אין דער באַן פֿאָרן אַרטיסטן, זײַנען אַ סך פֿון די איבערוואַנדערער געקומען זיך באַקענען מיט זיי, געבראַכט מתּנות, געשמועסט און אויסגעזונגען אַ שלל מיט לידער.
אָנגעקומען אין ביראָבידזשאַן זײַנען זיי שפּעט בײַ נאַכט. ס׳איז געגאַנגען אַ רעגן און אויף דער קליינינקער, פֿאַרוואָרפֿענער סטאַנציע "טיכאָנקאַיאַ", איז געווען פֿינצטער און אומהיימלעך. דאָך, איז די שטימונג געווען אַ דערהויבענע. צו באַגעגענען דעם עשעלאָן זײַנען געקומען אָרטיקע אָנפֿירנדיקע טוער, פֿאָרשטייער פֿונעם איבערוואַנדערונגס־פּונקט, ביראָבידזשאַנער תּושבֿים. אויף זיי, אויף די אַרטיסטן, האָט מען דאָ שוין פֿון לאַנג אַרויסגעקוקט, געלייגט אויף זיי פֿיל האָפֿענונג; איין קלייניקייט: מיכאָעלסעס תּלמידים!
דער ערשטער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אינעם נישט גרויסן אײַזנבאַן־קלוב. מחמת די גרויסע בלאָטעס, האָט מען אויף די הענט געבראַכט אַהער דעם איינציקן אין ייִשובֿ ראָיאַל (פּיאַנע). דער קאָנצערט איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס דערפֿאָלג און געוואָרן פֿאַרוואַנדלט אין אַן אמתן קולטור־יום־טובֿ. אַ חוץ אין "טיכאָנקאַיאַ", זײַנען זיי אַרויסגעטראָטן אין אײַלוטשנע, ביראָקאַן, און אַנדערע ייִשובֿים און דערפֿער. נײַגעריקע צו אַלדאָס נײַעס, האָבן זיי — די מאָסקווער סטודענטן — אַרומגערײַזט דעם גאַנצן קאַנט; פֿאַרקליבן זיך אין די טיפֿענישן פֿון דער טײַגע, געשפּאַנט לענג אויס דעם ברעג פֿון אַמור.
דער געזעגענונגס־קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אינעם "רויטן ווינקל" פֿונעם ראַיאָנישן אויספֿירקאָם. כּדי אַלע זאָלן זען די אַרטיסטן, האָט מען צונויפֿגערוקט צוויי גרויסע טישן און אויף זיי זײַנען זיי אויפֿגעטראָטן — געשפּילט, געזונגען און אַפֿילו געטאַנצט. דאָ טאַקע האָבן די אָנפֿירער פֿונעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן, ראָשקעס און לעווין, גענומען בײַ די אַרטיסטן דאָס וואָרט, אַז אַזוי גיך ווי זיי וועלן נאָר פֿאַרענדיקן די טעאַטראַל־שול, קומען זיי אַהער, ווי אַ סטאַבילער ייִדישער מלוכה־טעאַטער.
דאָס וואָרט האָבן זיי געהאַלטן.
דעם 9טן מײַ 1934 איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דער באַשלוס פֿון דער רעגירונג וועגן פֿאַרוואַנדלען דעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן אין אַ ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט; און דעם 11טן מײַ, דעם זעלבן יאָר, איז פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם געגנטלעכן ביראָבידזשאַנער ייִדישן טעאַטער. צו דער דערעפֿענונג האָבן זיי זיך געגרייט ווי צו אַ גרויסן יום־טובֿ. דערנאָך זײַנען אַוועק שעפֿערישע אינדערוואָכנס. מען האָט געשפּילט די פּיעסעס וואָס מ׳האָט נאָך געהאַט צוגעגרייט אין מאָסקווע.
מיט דער צײַט איז דער רעפּערטואַר פֿונעם טעאַטער געוואָרן באַרײַכערט מיט אַ סך אויסגעצייכנטע סצענישע ווערק. צווישן זיי: יחזקאל דאָברושינס "דער בריגאַדיר טעלעטיי", וולאַדימיר קירשאָנס "דער וווּנדערלעכער געשמעלץ", שלום־עליכמס "גאָלדגרעבער", מ. דאַניעלס "זיאַמקע קאָפּאַטש", יאַשע זעלדינס "18 אויף 13", אַהרן קושניראָווס "דער אורטייל קומט", דאַלס "יאַקאָוו סווערדלאָוו", גאַלדפֿאַדענס "קונילעמלעך", מאַקסים גאָרקיס "פֿײַנט", פּרץ מאַרקישעס "מאָלצײַט" און ענדלעך — קאַרל גוצקאָווס "אוריאל אַקאָסטאַ" און שלום־עליכמס "בלאָנדזשענדע שטערן", "סטעמפּעניו" און "טבֿיה דער מילכיקער". אַ גרויסן רושם האָט געמאַכט אויף די ביראָבידזשאַנער צושויער פּרץ מאַרקישעס "מאָלצײַט". די האַנדלונג פֿון דער פּיעסע קומט פֿאָר בעת דעם בירגער־קריג אין אוקראַיִנע. די ראָלע פֿון בליומקען, וועלכע איז גרייט מקריבֿ צו זײַן איר אייגן לעבן, כּדי צו ראַטעווען די ייִדן פֿונעם שטעטל פֿון אַ פּאָגראָם, האָט געשפּילט מאַניע קאַרלאָס.
צום פֿינפֿטן יוביליי פֿונעם טעאַטער איז באַשטימט געוואָרן צו שטעלן שלום־עליכמס "בלאָנדזשענדע שטערן". דאָס איז געווען אַ גליקלעכע צײַט פֿאַר דער טעאַטער־טרופּע בכלל און פֿאַר מאַניע קאַרלאָס, וואָס מען האָט איר פֿאַרטרויט די ראָלע פֿון רייזעלען, בפֿרט. מיט וואָס פֿאַר אַ פֿאַרגעניגן האָבן די אַקטיאָרן, אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם רעזשיסאָר שמואל מאַרגאָלינען, געאַרבעט איבער אָט דעם קלאַסישן ווערק; וויפֿל האַרץ און נשמה האָבן זיי אַרײַנגעטראָגן אין זייערע ראָלעס. מאַניע קאַרלאָס האָט געשאַפֿן אַ בייגעוודיק קינדער־געשטאַלט. איר רייזעלע, אַ דאַר יונג מיידעלע, אַ לעבעדיקס, ווי קוועקזילבער, איז געווען — ווי לייבעלע — פּאָעטיש־טרוימעריש, פֿאַרליבט אין טעאַטער. און ווײַטער קומט צו איר רייזעלען די ברויזנדיקע יוגנט, די רײַפֿקייט פֿון אַ קינסטלער — אַ שטערן — וואָס האָט אַלץ, אַחוץ גליק.
"בלאָנדזשענדע שטערן" האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג. די פֿאָרשטעלונג איז געשפּילט געוואָרן אין פֿאַרשידענע שטעט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דער זעקסטער טעאַטראַלער סעזאָן איז פֿאַר דער באַגאַבטער אַקטריסע געוואָרן אָפּגעמערקט מיט צוויי אויסגעצייכנטע אַרבעטן. אין עמנואל קאַזאַקעוויטשעס לעבנס־לוסטיקער קאָמעדיע אין פֿערזן "מילך און האָניק" געווידמעט דעם ביראָבידזשאַנער קאָלווירט־לעבן, האָט קאַרלאָס מיט ברען און באַגײַסטערונג אויסגעשפּילט די ראָלע פֿון דער מעלקערין, וועלכע ווערט אויסגעוויילט אינעם אויבער־ראַט פֿונעם לאַנד. אין שלום־עליכמס "סענדער בלאַנק" האָט מאַניע פּראַכטפֿול געשפּילט דעם גבֿיר בלאַנקס טאָכטער רבֿקה, וואָס איז פֿעיִק אויף אַלדאָס בייז; אַ געשטאַלט, וואָס ווערט צײַטנווײַז אַפֿילו טראַגיש. דאָס איז געווען באמת אַ גרויסער דערפֿאָלג פֿון אַ רײַפֿן בינע־מײַסטער.
דער טעאַטער־קאָלעקטיוו האָט געלעבט מיט אַ פֿולבלוטיק שעפֿעריש לעבן. דער מאָסקווער "גאָסעט" און, צום אַלעם ערשטן, שלמה מיכאָעלס, האָט נישט פֿאַרגעסן זײַנע תּלמידים. קיין ביראָבידזשאַן זײַנען פֿון צײַט צו צײַט אַראָפּגעקומען פֿון מאָסקווע דערפֿאַרענע רעזשיסאָרן, קינסטלער, מוזיקער, באַלעט־מײַסטערס. פֿיל אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער האָבן זייער וואַקאַציע פֿאַרבראַכט אין מאָסקווע, באַקענט זיך מיט די נײַקייטן פֿון דער הויפּטשטאָטישער טעאַטראַלער קונסט. און ווען קיין כאַבאַראָווסק איז אַראָפּגעקומען אַ הויפּטשטאָטישער טעאַטער, איז מען אַלע געפֿאָרן באַזוכן זײַנע פֿאָרשטעלונגען. אַ גרויסע פֿרײַנדשאַפֿט האָט זיך אײַנגעשטעלט צווישן טעאַטער און די ביראָבידזשאַנער שרײַבער: בוזי מילער, ליובע וואַסערמאַן, הירש ראַבינקאָוו, איציע בראָנפֿמאַן, סאַלוואַדאָר באָרזשעס; כ׳רעד שוין נישט וועגן עמנואל קאַזאַקעוויטש, וועלכער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם טעאַטער און זײַן ערשטער דירעקטאָר.
דעם 15טן מײַ 1940 איז דער ביראָבידזשאַנער טעאַטער, אין פֿולן באַשטאַנד, געקומען קיין קיִעוו. באַגעגנט האָט מען אים, ווי אַ באמת טײַערן גאַסט. זײַנע פֿאָרשטעלונגען זײַנען דורכגעגאַנגען בײַ פֿול־געפּאַקטע זאַלן און שטאַרק אויסגענומען בײַם צושויער; אויך די אָפּרופֿן פֿון דער קריטיק זײַנען געווען גינסטיקע. אַ חוץ אין קיִעוו האָט דער טעאַטער האָט אין יענעם זומער אויך געשפּילט אין טשערניגאָוו, זשיטאָמיר, קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, און אין דער נישט גרויסער שטאָט כאָטין, וועלכע איז ווי גאַנץ בעסאַראַביע און בוקאָווינע, גראָד אין יענע טעג אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין די גרענעצן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דעם זעלבן זומער האָט מאַניע קאַרלאָס, איבער ערנסטע משפּחה אומשטענדן, פֿאַרלאָזט דעם ביראָבידזשאַנער טעאַטער.
אין 1942 הייבט זיך אָן פֿאַר מאַניען אַ נײַ טעאַטראַל קאַפּיטל. אין דער ווײַטער קאַזאַכסטאַנער שטאָט דזשאַמבול ווערט זי אַן אַקטריסע פֿונעם אויפֿגעשטעלטן דאָרטן קיִעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט זיך גענייטיקט אין איר. באַנאַנד מיט ייִדישע פֿאָרשטעלונגען, האָט דער טעאַטער אָנגעהויבן שטעלן פֿאָרשטעלונגען אין רוסיש. און מאַניע קאַרלאָס האָט חוץ אַלעמען גלענצנדיק באַהערשט די רוסישע שפּראַך. שפּעטער, שוין אין טשערנאָוויץ, וווּהין דער קיִעווער טעאַטער האָט זיך אין פֿעברואַר 1945 רעפּאַטרייִרט, איז זי ווידער אַ מאָל אַרויסגעטראָטן אין איינער פֿון אירע בעסטע ראָלעס — רבֿקה אין ליפּע רעזניקס דראַמע "שוועסטער", וועלכע ער האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון די ווערק פֿון יצחק־לייבוש פּרץ. באַלד נאָך דער ראָלע האָט זי גלענצנדיק אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון דער לעבנסהאַפֿטיקער און פֿלינקער שדכנטע פֿראָזינע אין מאָליערס קאָמעדיע "דער קאַרגער". איר דיאַלאָג מיטן קאַרגן גאַרפּאַגאָנען, וועלכן ס׳האָט געשפּילט דער גלענצנדיקער אַקטיאָר אַבֿרהם נוגער, אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון פֿריילעכע סצענעס, וווּ ס׳איז פֿאַראַן אַ רחבֿות פֿאַר אימפּראָוויזאַציע, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן עכטן קאָנצערט־נומער, וועלכער פֿלעגט אַרויסרופֿן בײַם עולם הייסע אַפּלאָדיסמענטן.
אין 1948 האָט מאַניען גענומען ציִען צוריק אַ היים, קיין ביראָבידזשאַן. באַגעגנט האָט מען זי ווי אַן אייגענע. ס׳איז נישט אַדורך קיין סך צײַט און דער עולם האָט זי ווידער דערזען אויף דער בינע — צוערשט, אין אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, וווּ זי האָט אויסגעפֿירט פֿראַגמענטן פֿון אירע קרוין־ראָלעס: רייזעלע, די שדכנטע פֿראָזינע, רבֿקה אין פּרצעס "שוועסטער". דערנאָך האָט זי מיטן אַמאָליקן ברען געשפּילט ביילקען אין שלום־עליכמס "צוויי הונדערט טויזנט", אָנטיילגענוען אין אַ ריי הײַנטצײַטיקע פֿאָרשטעלונגען, גאַסטראָלירט מיטן טעאַטער איבער דער גאַנצער געגנט, אין כאַבאַראָווסק און אַנדערע שטעט.
צום באַדויערן, האָט איר גליק לאַנג נישט געדויערט. האַרבסט 1949 איז דער ביראָבידזשאַנער טעאַטער, ווי אַלע אַנדערע ייִדישע טעאַטערס (ווער פֿריִער, ווער שפּעטער מיט עטלעכע חדשים), געשלאָסן געוואָרן און זי איז געצוווּנגען געוואָרן, ווי די מערהייט אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער, אויף שטענדיק פֿאַרלאָזן ביראָבידזשאַן. אָבער וווּ זי האָט נאָר נישט געלעבט, און אין וואָס פֿאַר אַ טעאַטער נישט געאַרבעט, איז שטענדיק פֿאַר אירע אויגן געשטאַנען ביראָבידזשאַן; איר ליבער ייִדישער טעאַטער, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט אירע בעסטע שעפֿערישע יאָרן און וווּ זי איז אויסגעוואַקסן צו אַ גרויסן בינע־מײַסטער. זאָל איר נאָמען נישט פֿאַרגעסן ווערן.